אומבאשטעטיגטער רומאר: עזרא מעדיקאל צענטער מאכט צו זייער OB/GYN דעפארטמענט

ביי אונזער דאקטעריי איז אויך דא ריזענעבל ביזנעס דאונסיידס.
אקעי, דא גייט מען שוין אריין אביסל שפאלטן האר, אבער איך מיין ס'איז קלאר דא א חילוק צווישן די געדאנק אז א סערווירער זאל נישט אויסזען ווי קיין זונה ביי די ארבייט - ווייל עס קען קאליע מאכן ביזנעס אין יעדע נארמאלע קאנטעקסט, צו דאס אז א דאקטאר זאל זיך דארפן צושטעלן צו די ספעציפישע איידעאלאגיעס פון א קאמיוניטי וואו די קליניק איז צופעליג פלאצירט.
 
די האלטסט נישט אז א דאקטער וואס טוט זיך אן ווי א פרוי איז אסאך ערגער פאר ביזנעס, ווי א באנקיר וואס גייט מיט א טישירט?
ובפרט אין אונזער קאמיוניטי איז א דאקטער מיט פרויען קלייידער פונקט אזוי הארב אדער הארבער ווי א סערוויירער וואס זעהט אויס ווי א זונה.
 
איך בין מסכים אז אין אונזער קאמיוניטי איז אזוי, און אז ביי אונז איז די צווייטע לכאו' אפי' ערגער, אבער געזעצן און רולס בויען זיך נישט אויף 'אונזער קאמיוניטי'.. מ'בויט עס לויט וואס איז ריזנאבל אין רוב נארמאלע אומשטענדן. און יא, א באנקיר מיט א טישירט איז אווער-אלל מער שעדליך פאר ביזנעס ווי איינער וואס האלט זיך פאר א פרוי און גייט אנגעטון ווי א פרוי..
 
סאו אונזער מינאריטעיט קאמיוניטי דארף ליידען וועגן די מינאריטע פון טרענס, פארוואס זענען זיי חשוב׳ער?

און לשיטתך אז מען רעכנט זיך נישט מיט מינאריטי שיק זיי קאקן אין ים הגדול, מאך א געזעץ אז זיין טרענס איז אומלעגאל, זיי זענען דאך מילא מינאריטי.

און דאס טענה איך א גאנצע צייט, די לינקע זענען נישטא פאר באשיצן די מינאריטי, ניין זיי זענען דא צו שטיפן ליבעראלע אגענדעס אויפן חשבון פונעם מינאריטי
 
מיין ווייב וואלט קיינמאל מסכים געווען צו ווערן באהאנדלט פון א מאן וואס שפילט פרוי, און אזויווי איר איז זיכער דא נאך אסאך, ס'האט גארנישט מיט אונזער קאמיוניטי, סתם א פרוי איז פלעין נישט קאמפארטיבעל דערמיט.
 
דיין ווייב איז נישט פון אונזער קאמיוניטי? איי געס יא. איז פון ווי נעמסטו די זיכערקייט צו זאגן אז "ס'האט גארנישט מיט אונזער קאמיוניטי"?
 
סאו אונזער מינאריטעיט קאמיוניטי דארף ליידען וועגן די מינאריטע פון טרענס, פארוואס זענען זיי חשוב׳ער?
ווער ליידט? די קליניק איז דאך שוין פארמאכט.. און בכלל מ'צווינגט קיינעם נישט צו נעמען קעיר ביי קיין טרענס אדער ביי סיי וועמען - -אלס קליענט מעגסטו אפזאגן וואס דו ווילסט.

אויס די ביזנעס וואלט אפגעזאגט דעם דאקטאר אויף טריקענע נומערן/דאטא אז די קליענטן האבן אים אפגעזאגט איינס ביי איינס איז טאקע אביסל אנדערש. הגם ס'וואלט זיכער אויך געווען א שטונק.

אבער די חילוק איז ווידער קלאר, אונז ליידן נישט ווייל איינער מאכט אונז ליידן, ס'איז אונזער אייגענע ווירדן וואס מיר האבן מחליט געווען זיך נישט צו רוקן דערפון וואס שטייט אונז אין וועג, ס'איז אן איידעאלאגיע.
ביים טרענס מענטש איז עס זיין נאטור - עכ"פ אויב מ'זעט אין דעם אן ערענסטע נקודה..

און לשיטתך אז מען רעכנט זיך נישט מיט מינאריטי
וואו האב איך דאס געזאגט?
איך זאג נאר אז איינער (א מינאריטעט) מיט אגענדעס האט נאכאלץ נישט קיין רעכט צו דיסקרימינירן אנדערע...
 
דיין ווייב איז נישט פון אונזער קאמיוניטי? איי געס יא. איז פון ווי נעמסטו די זיכערקייט צו זאגן אז "ס'האט גארנישט מיט אונזער קאמיוניטי"?
ווייל זי האט נישט קיין אידישקייט אדער פרומקייט אישו דערמיט, זי איז פשוט נישט באקוועם מיט אזא מאדנע פארשוין, ס'איז אפאר געפילן צוזאמען, דערינטער, א פילינג פון ווערן געסקעמד ווי כאילו יענער וויל מיר איינרעדן אז ער איז א פרוי און ער איז נישט א פרעמדע מאן מיט א תאווה צו פרויען און כאילו אזוי באקומט ער גרינגער עקסעס צו מיר, ועוד.
 
ווער ליידט? די קליניק איז דאך שוין פארמאכט.. און בכלל מ'צווינגט קיינעם נישט צו נעמען קעיר ביי קיין טרענס אדער ביי סיי וועמען - -אלס קליענט מעגסטו אפזאגן וואס דו ווילסט.

אויס די ביזנעס וואלט אפגעזאגט דעם דאקטאר אויף טריקענע נומערן/דאטא אז די קליענטן האבן אים אפגעזאגט איינס ביי איינס איז טאקע אביסל אנדערש. הגם ס'וואלט זיכער אויך געווען א שטונק.
נו מען ליידט נאך אלץ טאקע אז ס׳איז נישטא קיין קליניק
אבער די חילוק איז ווידער קלאר, אונז ליידן נישט ווייל איינער מאכט אונז ליידן, ס'איז אונזער אייגענע ווירדן וואס מיר האבן מחליט געווען זיך נישט צו רוקן דערפון וואס שטייט אונז אין וועג, ס'איז אן איידעאלאגיע.
ביים טרענס מענטש איז עס זיין נאטור - עכ"פ אויב מ'זעט אין דעם אן ערענסטע נקודה..
די טרענס האט אויכט מחליט געוועהן אז ער איז א טרענס, גארנישט חשובער ווי אונז
וואו האב איך דאס געזאגט?
פריער האסטו געשריבען אז געזעץ געבער רעכענען זיך נישט מיט מינאריטי
איך זאג נאר אז איינער (א מינאריטעט) מיט אגענדעס האט נאכאלץ נישט קיין רעכט צו דיסקרימינירן אנדערע...
 
נו מען ליידט נאך אלץ טאקע אז ס׳איז נישטא קיין קליניק

די טרענס האט אויכט מחליט געוועהן אז ער איז א טרענס, גארנישט חשובער ווי אונז

פריער האסטו געשריבען אז געזעץ געבער רעכענען זיך נישט מיט מינאריטי

כ'מיין ס'איז גענוג פאר יעצט, ס'זעט מיר שוין אויס ווי מיר גייען אין סירקלס פשוט פאר דיר צו קענען זאגן אז טרענס איז נישט עפעס וואס עקזיסטירט באמת. דערויף וועט סאסייעטי (מיטן געזעץ) מחילט זיין ווער ס'איז גערעכט.

און פשוט נישט צו בלייבן שולדיג - איך האב מיר שוין קלאר געמאכט וואס איך האב געמיינט, איך ווייס נישט פארוואס דו קייעסט עס איבער. ווען איך זאג אז געזעץ רעכנט זיך נישט מיט אונזער קאמיוניטי איז עס נישט ווייל מיר זענען א מינאריטעט פער סע, נאר ווייל אונז האבן מחליט געווען צו אדאפטירן א פרינדזש איידעאלאגיע (אז טרענס איז טאבו און אסור) און געזעץ דארף זיך נישט רעכענען מיט יעדעם'ס איידעאלאגיע - אנדערש ווי נאטורליכע נייגונגען וואס טרענס איז בפשטות אין דעם קאטעגאריע...
פאר מער ליין איבער מיכאל אברהם - ער רעדט צו אזאנע מענטשן ווי דיך..
 
דער אמת ווערט נישט ענטשידן דורך סאסייעטי אדער געזעץ

גערעכט, געזעץ דארף זיך נישט רעכענען מיט אונזער אידיאלאגיע.
מאך א געזעץ אז א בהע״ב מעג יא פייערען א ארבייטער וואס ברענגט עם אינטער די ביזנעס.
איך פארשטיי נאך נישט פארוואס טרענסים זענען חשובער ווי אונז, האבן זיי א נאטורליכער נייגונג איז וואס?

ובפרט אז דער טרענס צווינגט ארויף זיין שיטה אויף מיר, משא״כ איך צווינג נישט מיין שיטה אויף עם, בבחינת המוציא מחבירו עליו הראיה
 
מאך א געזעץ אז א בהע״ב מעג יא פייערען א ארבייטער וואס ברענגט עם אינטער די ביזנעס.
איך פארשטיי נאך נישט פארוואס טרענסים זענען חשובער ווי אונז, האבן זיי א נאטורליכער נייגונג איז וואס?
דאס לעצטע מאל...

מאכן אזא געזעץ איז א פשוט'ע סליפערי סלויפ. יעדער וואס האט נישט ליב זיין ארבייטער וועט קענען דיסקרימינירן אז 'ער מאכט קאליע די ביזנעס'.. מ'וועט קענען ארויסווארפן יעדער שווארצע מיטן תירוץ אז דאס איז א קאמיוניטי פון ווייסע סופרעמאסיסטן, אדער יעדער איד מיטן תירוץ אז דא איז א קאמיוניטי פון כאמאסניקעס.. ס'מיינט נישט אז ס'איז קלוג פארן איד צו פארבלייבן אין אזא פאזיציע, אבער דיסקרימינאציע וואלט עס נאכאלץ געווען מצד א ביזנעס צו נוצן אזא תירוץ..

די חילוק פון נאטורליכע נייגונג ביז איידאאלאגיע איז אז די צווייטע איז בידך צו טוישן.. פארשטייסט נישט, איז נישט.
 
אז די קאסטעמערס וועלן אויפהערן קומען.
די ענטפערסט נישט די שאלה.

די שאלה איז אזוי:
די באנק פירער מעג הייסן זיין באנקיר צו גיין מיט א סוט, ווייל א מענטש וויל פילן ווי א באנק איז א אפעציעלע פלאץ און זיין געלט איז סעיף, אזוי אז מיט א סוט איז עס בעסער פאר ביזנעס.

משא"כ ביי א דאקטאר, וואס איז א נפק"מ פאר די פאציענטן אויב די דאקטאר איז א מאן, פרוי, פרוי בגוף מאן אדער מאן בגוף פרוי? פארוואס זאלן פאציענטן אויפהערן צו קומען אויב די דאקטאר איז א מאן וואס טוט זיך אן ווי א פרוי? הא די העל קיערס? (איך רעד אפילו פון א אידישע קוקווינקל, וועמען גייט עס אן וויאזוי די דאקטאר גייט אנגעטון? כ'רעד נישט פון אויסגעלאסן, סך הכול גייט ער אנגעטון ווי א נארמאלע פרוי, וואס איז?)

אז א שווארצע דאקטאר ווערט געהייסן צו פארבן זיין פנים ווייס בשעתן ארבעט, ווייל אויב נישט גייען קליענטן נישט קומען זאגט עס מער איבער די קאמיוניטי וואס ער סערווירט ווי די קאליר פון זיין הויט. און הגם מ'קען זיך נעמען צו טענה'ן אז "א בעל הבית האט די לאגאלע רעכטן בלא בלא בלא" אבער אז די קאמיוניטי וועט נישט האבן קיין דאקטארס אפיס וויבאלד זיי ווילן נישט הייערן קיין שווארצע דאקטוירים, און האבן מורא צו הייסן די שווארצע דאקטוירים זיך פארבן די פנים, איז עס סך הכול זייער שילד און ס'נישט קיין סיבה פיינט צו האבן די שווארצע יעצט.
 
איך פארשטיי נישט וואס איז די פראבלעם דא, ער איז א פרויען דאקטער, און ער איז געווארן א פרוי , וואלטן אלע היימישע געדארפט זיין מער צופרידן,?
 
מקען פארלאנגן אז דרעס קאוד, אז ארבייטער זאלן נישט (אדער יא) קומען מיט א בקיני, אבער מ'קען נישט דיסקרימינירן קעגן טראנס אין ניו יארק,
 
די חילוק פון נאטורליכע נייגונג ביז איידאאלאגיע איז אז די צווייטע איז בידך צו טוישן.. פארשטייסט נישט, איז נישט.
לאו דווקא
ביידע האבן צו זיך סיי נאטורן און סיי אידילאגיע
און ביידע איז שווער צו טוישן אבער מעגליך
 
די ענטפערסט נישט די שאלה.

די שאלה איז אזוי:
די באנק פירער מעג הייסן זיין באנקיר צו גיין מיט א סוט, ווייל א מענטש וויל פילן ווי א באנק איז א אפעציעלע פלאץ און זיין געלט איז סעיף, אזוי אז מיט א סוט איז עס בעסער פאר ביזנעס.

משא"כ ביי א דאקטאר, וואס איז א נפק"מ פאר די פאציענטן אויב די דאקטאר איז א מאן, פרוי, פרוי בגוף מאן אדער מאן בגוף פרוי? פארוואס זאלן פאציענטן אויפהערן צו קומען אויב די דאקטאר איז א מאן וואס טוט זיך אן ווי א פרוי? הא די העל קיערס? (איך רעד אפילו פון א אידישע קוקווינקל, וועמען גייט עס אן וויאזוי די דאקטאר גייט אנגעטון? כ'רעד נישט פון אויסגעלאסן, סך הכול גייט ער אנגעטון ווי א נארמאלע פרוי, וואס איז?)
ווייל די פאציענטן ווילן א דאקטער וואס גייט אנגעטון נערמאל (לשיטתם). און עס איז אסאך וויכטיגער פאר די פאציענטן צי האבן א נערמאלער דאקטער ווי צי האבן א באנקיר אין א סוט, די וואלסט זיך געלאזט שניידען פון א דאקטער וואס די האלטסו איז נישט נערמאל? אבסעלוטילי נישט.
וואלסטו געדילט מיט א באנקיר מיט א טישירט, שטארק מעגליך אז יא.
אז א שווארצע דאקטאר ווערט געהייסן צו פארבן זיין פנים ווייס בשעתן ארבעט, ווייל אויב נישט גייען קליענטן נישט קומען זאגט עס מער איבער די קאמיוניטי וואס ער סערווירט ווי די קאליר פון זיין הויט. און הגם מ'קען זיך נעמען צו טענה'ן אז "א בעל הבית האט די לאגאלע רעכטן בלא בלא בלא" אבער אז די קאמיוניטי וועט נישט האבן קיין דאקטארס אפיס וויבאלד זיי ווילן נישט הייערן קיין שווארצע דאקטוירים, און האבן מורא צו הייסן די שווארצע דאקטוירים זיך פארבן די פנים, איז עס סך הכול זייער שילד און ס'נישט קיין סיבה פיינט צו האבן די שווארצע יעצט.
די מישסט אויס ראסיזעם מיט דרעס קאוד, איך האב קיינמאל נישט געטענה׳ט פראו ראסיזעם.

צום לעצטן מאל, פונקט ווי די פארשטייסט אז איך מעגן פארלאנגן א דרעסקאוד פונעם באנקיר, מעג איך פארלאנגען א דרעסקאוד פונעם דאקטאר.
 
Back
Top