אומגעצייטיגטע מחשבות (@אלפא)

הלכות מתנות לאביונים​

איך בין נישט זיכער וואו הלכה'דיגע שאלות באלאנגען (- אויב זיי האבן בכלל א פלאץ) דא אין קרעמל. און איך בין פויל צו זוכן - ווען איך האב סייווי מיין אייגענע ווינקל זיך אויסצוגעבן..
און יישר כח טאקע צו אלע וואס האבן מיר ערמעגליכט דעם פריוואטן לאקער אינעם פאליש פון ביהמ"ד - דעם רבי'שן שלאף צימער גלייך נעבן די היכל הטישן - דעם קליינעם סוכה'לע גראד ביים דיינינג רום.

צום שאלה:

קען מען יוצא זיין מתנות לאביונים מיטן ארויפצאלן געלט אויפן אקאונט פון אן עני (- אלמנה/גרושה/זונה/חללה/מנובל/מוכה שחין/עבד עברי/עד זומם/שעיר לעזאזל/דופן עקומה/מצורע/פלגש בגבעה/בן סורר ומורה)?

פון איין זייט איז דאס די גרעסטע צדקה, צו ווייל עס צאלט אים אפ חובות צו ווייל דאס ערמעגליכט אים קרעדיט אויף ווייטער, אבער אויפן פשוט'ן בליק האב איך למעשה גארנישט געגעבן און מעגליך עס הייסט נישט קיין 'מעות' אויב זאל ער עס אפי' נוצן בו ביום?!

וואס פסק'נען די לאקאלע דיינים דאהי?
 
לעצט רעדאגירט:
גיי איך מיר פורים אויף די גאס פון איין אדרעס צום צווייטן אפגעבן משלוח מנות למען השם, שטייט דארט א גויטע און בעט זיך פאר אביסל געלט, זי טענה'ט אז זי האט נישט קיין דזשאב אבער יא א באנטש פון קינדער אן קיין פרוטה זיי צו שפייזן. מיין רחמנות האט זיך ערוועקט, (ווי אויך בין איך אביסל אפגעבריט פון דאס..), בין איך אריין צו א נאנטער געשעפט אויפגעטוישט א צוואנציגער צו אביסל קליין געלט און איר דערלאנגט אפאר פיאסטער.
מיין ווייב איז דאס נישט אזוי געפאלן, האב איך איר גע'טענה'ט אז עס איז נאך אזוי חשוב ווי מתנות לאביונים.. נישט אזוי? אן אביון מהודר, בו ביום, אן קיין פשט'לעך און דריידלעך, גלאט און גראד. און ווי א תלמיד חכם האב איך נאך ציטירט די גמ' 'מפרנסים עניי עכו"ם עם עניי ישראל'..

למעשה קוק איך נאכדעם אריין אין משנה ברורה זע איך אז דער מחבר (תרצ"ד) ברענגט אז נאר דארט ווי מ'פירט זיך צו געבן פאר גוים מעג מען דאס טון אום פורים, און דער משנה ברורה שרייבט שארף אנקעגן די וואס מיינען אז מ'קען יוצא זיין מתנות לאביונים פאר א גוי.. זעט אויס ס'גאר נישט קיין אביון מהודר..
קוקנדיג אבער אביסל אויף צוריק, זע איך אז דער טור שרייבט סתם אז מ'פירט זיך צו געבן פורים צדקה פאר גוים, אן קיין טערמס און קאנדישאנס, און עס קומט גאר פון א ירושלמי און פון א נמו"י בשם דעם רמב"ם. האב איך מיר געפרייט אז איך בין נישט געווען אזוי ראנג מיט מיין אפשאצונג.

און עס איז טאקע אינטרעסאנט צו זען וויאזוי וואס שפעטער אין די דורות מ'גייט אלס מער פראבירט מען צו אוועקשטופן דעם גוי און זיכער מאכן אז מ'רעדט זיך ח"ו נישט איין אז מ'מעג זיין גוט מיט זיי אדער אפי' געבן צדקה.. ווייל מ'קען מיינען אז זיי זענען אביונים.. הגם אין די מגילה שטייט אויסדרוקליך נישט ומתנות לאביוני 'ישראל' אדער 'לרעהו' אא"וו.. אבער שוין זאל זיין אזוי.

רעדענדיג פון הלכות פורים. ווייסט איינער די עכטע מקור צו דעם 'חייב איניש לבסומי בפוריא'? וואס איז דאס די שכרות פלוצלינג? פון וואו? פארוואס? וואס האט זיי געכאפט?
פונעם ענף יוסף האב איך געזען די בעסטע פשט אז וויבאלד נאכן חורבן זענען זיי נישט געווען אין די 'מאאד' צו זיין פרייליך פורים האט מען געהייסן די עולם זיך אנטרינקען, און מיט דעם איז עס געבליבן.
אבער פונקט אזויווי פריער, איז אין דעם הלכה אויך דא א גאנצע עוואלוציע, ווי געוויסע טענה'ן אז עס איז אינגאנצן בטל וויבאלד מ'זעט וואס איז געשען צווישן רבה און ר' זירא, די רמ"א ווי באקאנט צייכנט אן מ'זאל נאר טרינקען אביסל און יוצא זיין דעם עד דלא ידע מיטן שלאפן, אנדערע ווארענען אז 'עד דלא ידע' מיינט נאר 'ולא עד בכלל', און אזוי זענען דא אלע סארטן אינטערפרעטאציעס דערין זיכער צו מאכן אז מ'גייט ח"ו נישט ארויס פון די גלייזן..

מערקבאר איז אויך אין די גמ' אז רב כהנא האט גאר געגעבן א שיעור אויף פורים, ער איז געווען איבערצייגט אז די סעודה קען מען פטר'ן ביינאכט.. זעט אויס מ'איז נישט אלעמאל ארומגעלאפן נאך געלט מיט מאבילס.. און ס'זעט קוים אויס ווי רב כהנא האט זיך פארגעגרייט מיטן קיצור שולחן ערוך פאר פורים.. מיינסט קדושת לוי האט ער כאטש יא געלערנט? וויאזוי דען האט אים זיין שווער אריינגעלאזט?

די גאנצע משלוח מנות געגעבאכטץ איז אויך עפעס געווארן א גאנצע דין אזא. בעת אין די גמ' איז משמע (לפי שיטת רש"י) אז מיטן ליידענען יענעם צום סעודה איז אלעס מסודר, נישטא קיין איבעריגע נערוון דערויף, נישטא קיין איבעריגע ספארקלינג גרעיפדזשוסעס, נישטא קיין ציגארעטלאך וועיפערס, און נישטא קיין ארומלויפעכטצער צו אלע מלמדים און באבעס.

נאך איין נקודה, פורים ביינאכט פארן מגילה ליינען האט א אינגערמאן אין ביהמ"ד געוואלט נעמען א גלעזל וואסער אויסצופאסטן, שרייט אים א צווייטער אן אז אין שו"ע שטייט שטארק אז מ'טאר נישט אויספאסטן איידערן מגילה ליינען.
קוק איך אריין דארט, זע איך טאקע אז ס'שטייט מ'זאל ענדערש ליינען נאכן פלג ווי אויספאסטן, אבער די גאנצע הלכה נעמט זיך פון די זעלבע געדאנק ווי נישט עסן פאר תקיעת שופר און פאר קר"ש של ערבית יעדע נאכט.
קומט דאך לכאו' אויס לויט דעם אז פארן זעלבן סיבה וואס מיר מאכן יא קידוש איידער תקיעת שופר און מיר זענען נישט מקפיד צו עסן נאכטמאל פאר מעריב, קען מען לכאו' אויך טרינקען פאר מגילה ליינען?! נישט אזוי? די סיבה דארט איז דאכט זיך אז ווען מ'האט א מנין קבוע איז מען נישט חושש אז מ'גייט פארגעסן, אדער עפעס אזוי, טא, אודאי גייט די זעלבע אן פאר איינער וואס שטייט שוין אין ביהמ"ד גרייט צו הערן מגילה און וויל נאר כאפן א שלונג וואסער.. וואס זאגן די תלמידי חכמים דא?
 
ותו:

דער זעלבער אינגערמאן וואס שרייט ביינאכט אויפ'ן חבר צוליב'ן זיך דערוואגן צו שלינגען פחות מרביעית, ווען ס'קומט צומארגנס - פורים צופרי, האט ער נישט קיין שום פראבלעם צו טרינקען א קאווע מיט 6 קאצקע צוקער איידער קריאת המגילה (זאגאר פאר'ן דאווענען- וואס גרעניצט זיך מיט 'לא תאכלו על הדם' (ברכות י: ))
 
רעדענדיג פון הלכות פורים. ווייסט איינער די עכטע מקור צו דעם 'חייב איניש לבסומי בפוריא'? וואס איז דאס די שכרות פלוצלינג? פון וואו? פארוואס? וואס האט זיי געכאפט?
"משתה" ושמחה, משתה איז מלשון שתיה און מיינט א טרינק סעודה, וועגן דעם ווערט נישט דערמאנט ביי די סעודת אחשורוש מאכלים נאר משקאות
 
א לאנגע בעל תפילה​

דעם פארגאנגענעם פרייטאג צונאכטס האב איך געדאוונט אין א ביהמ"ד ווי עפעס א רבי'לע האט למען השם געברויך צוגיין צום עמוד.

קיין נוסח האט דער יעניגער נישט גע'יכול'ט, און טאקע ברוך השם ער איז נישט געווען אויסן צו ציען די נערוון ביים אויסלאזן די שטיקלעך.
געקומען איז אבער לא תבושו און אלעס האט זיך געטוישט, דער האט אנגעהויבן זינגען עפעס א ניגון וואס קיינער האט נישט געקענט און איך וועל נישט מגזם מיטן זאגן אז ער האט איבערגעזינגען דעם ניגון 30 מאל.
געפאטשט, געטאנצן, געפאכעט, און געבריקעוועט, אלעס לכבוד זיין הייליגן שבת (און לכאו' זיין כבוד).
ס'האט ליטעראלי גענומען איבער 15 מינוט דעם שפיל אליין, און ס'האט זיך געשטעלט א צווייטע מנין אינדרויסן בשעת מעשה..

נישט פארדעם אבער שרייב איך עס.

מיר האט עס געמאכט די ערשטע זאך טראכטן אז עס איז נישט אויסגעהאלטן, הלמאי, טירחא דציבורא.
דאן איז מיר ארויפגעקומען אין קאפ אז מעגליך לכבוד שבת, ווען מ'צוקאכט זיך איז יא דא עפעס א היתר צו אויפהאלטן דעם ציבור.
עפעס ליגט מיר אין קאפ א מעשה פון ר' זונדל, וואס קלמן רוזנגארטן פארציילט אויף זיינע טעיפס, ווי ער האט זיך צוקאכט מיטן לכה דודי פרייטאג צונאכטס - און יענץ ליגט מיר נאך יא בהערצה אין מיינע ביינער..
אויך דאכט זיך אז עס שטייט גאר אין שו"ע אז שבת זאל מען מאריך זיין מיט ניגונים - צוליב 'עונג שבת' (אויך מיר אן עונג). ממילא קיין הלכה'דיגע תביעה קען איך לכאו' דא נישט האבן.

אבער וואס האב איך מיט הלכה אזוי פלוצלינג איינגעשטויסן?! זינט ווען באדערט מיר ווען איינער איז עס עובר אדער מחמיר?

טראכט איך ווייטער, עס איז דאך דא די מענטשליכע חלק דא.
פון איין זייט, ווער געבט אים רעכט צו טרעטן אויף די נערוון און צייט פון די מתפללים - סתם ווייל אים האט די נשמה יתירה און ליידיגע ברעטל יעצט אנגעכאפט?
פון די אנדערע זייט, די עמוד איז יעצט זיינס, איך אין זיינע שיך וואלט מסתמא אויך אויסגענוצט די געלעגענהייט, די ביהמ"ד איז א פריוואטע (פון א צווייטע רבי'לע), און אפשר גאר האבן מאנכע גאר הנאה דערפון.
געוויסע האלטן זיך זיכער אונטער פון אזא מחזה, אנדערע פרייען זיך אז אנדערע רעגן זיך, און איך האב דערצו פארדינט נאך עפעס וואס צו באשרייבן.
קען דאך זיין אז פון א מענטשליכע שטאנדפונקט איז עס נישט אזוי שלעכט זיך אויסצוגעבן על טהרת הקודש?!

פילאזיפיר איך מיר דארט ווי א נער מיטן האפענונג אז די קושמאר גייט שוין פארביי, אבער דער רירט זיך נישט פון פלאץ און פון זיין פארליבטן ניגון..

האב איך למעשה געמוזט אויפמאכן א ספר'ל (נאר צו געוואר ווערן אז די תורות פון ויקהל ליגן שוין אויסגעלייגט אין תרומה..) און די מחשבות מיינע זענען געבליבן אזוי רויערהייט - אומגעצייטיגט..

א גוטע וואך.
 
לעצט רעדאגירט:
פון ר' זונדל, וואס קלמן רוזנגארטן פארציילט אויף זיינע טעיפס, ווי ער האט זיך צוקאכט מיטן לכה דודי פרייטאג צונאכטס
😂זכרונות, איך האב נאך טראמה פון וועו מען האט עם געכאפט גנב׳נן די מאראנצן, מען קוקט מען זעהט…
 
וואס טוט מען ווען בשעת מעריב האט זיך געוועבט א שיינע געדאנק אראפצושרייבן, מ'האט עס אויסגערעכנט, סטרוקטירט, פלאנירט, און ווען ס'קומט צו נעמען דאס פעדער אין די האנט אריין קען מען זיך נישט דערמאנען קיין כי הוא זה פון וועלכע נושא איך האב דאן געטראכט? ארויס פון קאפ. ניקס. קיין פיפס.

וואס איז עס געווען רבונו של עולם?! איך וועל שוין מוותר זיין אויפן ארטיקל, אבער כאטש מיין זכרון זאל מיר נישט אזוי ווידערשפעניגן...

כ'טראכט צו מ'קען מקיל זיין צו דאווענען א תפלת נדבה, אפשר וועלן זיך די מחשבות צוריק ערוועקן?!..
 
לויף שנעל צוריק צום לאקאציע ווי די מחשבה האט זיך אנגעהויבן, ס'קען ארבעטן. און דאווען איבער...(אן די שם)
 
וואס טוט מען ווען בשעת מעריב האט זיך געוועבט א שיינע געדאנק אראפצושרייבן, מ'האט עס אויסגערעכנט, סטרוקטירט, פלאנירט, און ווען ס'קומט צו נעמען דאס פעדער אין די האנט אריין קען מען זיך נישט דערמאנען קיין כי הוא זה פון וועלכע נושא איך האב דאן געטראכט? ארויס פון קאפ. ניקס. קיין פיפס.

וואס איז עס געווען רבונו של עולם?! איך וועל שוין מוותר זיין אויפן ארטיקל, אבער כאטש מיין זכרון זאל מיר נישט אזוי ווידערשפעניגן...

כ'טראכט צו מ'קען מקיל זיין צו דאווענען א תפלת נדבה, אפשר וועלן זיך די מחשבות צוריק ערוועקן?!..
זאג אריין א וואויסנאוט צו דיין אייגענע וואטסעפ נאמבער.
איך האב די פראבלעים מיט שבת.
איין זאך טוה זיכער נישט, פלאג דיך נישט צו דערמאנען ווייל ס׳גייט נישט, זיי מסיח דעת זייער אסאך מאל ווי נאר מען איז מסיח דעת געט ער א פּאפּ אריין.
וכדאמר @ההוא גברא לעיל אז מען גייט צוריק צי די פלאץ קען עס אויך צוריק קומען.
 
זאג אריין א וואויסנאוט צו דיין אייגענע וואטסעפ נאמבער.
איך טו נארמאל ענליך, איך שרייב מיר כסדר נאטס אין מיין פאון. און איך האב עס געפלאנט צו טון נאכן דאווענען אבער כ'בין געווארן פארנומען, און די רעשט איז היסטאריע...
 
געלויבט גאט'סקייט​

ווען עפעס גייט גוט דאנקט מען ג-ט, נישט אזוי?

וואס טוט אן אטעאיסט? ער דאנקט גודנעס - גוטסקייט אליין! ווער איז דאס? אויף דעם האט דניאל דענניט א גאנצע עסעי - איבער וואס מ'קען דעבאטירן ווי ריכטיג ער זאגט.

וואס געשעט אבער ווען ס'גייט איינעם שלעכט?

נאטורליך האבן מיר אן אינסטינקט צו שפירן עדזשענסי אין יעדע פארסירונג - ובפרט שלעכטע. מיר האבן דעם געפיל אז איינער האט אונז געזוכט אפצוטון דא.
וואס פארן רעליגיעזן איז עס ווידער נישט מער ווי אן אפאלאגעטיק עקסערסייז זיכער צו מאכן אז ס'איז טאקע ג-ט וואס האט באשטראפט אבער ער איז נאכאלץ א גוטע ג-ט סאמהאו.

פארן אטעאיסט ווערט דא אבער זייער שווער. ווער איז געווען 'דער שלעכטע' וואס האט אים געגעבן דעם פאטש? ווער האט גע'הרגט זיין נאנטער? ווער האט אים געשאנקען יענע מעשה? ווער האט זיכער געמאכט אז ער שטייט פונקט דארט ווי די קאר האט געדארפט אריינהאקן און אים צוברעכן ביידע פיס?

פארשטייט זיך ס'איז 'רעאליטעט' וואס איז שולדיג.
מיין פוינט אבער איז אז מיר זענען אינסטיקטיוולי נישט גרייט און נישט ביכולת אנצונעמען 'רעאליטעט' אלס תירוץ, מיר זוכן יא אטאמאטיש פאר אן 'עידזשענט' אונטער די שלעכטס וואס טרעפט אונז, מיר זוכן איינעם צו באשולדיגן, צו מיר ווילן צו נישט.

מ'קען שפעקולירן אז דאס נעמט זיך פונעם פריען יוגנט, ווי מיר שפירן נישט די גוטס און די פלעשור וואס מיר האבן זייענדיג אונטערן מאמעס פארטוך זאטערהייט, מיר זענען נאר גע'ווייערד צו פילן ווען מיר זענען הונגעריג און ווען די מאמע לאזט אונז איבער.

אזוי צו אזוי איז דאס א טיפע אינסטינקט, און איך בין נייגעריג וויפיל ס'דערציילט איבער די עכטע וועלט out there, און וויפיל מיר דארפן דאס נעמען אלס אינדיקאציע אז מעגליך עפעס איז יא פארהאנען דארט אויבן?!
 
פארוואס יעדע זאך מוז האבן א סיבה
וואס וועט זיין אויב איך פארשטיי נישט
עס איז דא זאכן וואס מיין קליין מוח'ל פארשטייט נישט
פארוואס אויף יעדע זאך דארף מען א סיבה
ס'פארט א סיסטעם
אונז וויסן נישט ווי אזוי פונקט עס ארבעט און דעציט
 
אידן אין אלגעמיינע מידיע​

אן אינטרעסאנטע אבזערוואציע, איך ווייס נישט אויב עס איז סטאטיסטיקלי אמת אדער ס'זעט נאר אויס אנעקדאטאל פון די מענטשן וועמען איך הער, איך האב באמערקט אז זייער אסאך פון די אלגעמיינע פאדקאסטערס און מויל מאכער אין די וועלט זענען אידן..

ביל מאהער
סעם העריס
קאנסטאנטין קיסין
עזרא קליין
דאן סאלטמאן (דעסטיניס שותף אויף 'עניטינג עלס')
בען שפירא - אודאי
דעיוו רובין
דעיוויד פאקמאן
ברייען טיילאר קאהען
דעיוו סמיט
דעניס פרעגער
לעקס פרידמאן
בערי ווייס
נעיט סילווער
עריק (און ברעט) וויינשטיין

און דאס איז מער ווייניגער נאר אין די קאמענטערי ביזנעס. אז מ'גייט צו סייענס, ביזנעס, טעכנעלאגיע, פאליטיק, דזשערנאליסם, פילאנטראפיע, און אקאדעמיקס, טרעפט מען פארשטייט זיך ווידער א גאנצע בית המדרש פיל מיט אידן... און נאכדעם שפעקולירט מען ווער ס'קאנטראלירט די וועלט... (סארקאזם אלערט:p)

ס'איז אין א בחינה אן ענליכע אבזערוואציע ווי דאס אז אין אונזער היימישע פאדקאסט ביזנעס זענען דא אסאך עלטערע בחורים (פאר וועלכע סיבה ס'זאל נאר זיין), אבער פונקט ווי דארט קען זיין עס איז בלויז מיין בייעס און אנעקדאטישע פערספעקטיוו.
 
אינטערסאנטע אבזערוואציע 🤔

You forgot. John Stewart

סקען זיין אז דו פילסט מער באקוועם מיט די מענטשן... דו האלטסט אז ס'איז פשוט דא מער אידישע מויל מאכער? שווער צו גלייבן.
 
פארוואס יעדע זאך מוז האבן א סיבה
וואס וועט זיין אויב איך פארשטיי נישט
עס איז דא זאכן וואס מיין קליין מוח'ל פארשטייט נישט
פארוואס אויף יעדע זאך דארף מען א סיבה
ס'פארט א סיסטעם
אונז וויסן נישט ווי אזוי פונקט עס ארבעט און דעציט
ווער זאגט אז אונז ווייסן נישט? אפשר איז די דאזיגע געפיל פון עדזשענסי העכער אונז די עכטע וויסנשאפט און אונז פראבירן מיט אלע כוחות אוועקצוקוקן דערפון?
 
ווער זאגט אז אונז ווייסן נישט? אפשר איז די דאזיגע געפיל פון עדזשענסי העכער אונז די עכטע וויסנשאפט און אונז פראבירן מיט אלע כוחות אוועקצוקוקן דערפון?
קען זיין
אבער וואס זאל טוהן דער וואס די מוח זאגט עם
אז די געפיל איז נישט ריכטיג
 
אשכולות אין קאווע שטיבל (לפי הסדר שנכתבו):​

1. פאסטן תעניתים היינטיגע צייטן?!
2. פאעטישע ספיקות.
3. דא?! וואוינט א איד
4. פאליטישע ספיקות
5. איי איי אמעריטשקע...
6. חינוך פאראדאקס
7. סקווערן דעם צירקל.
8. "מיינונג", וואס מיינט דאס?
9. רבי'שע פאליטיק. איז עס טאקע אזוי אינטרעסאנט?
10. העי העי העי, איך וויל זיין א רבי!
11. וואס קענען קלוגע אידן טון?
12. א ש'כח-כהנים לייק, אדער א לייק?
13. צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
14. דור הפלגה און AI
15. קלימאטן טויש טיים-ליין
16. פויל אדער קלוג? איבער פילאזאפיע, פסיכאלאגיע, און סאציאלאגיע.
17. אהרן רזאל
18. צוביסלעך אדער פלוצלינג?
19. יובל נח הררי
20. איבער דעבאטע: איז רעליגיע גוט אדער שלעכט פאר סאסייעטי?
21. אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות
22. דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
23. פון וויסן פאקטן ביז אפיקורסת ממש...
24. טאלעראנץ
25. פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
26. אינדיווידואליזם ווס קאלעקטיוויזם. די מעלות פון אונזער קולטור
27. איז פוילקייט דעפינירט?
28. פראגרעס, און סאציאלאגישע עקאלאגיע
29. ווערן קאנווינסד, שכל אדער געפיל?
30. ד"ר מיכאל אברהם
31. פסיכא-אנאליסיס
32. הלכה vs השקפה
33. נייע וועג פון פראטעסטן, העלפט עס בכלל?
34. מבריסק ועד קוסובה
35. הילף איבער מצות
36. היימישע קאמוניזם
37. Dr. James Justin Sledge און די עוואלוציע פון הוי"ה.
38. 'ועמך כלם'... אדער 'צדיקים'...
(39. אידישע אונטערהאלטונג מארקעט)
40. דעמאקראטיע געענדיגט?
41. פרשת בהעלותך - א קריטיקל בליק
42. היפאקריטיע, ווער איז ידו על העליונה?
43. פרויען-טיטשערס געהאלט
44. פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט

__________________________________

שנירלעך אין קרעמל (לפי הסדר):​

1. שמירת התורה והמצות אן קיין אמונה
2. אידישע (אונטערהאלטונג) מארקעט
3. תשעה באב מאטעריאל
4. ביקורת המקרא - שי יפת
5. מר. ביעסט - געים טעאריע לייוו
6. תכלת בזמן הזה
7. טראמפ - העריס, דעבאטע אנאליז
8. יובל נח הררי - ניי בוך Nexus
9. פיוטים וסליחות (אפגעטיילט)
10. זענא'ס פאראדאקס
11. דער גוי מאכט א חילול השם!
12. אנקעטע, וועלכן מאראל כאראקטער האט איר?
13. די נייע עפאכע אין פאליטיק
14. מעמד כבוד התורה - סיום ע"י ארגון דרשו - לאנדאן
15. ידיעות און פליאות מיט ר' משה שפיצער
16. נגינה כאר - לאנדאן
17. פארוואס? ווייל אזוי!
18. מר ביעסט - ביעסט געימס
19. אנקעטע, עפנט איר לינקס אין קרעמל?
20. צופרידנקייט און באדייט
21. עקאנאמישע דיסקוסיעס
22. טאקער קארלסאן (און זיין הויכשטאקיג טפשות)
23. אינפארמאטיווע יוטוב קאנאלן - YouTube channels
24. אומגעצייטיגטע מחשבות (@אלפא)
25. רוסלאנד - אוקריינע דעבאטע, צווישן עטיקס און פאליטיק
26. פונעם ערשטן ציגארעטל ביזן סייבערטראק – אידישקייט גליון #25
27. אנקעטע, איז רעליגיע וויכטיג?! - סאציאלאגיש גערעדט
28. טרענס-ג'ענדער בהלכה
29. עזרא קליין
30. Jacob Collier
31. פרייהייט, איז עס טאקע אזוי גוט?
32. די פראבלעם מיט קאטעגאריזאציעס
33. מפתח: אלופי @אלפא
34. דאגלאס מארי - דעיוו סמיט - דזשאו ראגען, דעבאטע אנאליז.
35. וואס זוכט א פידלער אויפן דאך?
36. זאנוויל וויינבערגער
37. לעגענדארע פילמען (פאר א מתחיל)
38. לאנדאנער מירון - תשפ"ה
39. פאסקאלס וועידזשער און מיין ראדיא דזשערני.
40. ווער פינקטליך איז איבערגעדרייט? (קאמענטארן אויף שאלה ותשובה הפוכה שנירל)
41. צווישן נארמאל און נישט נארמאל
42. די קאנפליקט איבער 'היימישע פאפ-קולטור'
43. א קרעמל קהילה?! ווייטער ווי בלויזע גערעדעכטצער..
44. חתונה פלאן קראך - מאמענט פארש פראיעקט - א קריטישע בליק
45. To be continued...

תם ולא נשלם​

יישר כח פארן ארויפלייגן דיין מפתח. דעיס נעמט זיכער שעות צי צאמקראצן די אלע לינקס, ס׳וועט נעמען א לאנגע צייט איך זאל ווערן באורד, נאך אזא עמאונט פון אינפאו.
(נאך א מזל האסט אריינגעלייגט דיין מפתח שנירל אין די מפתח, ווייל אויב זיך אמאל דיין מפתח, גיי איך אריין אין דיין מפתח שנירל, איך זיך אויף דיין לינק פאר די מפתח שנירל און בום איך בין אין די מפתח.
 
אשכולות אין קאווע שטיבל (לפי הסדר שנכתבו):​

1. פאסטן תעניתים היינטיגע צייטן?!
2. פאעטישע ספיקות.
3. דא?! וואוינט א איד
4. פאליטישע ספיקות
5. איי איי אמעריטשקע...
6. חינוך פאראדאקס
7. סקווערן דעם צירקל.
8. "מיינונג", וואס מיינט דאס?
9. רבי'שע פאליטיק. איז עס טאקע אזוי אינטרעסאנט?
10. העי העי העי, איך וויל זיין א רבי!
11. וואס קענען קלוגע אידן טון?
12. א ש'כח-כהנים לייק, אדער א לייק?
13. צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
14. דור הפלגה און AI
15. קלימאטן טויש טיים-ליין
16. פויל אדער קלוג? איבער פילאזאפיע, פסיכאלאגיע, און סאציאלאגיע.
17. אהרן רזאל
18. צוביסלעך אדער פלוצלינג?
19. יובל נח הררי
20. איבער דעבאטע: איז רעליגיע גוט אדער שלעכט פאר סאסייעטי?
21. אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות
22. דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
23. פון וויסן פאקטן ביז אפיקורסת ממש...
24. טאלעראנץ
25. פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
26. אינדיווידואליזם ווס קאלעקטיוויזם. די מעלות פון אונזער קולטור
27. איז פוילקייט דעפינירט?
28. פראגרעס, און סאציאלאגישע עקאלאגיע
29. ווערן קאנווינסד, שכל אדער געפיל?
30. ד"ר מיכאל אברהם
31. פסיכא-אנאליסיס
32. הלכה vs השקפה
33. נייע וועג פון פראטעסטן, העלפט עס בכלל?
34. מבריסק ועד קוסובה
35. הילף איבער מצות
36. היימישע קאמוניזם
37. Dr. James Justin Sledge און די עוואלוציע פון הוי"ה.
38. 'ועמך כלם'... אדער 'צדיקים'...
(39. אידישע אונטערהאלטונג מארקעט)
40. דעמאקראטיע געענדיגט?
41. פרשת בהעלותך - א קריטיקל בליק
42. היפאקריטיע, ווער איז ידו על העליונה?
43. פרויען-טיטשערס געהאלט
44. פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט

__________________________________

שנירלעך אין קרעמל (לפי הסדר):​

1. שמירת התורה והמצות אן קיין אמונה
2. אידישע (אונטערהאלטונג) מארקעט
3. תשעה באב מאטעריאל
4. ביקורת המקרא - שי יפת
5. מר. ביעסט - געים טעאריע לייוו
6. תכלת בזמן הזה
7. טראמפ - העריס, דעבאטע אנאליז
8. יובל נח הררי - ניי בוך Nexus
9. פיוטים וסליחות (אפגעטיילט)
10. זענא'ס פאראדאקס
11. דער גוי מאכט א חילול השם!
12. אנקעטע, וועלכן מאראל כאראקטער האט איר?
13. די נייע עפאכע אין פאליטיק
14. מעמד כבוד התורה - סיום ע"י ארגון דרשו - לאנדאן
15. ידיעות און פליאות מיט ר' משה שפיצער
16. נגינה כאר - לאנדאן
17. פארוואס? ווייל אזוי!
18. מר ביעסט - ביעסט געימס
19. אנקעטע, עפנט איר לינקס אין קרעמל?
20. צופרידנקייט און באדייט
21. עקאנאמישע דיסקוסיעס
22. טאקער קארלסאן (און זיין הויכשטאקיג טפשות)
23. אינפארמאטיווע יוטוב קאנאלן - YouTube channels
24. אומגעצייטיגטע מחשבות (@אלפא)
25. רוסלאנד - אוקריינע דעבאטע, צווישן עטיקס און פאליטיק
26. פונעם ערשטן ציגארעטל ביזן סייבערטראק – אידישקייט גליון #25
27. אנקעטע, איז רעליגיע וויכטיג?! - סאציאלאגיש גערעדט
28. טרענס-ג'ענדער בהלכה
29. עזרא קליין
30. Jacob Collier
31. פרייהייט, איז עס טאקע אזוי גוט?
32. די פראבלעם מיט קאטעגאריזאציעס
33. מפתח: אלופי @אלפא
34. To be continued...

תם ולא נשלם​

wow! כמעיין הנובע! ייש"כ
 
Back
Top