עורו עורו ניקים מתרדמתכם

ששששאא...
מיר געפינען אין די וואכעדיגע פרשה, אלה הדברים אשר דבר משה אל כל ישראל 'בעבר הירדן' במדבר בערבה וגו'
משה רבינו האט מוסר געזאגט @בעבר הירדן אווי איז ער? וואס גייט פאר מיט @בעבר הירדן? ער איז פארשווינדן ווי אין 'במדבר', ער שלאפט 'בערבה' ווי אינמיטן נאכט, 'מול סוף' ער האט געמאכט א סוף צו קרעמל?, 'בין פארן' ווי איז ער פארפארן?
נא זאל ער צוריק קומען במהרה דידן ברוב רחמיו וחסדיו בהתגלות כבוד שמים עלינו אמן!!!
 
וואס גייט פאר מיט אזוי פיל חשוב'ע ניקים וואס זענען געווען די ליכט פונעם הייליגן קרעמל וואס ווערן פארשוואונדן פון איין מינוט צום צווייטן, כלל ישראל דארף אייך האבן...
דארפסט א ברעיק, אקעי אבער קום כאטש אריין פאר א בליק...
באווייז דיין פנים, זאג איך לעב נאך..
מ'טראכט פון דיך, מ'וויל וויסן וואס דו מאכסט.

כיתומים היינו ואין אב
כשה בלי רועה
🫩😭😭😩😰
 
בארואיגט אייך ביי חסיד'ישע אידן גלייבט מען אין גלגול
גמרא שבת ק״ה ע״ב:
כל המתאבל על אדם כשר – מוחלין לו על כל עוונותיו.

גמרא מועד קטן כ״ה ע״א:
אמר רב יהודה אמר רב: כל המספיד תלמיד חכם כראוי לו – זוכה ויושב בישיבה של מעלה.

שו״ע יורה דעה סימן רמ״ד סעיף י׳:
מצוה להספידו כראוי לו לפי חכמתו.
 
יא יא @בְעֵבֶר הַיַרְדֵן האט זיך געדרייט ציווישען אונז געשענקט לייקס, ארויפגעלייגט סחורה.
ווען באמערק איך אז דאס איז א מתנה ווען ער פעהלט אפאר טעג! 🥹

עס דרייען זיך ציווישען אונז אסאך חשובע באליבטע ברודער לאמיר זיך מחזק זיין צו געבן א לייק ווען מ'ליינט און מ'האט הנאה. ס'נעמט טאקע א סעקונדע אבער ס'געט יענעם פידבעק.

לאמיר אריין ווארפן א לויזע דאנק סתם ווייל פארוואס נישט!

לאו דוקא ביי קרעמל נאר אויף יעדע סייט, און סטאטוס, אין שוהל, אין די ארבעט.

לאו דוקא אין גאס נאר אויך אינדערהיים צום אייגענעם ווייב, קוק איר אריין אין די אויגן בסבר פנים יפות און זאג איר "איי לאוו יו" "כ'בין אזוי גליקלעך צו זיין מיט דיר".
און פאר די קינדער.

און לאו דוקא אין שטוב נאר אויך צו זיך אליין לאמיר זיך אליין קוקן אין די אויגן (שפיגל) אדער סתם אזוי זיך זאגן "איי לאוו יו" "כ'בין אזוי גליקלעך צו זיין מיט דיר"

און לאו דווקא צום גוטן חלק פון זיך, נאר אויך צו די חלקים פון זיך וואס קוקן אויס אומבאטעמט לאמיר זיי אויך געבן ליבשאפט און א גוט ווארט, לאמיר זעהן אז זייער שורש איז גוט און ריין!

איך האב זיך ליב
איך האב ליב מיינע שוואכקייטן
איך האב ליב מיין ווייב
איך האב ליב מיין משפחה
איך האב ליב יעדער אין מיין קהילה וואס באשטייט א גרויס חלק פון קרעמל - יא דו
איך וויל ליב האבן יעדע מענטש

א שכוח פאר יעדער חבר דא אין קרעמל!
דו טוהסט גוט, דו שרייבסט וואס דו טראכסט, כ'האב הנאה!

(אגב. ווען נישט קרעמל וואלט איך שוין פארגעסן מיין אידיש דא אינעם דשונגל. און וואס פארשטייען דעי דשונגליסטן צו א גוט שטיקל פאליטיק...)
 
וואס גייט פאר מיט אזוי פיל חשוב'ע ניקים וואס זענען געווען די ליכט פונעם הייליגן קרעמל וואס ווערן פארשוואונדן פון איין מינוט צום צווייטן, כלל ישראל דארף אייך האבן...
דארפסט א ברעיק, אקעי אבער קום כאטש אריין פאר א בליק...
באווייז דיין פנים, זאג איך לעב נאך..
מ'טראכט פון דיך, מ'וויל וויסן וואס דו מאכסט.

כיתומים היינו ואין אב
כשה בלי רועה
🫩😭😭😩😰
איך האלט מיך נישט פאר איינע פון די חשוב'ע ניקים דא און זיכער נישט פאר די ליכט פונעם הייליגן מקום
אבער איך קען זאגן פארוואס איך בין נישט אזוי עוועלעבל ווי אמאל:
1. נשתנו העיתים - איך האב היינט וויינגער צייט
2. עס זענען אריין דא אפאר טראל'ס וואס האבן פאר'מיאוס'ט דאס פלאץ (מצד שני זענען אריין דא נאך גוטע און זאפטיגע חבר'ה)
3. איך האב פארגעסן
 
Back
Top