Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
Huskies! פון מיינע באליבטע דאגיסמיין ברודער פלעגט מאכן זיינע קינדער היימיש מיט בעלי חיים און ס'האט אים אסך געהאלפן שפעטער ווען ער איז געפארן וואוינען צו א נייע פלאץ וואו ער האט געקענט פירן א מער פריוואטע לעבן און געקענט אדאפטן א הונט - אז ס'האט אסך געהאלפן זיינע קינדער זיך סעטלען גרינגער (טעראפי הונט זענען וואונדערליך, אבער אפילו סתם א גוטע הונט אדער קעצעלע קען העלפן בארוהיגן א קינד און פארעמען א קשר פון unconditional love
מיין מומע פלעגט טראגן די קינדער חול המועד צו א pet shop און נאכדעם צו די דאלער סטאר איינקויפן עפעס (אנשטאט אויסגעבן אסך געלט פאר טריפס וואס זי האט זיך נישט געקענט ערלויבן) אירע קינדער געדענקען נאך יענע צייט מיט גרויס נאסטאלגיע
פארוואס דערצייל איך דאס אלס, ווייל ס'וויכטיג צו זיין aware וואס זענען די מעלות און חסרונות פון האבן א pet
צום ביישפיל, דא אין דעם קליפ, קען מען אביסל באגרייפן וואספארא הנאה אונזער סיסטעם פארגינט נישט פאר אונזערע קינדער:
געטרייע היטער
באמערקונג: אומ'צניעות'דיגע בילדער
הני כלבּין דחציפין! סאונד פאמיליער?מיין ווייב'ס באבע, א גאליציאנע פרוי, איז געוועזן זעקס יאר אונטער די דייטשן. זי פלעגט אייביג איבער דערציילן ווי זי האט געזען מיט אירע אויגן ווי די דייטשן רייצן אן זייערע הונט אויף מענטשן ל''ע. זי האט אריינגעלייגט אין אירע דודות אזא טראומע און פחד פון הונט, אז ווען מיין ווייב האט געזען מיין זון שפילן מיט א chihuahua, איז זי כמעט צאמגעפאלן פון שרעק.
איך האב א חבר, אן OTD, זאגט ער מיר, אז זיין טאטע זאגט אים אייביג as long as you donwt have dogs, עס קוקט מיר אויס אז דער ספעציפיצער חי' וועט אייביג בלייבן אין אונזער קאלעקטיוו גלות טראומע.
דאס דערמאנט מיך די מעשה מיט'ן משומד, ווי איינע האט זיך געשמד'ט און ממש אלעס פארגעסן פון אידישקייט אבער איין זאך וואס איז איר געבליבן איז פחד פון א הינטלאיך האב א חבר, אן OTD, זאגט ער מיר, אז זיין טאטע זאגט אים אייביג as long as you donwt have dogs,
דאס איז שוין אן אלטן טעאריע מיינעם, אז די עקסטרעמע פחד פון די הונטן וואס אונז האבן, קומט פון די טראומע פון די הונטן ביים קריגמיין ווייב'ס באבע, א גאליציאנע פרוי, איז געוועזן זעקס יאר אונטער די דייטשן. זי פלעגט אייביג איבער דערציילן ווי זי האט געזען מיט אירע אויגן ווי די דייטשן רייצן אן זייערע הונט אויף מענטשן ל''ע. זי האט אריינגעלייגט אין אירע דודות אזא טראומע און פחד פון הונט, אז ווען מיין ווייב האט געזען מיין זון שפילן מיט א chihuahua, איז זי כמעט צאמגעפאלן פון שרעק.