וועלכע AI נוצטו דאס מערסטע

וועלכע AI נוצטו דאס מערסטע?

  • טשעט gpt (פון open ai)

    Votes: 69 75.0%
  • גראק (פון עקס)

    Votes: 5 5.4%
  • זשעמיני (פון גאגל)

    Votes: 11 12.0%
  • מעטע (פון פעיסבאק)

    Votes: 2 2.2%
  • דיעפ סיעק (פון היי פלייער)

    Votes: 0 0.0%
  • אנדערע (שרייב עס און דער קאמענטס)

    Votes: 5 5.4%

  • Total voters
    92
אן אינטרעסאנטע אנאליז (וויאזוי זאגט מען breakdown אין אידיש? @החוקר?) וועלכע AI מאדעל איז בעסער פאר פארשידענע אויפגאבעס.

View: https://www.youtube.com/watch?v=bITLLffXPiA

בייגעלייגט איז א סקרינשאט פאר די וועלכע יאגן זיך.
גראק קען אסאך בעסער רעדן ווי א עכטע מענטש, זיי האבן נישט ארויסגענומען דאס מערסטע פאטענציאל פון גראק voice mode.

Gemeni בילדער זענען היינט ציטאגס אסאך בעסער ווי אינעם פארמעסט, עס איז מאדנע אז עס האט געהאט 3 הענט. אזוי אויך איז געמעניי געווענליך מער אקוראט אין ליינען בילדער ווי למשל די פרידזשירעטאר.

איך בין נייגעריג צו מען האט גענוצט סטענדערט אדער פרימיום.
 
לעצטענס (ביי מיר) איז סיי גי בי טי און סיי געמעניי גאר שוואך. איך האב א פילינג אז זיי נוצן די קאמפיוט פאוער פאר זיך, צו דעוועלאפן עפעס גרויס!
 
זיי וואלטן געמעגט אינקלודען claude, ער איז די קעניג ווען עס קומט צו פראבלעם סאלווינג, ריסערטש, און צו צונעמען קאמפליצירטע נושאים.
 
Kolo AI איז היבש גוט ווען עס קומט צו image generation

אויכעט האבן זיי אן אומזיסטע טעקסט מעסעדזש אפציע ווי זיי קענען דיך עדיטן בילדער דורך טעקסט מעסעדזש, אויב ווילסטו עדיטן געשטאלטן ברויך מען זייער קלאר אנזאגן נישט צו טשעינדזשן קיין שום פעישעל פיטשערס​

שיק א טעקסט צו 626-604-6006
 
רבותי! ס'איז צרות!
את אשר יגורנו בא....
ארויסגעקומען היינט א נייע AI טשעט וואס איינער האט געמאכט,
אידיש טייפינג!
זאגסט אריין א דרשה, א ארטיקל, אדער סיי וואס און ער שיקט עס דיר מסודר און געטייפט,
קען זיין איינער האט שוין גערעדט דערפון אבער מיר פרעזענליך האט עס אויפגעשוידערט!!

ביז יעצט פלעגט מען רעספעקטירן לענגערע באשרייבונגען, שטייפע ארטיקלען, סאיז געווען א זאך!
אבער מיט דעם איז די געשיכטע אפציעל געענדיגט...

קרעמל קען זיך פארמאכן😳😳

זעה👈 דא
 
לעצט רעדאגירט:

אסאך ספעלינג מיסטעיקס, עס לייגט נישט גוט פינטלעך.
 
ווי אזוי ארבעט עס, איך שיק א וואטסעפפ צי די נאמבער אין ער שפייט מיר צירוק א געשריבענע טעקסט?
יאפ, רעד שטייט און קלאר, שטעל זיך אפ דארט ווי די ברויכסט א פינטל,
ער וועט עס לכאורה אויפכאפן
 
GPT 5 pro פארשטייט אידיש ווען דו רעדסט אויף live mode. ער רעדט צוריק א רוסישן אדער אלטע סארט ליטווישן אידיש. אבער ער פארשטייט געהעריג וואס דו רעדסט צו אים אפילו מיט אלע 2025 ניו יארק אידישע סלאגאנען און אקצענט.
 
דאס איז נאכנישט געווען ביז יעצט?
 
ווי אזוי ארבעט עס, איך שיק א וואטסעפפ צי די נאמבער אין ער שפייט מיר צירוק א געשריבענע טעקסט?
בפשטות איז דאס אן אויפטו בלויז פאר מענטשן וואס זוכן צו שרייבן לענגערע ארטיקלען אויף אידיש

די פראגע איז נאר צו דעם AI: אויב קענסטו יא אזא גוט'ן היימישן אידיש, פארוואס בלויז צושטעלן טראנסקריפטס? שטעל צו ס'גאנצע ארטיקל?​
 
Back
Top