אנקעטע וועלכע מצוות וואלט איר אליינס געוועלט?

וועלכע מצוות וואלט איר אליינס געוועלט? (קענט אנקלייבן מערערע

  • שבת

    Votes: 37 52.1%
  • דאוונען

    Votes: 25 35.2%
  • לערנען תורה

    Votes: 34 47.9%
  • נדה

    Votes: 14 19.7%
  • תפילין / ציצית

    Votes: 20 28.2%
  • צניעות

    Votes: 12 16.9%
  • קיינע — איך האלט זיי נאר פון אנדערע סיבות

    Votes: 20 28.2%
  • איך האלט גאר נישט

    Votes: 4 5.6%

  • Total voters
    71
  • This poll will close: .
ממקום שבאת -די תלמוד זאגט המפקיד יינו דער ייד איז מפקיד זיין וויין ביי א גוי דארף ער האבען חותם בתוך חותם צו פארזיכערן אז דער גוי האט נישט אהנגערירט ,
איז משמע אז אויב דער גוי האט בעלות -נישט א פקדון -
נוצט נישט קיין חותם , ווייל וויין וואס א גוי פראדוצירט איז דא דער איסור פון בנותיהן,עס איז אסור אפילו אהן א נגיעה .
הוא אשר דברתי! האסט ניטאמאל געטוהן דאס מינדעסטע, אפילו סתם אריינצובליקן אין די גמ' לעט עלאון די מפרשים אויפן פלאץ אדער אפילו אין ש"ע אויף דעם נושא און דו דרייסט מיט דיין פינגער ווי א למדן אן עם הארץ וואס קען קוים עטליכע כללים און וויל ווייזן פאר זיין פרישן מחותן וואספארא דזשיניעס ער איז.
 
וואס דו האסט געזאגט ווייס איך,און עס ביי מיר לא מעלה ולא מוריד , זיי מוחל און ענטפער צו דער זאך ,
און אויב האסט נישט וואס צו צוגעבען איז אויך גוט .
סייג לחכמה שתיקה
 
קודם אלץ א הקדמה וועלן מיר מעתיק זיין פון חכמת אדם ואיסור זה של סתם יינם אע״ג שהוא קל בעיני העולם …אבל באמת האיסור חמור מאד והשותה סתם יינם עוקר נשמתו ממקום שנשרש בו …ואין לו חלק לעולם הבא וכו׳, שקבלה בידם שהשותה סתם יינם יכשל
בודאי לבעול ארמית כמו שגזרו חכמים יינם משום בנותיהם . ער זאגט אז די מציאות איז אז דער וואס טרינקט וויין פון א גוי גייט אויך צו א שיקסע, איז בעסער אוועק צו שטיין דערפון שומר נפשו ירחק מהם.
 
ס'ממש א געשמאק צו זעהן ווי דו גייסט מיט'ן קאפ אין וואנט, כ'האב ממש אנגעהויבן צו אינדזשויען ווי דו רעדסט ממש נישט צום זאך... פליז גיי אן און לאז דיך נישט פון מיינע אטאקעס אויף דער.
It's only getting better by the messages

און בכלל מיט דעם חכמת אדם האסטו אפגעוואנדן דעם גאנצן סוגיא מיט אלע מפרשים און די ש"ע וואס דערמאנען ניטאמאל דעם הלכה פון בעלות גוי.
כ'בין ממש נתפעל פון דיין גאונות
זיי מוחל און ענטפער צו דער זאך ,
🤣🤣🤣😂😂😂
 
יעצט וועלן מיר ברענגען דעם פסק פון דעם גאון רבי משה פיינשטיין אויף גרעיפ דזשוס פון א גוי׳אישע פראדאקשען -אויב מען קאכט טרויבען פאר מען נעמט ארויס די דזשוס איז עס מבושל און כשר, אויב מען איז קודם סוחט די ענבים איז עס אסור וועגען סתם יינם און
עס בלייבט אסור ,חלק יורה דעה סימן נ׳ וכבר הורה זקן.
 
זעהט מיר אויס פון דיין צעקת הדל, אז דער חכמת אדם האט אהנגעטראפען אין פינטעל
כמה גדולים דברי חכמים.
 
ריבי איז טאקע שולדיג געבליבן פאר אדלער א תירוץ אויף די גרעיפ דזשוס אין "יענע" שנירל... נישט דא!

ביטע לאזן דעם שנירל פאר די מצוות, ווי דער קעפל לויטעט.
 
קענסט עס אריבערפירן אהין פליז?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
צ/ק
איך וואלט אנגענומען די גאנצע תורה, ד.ה. אנקוקען די וועלט ווי צוטיילט צווישן גוטע מענטשן און שלעכטע מענטשן און טון אלעס וואס די גוטע מענטשן טוהען און זיך צוריקהאלטן פון טוהן אלעס וואס די שלעכטע מענטשן טוהען.
(מצוות פון רמב"ם ספרי אהבה און עבודה וואלט איך שטארק געליבט ווילאנג זיי ליגען הינטער א גלאז אין א טעאלאגישע מוזיעם, און פאליטישע ענינים וואס זענען געווען רעלעווענט פאר די פריע ישראלים און יהודאים וואלט איך געלאזט פאר היסטאריע ביכער)
עבודה פארשטיי איך ווייל ענימעל סעקריפייס איז נישט אין איינקלאנג מיט די מאדערנע דאנקען גאנג,אבער
אהבה וואס בעיקר געשטעלט אויף תפילה, דאס איז א מענטשליך געברויך וואס אלע דארפען אין געוויסע זמנים
אפילו דער אטעאיסט זאגט אויך תפילה צומאהל, און ווי דער תלמוד זאגט אז גנבא אפומא מחתרתא רחמנא קרי.
 
דאס ☝🏻 איז נישט קיין ראיה פאר דעם 👇🏻
נישט אלע גנבים זענען מתפלל אבער עס זענען דא וואס זענען מתפלל, כאטש די תלמוד זאגט אזוי ,עס מיינט נאר צוזאגען אז עס איז דא א מיעוט המצוי פון גנבים וואס זענען מתפלל ,גענוג צו זאגען דעם היינו דאמרי אינשי גנבא אפומא מחתרתא רחמנא קרוי ,
גוגעל זאגט אז 10% אטעיסטען זענען אפט מתפלל , דער משכנות יעקב זאגט לגבי תולעים אז 10% איז א מיעוט המצוי, ממילא קען מען זאגען אויף א אטעיסט אז ער איז אפט מתפלל , אבער בלי זה מיין פוינט איז איינער גלייבט אין גאט איז א וודאי נאטירלעך זיך צו ווענדען צו איהם ,ממילא איז דער ספר אהבה פון רמב״ם זאכלעך און רעלעוואנט.
 
ברענגסט א ראיה אז די אטאיסטן זענען מתפלל פון דעם אז די גמרא זאגט אז די גנבים דאווענען
זאגט מען ס׳איז נישט ריכטיג גייסטו קיין google??
און וואס א שייכות האבן די תולעים דא??? איך בן א אפיקורוס נישט קיין תולעת
אגב איך בין פון די וואס האבן געוואויט אז זיי גייען לערנען ווייטער תורה, ווייל איך האלט אז ס׳איז געשמאק צו לערנען ס׳האט אבער קיין שום שייכות מיט מצוות אלוהי ישראל
 
דו האסט נישט פארשטאנען וואס ער זאגט

ס'קען זיין אז ער האט דאס נישט אינזין געהאט פון אנפאנג, אבער א שיינע פשעטל איז עס

ער בעיסד אויף די נומבער פון גוגל אז 10 פראצענט אטעאיסטן דאווענען, און ער ברענגט א ראיה פון תולעים אז צעהן פראצענט הייסט א מיעוט המצוי

און ברענגט א ראיה פון גנבים וואס די מאמר זאגט אז זיי דאווענען בשעתן גנבענען אפילו יעדער פארשטייט אז ס'מיינט נישט אלע גנבים, נאר א מיעוט המצוי

סאו פון די גאנצע פשעטל איז ער צוגעקומען אז מ'קען זאגן אז אטעאיסטן דאווענען, אפילו ס'איז נאר א מיעוט.

ווי דו ביסט צוגעקומען אז דו ביסט א תולעת ווייס איך נישט.
 
עס לאנג אז מען פיעלט א טעם און לערנען איז א סימן אז די נקודה הפנימית איז ברענענעדיג, און אויף דעם זאגען חז״ל אין מדרש הלואי אותי עזבו ותורתי שמרו המאור שבה היה מחזירן למוטב , כל הכבוד לך- הפך בה והפך בה ומנה לא תזוע - גוט שבת.
 
יישר כח פאר מבאר זיין, זיכער איז נישט געוועהן קיין שום כוונה איהם צו באליידיגען ,ביי אונז דא איז יעדער א אדם חשוב כמות שהוא .
 
פשעטליך און דרייען מיטן פינגער קען איך אויך.
נו אקעי, נעם איך אן אז 10 פראצענט הייסט א מיעוט המצוי.
די ראיה פון גנבים פארשטיי איך אבער נישט, בשעת וואס חז"ל האבן דאס געשריבן, איז כמעט נישט געווען קיין מענטשן וואס האבן נישט געגלייבט אין קיין גאט אדער א דבר רוחני המסובב מסיבה, סאו אוודאי אז גנבים דאווענען, זיי דארפן דאך הצלחה אין ביזנעס, איי ס'נישט ריכטיג, אבער דאך, הצלחה דארף מען האבן. און איך פארשטיי טאקע נישט וואס איז די רבותא אז די גנבים דאווענען, עס איז דאך א דבר פשוט, אז יעדער גלויביגער זאל וועלן מצליח זיין.

10 פראצענט פון די אטעאיסטן זענען גלייך צו 10 פראצענט פון די תולעים, איך בין פון די 90 פראצענט וואס זענען נישט גלייך צו די תולעים.
 
מה מאוד נמתקו דברי החכם השלם הדרשן המפורסים מורינו ורבינו ר׳ אהרן המכונה דאקטאר יעללינק דובר מישרים בעיר הבירה וויען, שאמר בדרשה, על אחד חכם שניסה בכה וניסה בכה, בין כיתות שונות בדרכי התנהגות בני אדם בעת שהלך לנסות דרכו בין הני חסידים המאמינים אמונה עיוורת, וזלה״ק: אז עזב את כל חקירותיו ויפן אל האמונה העוֶרת ויואל לרוץ אל בתי המקדש עם שופכי שיח תמיד, לספות דבר שפתים על דבר שפתים, תפלה על תפלה, נדר על נדר, נזירות על נזירות, ואזניו תקשבנה דברי המודדים גן עדן וגיהנם למחלקותם, ותמלא נפשו חדוה וגילת רעדה שכרון ותמהון מהעולם החדש הזה אשר ברא לו כח דמיונו וייפנהו בהוד והדר סביבו – אבל לא רבו הימים ורוחו החוקרת לכל תכלית האמת הגביהה עוף ותעירהו מחלומות חזיונותיו אשר הוליכוהו שולל במקסם כזב ובקרני אור מתעה אשר כצל בנטותו יהלך. עכ״ל.
וממילא אין שום אפשרות שבעולם שיום יבוא ואצטרף לאמונה עיוורת ופתאית שלכם.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
יישר כח פאר מבאר זיין, זיכער איז נישט געוועהן קיין שום כוונה איהם צו באליידיגען ,ביי אונז דא איז יעדער א אדם חשוב כמות שהוא .
הכל לפי המבייש והמתבייש, סאו אין ביזיון ואין בושה אין מבזה ואין מבוזה, אין מבייש ואין נתבייש
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
יעצט וועלן מיר ברענגען דעם פסק פון דעם גאון רבי משה פיינשטיין אויף גרעיפ דזשוס פון א גוי׳אישע פראדאקשען -אויב מען קאכט טרויבען פאר מען נעמט ארויס די דזשוס איז עס מבושל און כשר, אויב מען איז קודם סוחט די ענבים איז עס אסור וועגען סתם יינם און
עס בלייבט אסור ,חלק יורה דעה סימן נ׳ וכבר הורה זקן.
כ'האב עס נאכגעקוקט, נישט ווייל כ'האב דיך חושד געווען אז יעצט פאר א טשעינדזש ברענגסטו יא אן אמת'דיגע ראי'.
די תשובה איז אין סימן נ"ב אין חלק יו"ד, און אזוי ווי געווענליך האסטו סתם געשאסן לומד'ישע ווערטער ווי "וכבר הורה זקן" און נאך צוגעברענגט א תשובה ווי כאילו ס'שטייט קלאר אין תשובה אזוי ווי דו זאגסט, וואס וועלכע בר בי רב דחד יומא קען זעהן קליפ און קלאר אז ר' משה זאגט דארט פונקט פארקערט ווי דו, אדרבה זאל עס איינער אריינפעיסטן דא און יעדער זאל זעהן מיט וועם מ'האט דא צו טוהן, אויב איינער ווייסט נאכנישט.
עניוועי, איך בין פארטיג מיט דעם ריבי, ביי מיר גייט ער ווערן איגנארירט, ער קאטשקעס אן יעדע שנירל מיט זיינע שטותים.
 
פשעטליך און דרייען מיטן פינגער קען איך אויך.
נו אקעי, נעם איך אן אז 10 פראצענט הייסט א מיעוט המצוי.
די ראיה פון גנבים פארשטיי איך אבער נישט, בשעת וואס חז"ל האבן דאס געשריבן, איז כמעט נישט געווען קיין מענטשן וואס האבן נישט געגלייבט אין קיין גאט אדער א דבר רוחני המסובב מסיבה, סאו אוודאי אז גנבים דאווענען, זיי דארפן דאך הצלחה אין ביזנעס, איי ס'נישט ריכטיג, אבער דאך, הצלחה דארף מען האבן. און איך פארשטיי טאקע נישט וואס איז די רבותא אז די גנבים דאווענען, עס איז דאך א דבר פשוט, אז יעדער גלויביגער זאל וועלן מצליח זיין.

10 פראצענט פון די אטעאיסטן זענען גלייך צו 10 פראצענט פון די תולעים, איך בין פון די 90 פראצענט וואס זענען נישט גלייך צו די תולעים.
ער האט געזאגט אז ער האט געזעהן אויף גוגל אז 10 פראצענט אטעאיסטן דאווענען

סאו האט ער געטענה'ט אז ער האט רעכט צו זאגן א גלאטע סטעיטמענט אז אטעאיסטן דאווענען והא ראיה אז ביי גנבים ווי ס'איז נאר א קליינע פראצענט וואס דאווענען ביים גנבענען קען די גמרא זאגן אז גנבים גנבענען

איך בין נישט דא צו פראטעקטן ריבי, ער קען אליינס.

איך זע נאר אז נישט יעדע מאל וואס מ'רייסט אים אונטער איז די טענות גערעכט, אסאך מאל האט מען נישט יורד געווען לסוף דעתו

און דאס איז נוגע ביי יעדע ניק וואס מ'רייסט אונטער.
 
Back
Top