פשעטליך און דרייען מיטן פינגער קען איך אויך.
נו אקעי, נעם איך אן אז 10 פראצענט הייסט א מיעוט המצוי.
די ראיה פון גנבים פארשטיי איך אבער נישט, בשעת וואס חז"ל האבן דאס געשריבן, איז כמעט נישט געווען קיין מענטשן וואס האבן נישט געגלייבט אין קיין גאט אדער א דבר רוחני המסובב מסיבה, סאו אוודאי אז גנבים דאווענען, זיי דארפן דאך הצלחה אין ביזנעס, איי ס'נישט ריכטיג, אבער דאך, הצלחה דארף מען האבן. און איך פארשטיי טאקע נישט וואס איז די רבותא אז די גנבים דאווענען, עס איז דאך א דבר פשוט, אז יעדער גלויביגער זאל וועלן מצליח זיין.
10 פראצענט פון די אטעאיסטן זענען גלייך צו 10 פראצענט פון די תולעים, איך בין פון די 90 פראצענט וואס זענען נישט גלייך צו די תולעים.