וועלכע ניגון הערסטו יעצט אין קאר?

איינער איז א פען פון קליינע טישל קאנצערטן? Tiny Desk Concert

זי הייסט עריקע באדאא, זי איז א חידוש פון אן ארטיסט, זייער אייגנארטיגע אר ענד בי און אנדערע זאכן...
 
ערשטנס יישר כח פאר עפענן דעם שנירל.
איך האב מיך לעצטנס באגעגנט מיט אכזריתדיגע זומער פון טעילאר שוויפט (פון די פאפאנע שוויפטס כיכיכי) איך קען מיך נישט פונאנדערשיידן דערפון.
View: https://youtu.be/ic8j13piAhQ?si=yAsxvnRyjAGPJmDh
אהה.. טעילאר

זי איז גאר געלונגען און טאלאנטפול, עס נעמט אפאר ניגונים צו קומען צום טעם, זי איז אזוי ווי א ליפא ביי די פרומע, סיי זי שרייבט סאנגס מיט חידושים און איז נאך אלס רעלעוואנט אין די פאפ דזשאנרע איבער א decade און סיי זי האט א זעלטענע פעדער, און מאכט מורא'דיג פאעטישע ליריקס וואס זענען זייער שארף און דיפרענט.

למשל

it's me, hi
I'm the problem, it's me

רעדט פון זיך אין א נעגאטיווע וועג און אדרעסירט אירע קריטיקירער אין אירע אייגענע ניגונים, אנגעהויבן נאך ביי שעיק איט אף...
זי האט אסאך דראמא אין אירע ניגונים אויך וועלכע רעדן פון קאנפליקטן מיט מענטשן אין די אינדוסטרי, א שמועס פאר זיך וואס מיר זענען נישט געוואוינט צו ווי מ'האקט אויף דעם און אויף יענעם, און ס'איז א גאנצע ענין וויאזוי מ'דרייט עס אריין צווישן די שורות...

בקיצור א עכטע ארטיסט וואס זאגט וואס ליגט איר אויפן הארץ.

אויך האב איך זייער ליב get better א ניגון וואס זי האט געמאכט נאך איר מאמע איז געווארן דיאגנאזירט מיט יענע מחלה... און זי האט אלעמאל געגלייבט אין איר.
 
בקיצור עכטע ארטיסט וואס זאגט וואס ליגט איר אויפן הארץ.

אויך האב איך זייער ליב get better א ניגון וואס זי האט געמאכט נאך איר מאמע איז געווארן דיאגנאזירט מיט יענע מחלה... און זי האט אלעמאל געגלייבט אין איר.
יאפ, טעילאר האט עס...
מיין פעיוואריט!
 
איינער איז א פען פון קליינע טישל קאנצערטן? Tiny Desk Concert

זי הייסט עריקע באדאא, זי איז א חידוש פון אן ארטיסט, זייער אייגנארטיגע אר ענד בי און אנדערע זאכן...
איך בין א שטארקע פען. שכוייח פארן צוברענגען כ'האב קיינמאל נישט געהערט פון איר.

א לעצטיגע קאנצערט וואס איך האב הנאה געהאט איז פון Doechii

View: https://youtu.be/-91vymvIH0c?si=TObVdlbNlgQkV09J
 
לעצט רעדאגירט:
איך גיי יעצט משוגע פאר ״ווער בין איך״ פון ג׳ענא רעין.
זי ברענגט ארויס די פארלוירענע פילינג (לאו דוקא אין א שלעכטע קאַנאָוטעישען), פון נאך מען עפנט זיך די קאפ א פיצי און אלע פריעדעגע הנחות און סעקיוריטיס האט מען שוין נישט, אבער מען האט נאך נישט קיין נייע סיסטעם/בעליף׳ס/הנחות און מען הייבט זיך אן ווינדערן ווער בין איך? וואס טו איך מיט מיין לעבן? וואס וויל איך טון מיט מיין לעבן? פארוואס לעבט מען בכלל?

דעי ניגון ענטפערט נישט קיין תירוץ, ער (בעסער געזאגט זי) געט דיך נאר די פילינג פון עקספיריענסן דעי מאָוּד.

View: https://youtu.be/b_90-7Qm60A?si=mJg3cNSXgahBOj0P
 
יויש האט מיר דעס צוריק געברענגט צי ״בִּרְכַּת״ פאר ווער עס ווייסט נישט דאס איז די בעלזא ישיבה פאר ישיבה גדולה גרעדזשויטס המכונה אלטע בחורים.
מען קומט פון אכצן יאר זיין אין א סיסטעם און פלוצלינג מען ענדיגט ישיבה גדולה מען געט דיך א טראסקע ארויס בום אריין אין ברכת, וואס איז דאס ברכת? א מושב זקינים פאר טין-עידשערס! מען פּאָפט א האלבע טאג און די אנדערע האלב טאג וואטשט מען מאוויס, פאר ווער עס וויל לערנען איז דא א בית מדרש, מען רייכערט אין בעט, די בילדינג איז די געוועזענע בית יתומים פון ר׳ יהושע לייב דיסקין, איר קענט זיך פארשטעלן וויאזוי עס זעט אויס. מען שלעפט זיך נאר ארויס פון בעט אויף צים עסן, ווי די ווערטל גייט אז ״פרייטאג וועקט מען פערטל צי ראָסל… (ראָסל = בעלזא קאדזשעלאבישע מאכל געמאכט פון פליגלעך, וואס גראדע איז עס צודרייט גוט און מען עסט עס מיט א הייסע חלה, מיט די האנט פארשטייט זיך).
נאך מען ווייסט מער נישט וואס ציטון מיט זיך ווייל מען איז שוין געשלאפן צוויי און צוואנציג שעה אין א מעת לעת קויפט מען זיך א XL (די איזרעילישע רעדבאָל) און פארשטייט זיך לא פסיק פימיה ממאַרבּליתא דלייטא, אבער די עכטע רייסערס זענען מקפיד אויף מארלבאראו רעד.
און מען הייבט אן אראפ וואָקן יפו וואס איז די פלאן ווי גייט מען? איך ווייס נישט איך וויל נישט וויסן! מען וואקט פלען אין די נאכט אריין עס איז נישטא וואס ציטון מיט די לעבן, מען טשעקט אריין אין אלטשטאט אביסל מען זאגט א תפילה ביים כותל, ענד נאw what? וואס דארף איך יעצט טון פאר די נעקסטע פופצן שעה באשעפער זיסער? אביסל גייט מען אין קיאסק קוקן ווידיאוס וואס א חבר שיקט אוף גוגעל הענגאוטס ע״ה. נאכדעם טרינקט מען א fuze tea. און נאך א ציגרעטל פארשטייט זיך
בקיצור מען ווערט משוגע אינעם פולן זין פון ווארט.
פאר די ערשטע חודש איז עס געווען פאָן, אבער נאכדעם האט מיך עס געהיט, וואס טוה איך דא? וואס די F איז די פלאן? אזוי ארויסקוקענדיג פארגלייזטערהייט פונעם בנין דיסקין אויף די צודרייטע גוטע וויאוס פון ירושלים, פארשטייט זיך ציגערעטעל נאך ציגערעטל, און מען הייבט אן טראכטן זאל איך גיין זאל איך בלייבן? קען מיר איינער זאגן ווער בין איך?
 
יאפ, טעילאר האט עס...
מיין פעיוואריט!
נייס.

סתם איר בעקסטארי איז א אייגנארטיגע, זי האט עפעס א ערוואקסנקייט, פון די 11 יאר האט זי געהאט פייגלעך פון ווערן גרויס איין טאג, און איר טאטע מאמע זאלן מופן די גאנצע פעמילי קיין נעשוויל ווייל דארט איז דא רעקארד קאמפאני'ס... וואס איין טאג גייען זיי איר אפשר אויפפיקן... און איין טאג גייט זי זיין א סטאר... אלעס אפלאזן אבי זי זאל זיין צופרידן און זי האט עס טאקע געמאכט!

משוגענע מענטשן, איך ווייס נישט ווי מ'קען זיין אזוי געטריי צו א קינד.
 
יויש האט מיר דעס צוריק געברענגט צי ״בִּרְכַּת״ פאר ווער עס ווייסט נישט דאס איז די בעלזא ישיבה פאר ישיבה גדולה גרעדזשויטס המכונה אלטע בחורים.
מען קומט פון אכצן יאר זיין אין א סיסטעם און פלוצלינג מען ענדיגט ישיבה גדולה מען געט דיך א טראסקע ארויס בום אריין אין ברכת, וואס איז דאס ברכת? א מושב זקינים פאר טין-עידשערס! מען פּאָפט א האלבע טאג און די אנדערע האלב טאג וואטשט מען מאוויס, פאר ווער עס וויל לערנען איז דא א בית מדרש, מען רייכערט אין בעט, די בילדינג איז די געוועזענע בית יתומים פון ר׳ יהושע לייב דיסקין, איר קענט זיך פארשטעלן וויאזוי עס זעט אויס. מען שלעפט זיך נאר ארויס פון בעט אויף צים עסן, ווי די ווערטל גייט אז ״פרייטאג וועקט מען פערטל צי ראָסל… (ראָסל = בעלזא קאדזשעלאבישע מאכל געמאכט פון פליגלעך, וואס גראדע איז עס צודרייט גוט און מען עסט עס מיט א הייסע חלה, מיט די האנט פארשטייט זיך).
נאך מען ווייסט מער נישט וואס ציטון מיט זיך ווייל מען איז שוין געשלאפן צוויי און צוואנציג שעה אין א מעת לעת קויפט מען זיך א XL (די איזרעילישע רעדבאָל) און פארשטייט זיך לא פסיק פימיה ממאַרבּליתא דלייטא, אבער די עכטע רייסערס זענען מקפיד אויף מארלבאראו רעד.
און מען הייבט אן אראפ וואָקן יפו וואס איז די פלאן ווי גייט מען? איך ווייס נישט איך וויל נישט וויסן! מען וואקט פלען אין די נאכט אריין עס איז נישטא וואס ציטון מיט די לעבן, מען טשעקט אריין אין אלטשטאט אביסל מען זאגט א תפילה ביים כותל, ענד נאw what? וואס דארף איך יעצט טון פאר די נעקסטע פופצן שעה באשעפער זיסער? אביסל גייט מען אין קיאסק קוקן ווידיאוס וואס א חבר שיקט אוף גוגעל הענגאוטס ע״ה. נאכדעם טרינקט מען א fuze tea. און נאך א ציגרעטל פארשטייט זיך
בקיצור מען ווערט משוגע אינעם פולן זין פון ווארט.
פאר די ערשטע חודש איז עס געווען פאָן, אבער נאכדעם האט מיך עס געהיט, וואס טוה איך דא? וואס די F איז די פלאן? אזוי ארויסקוקענדיג פארגלייזטערהייט פונעם בנין דיסקין אויף די צודרייטע גוטע וויאוס פון ירושלים, פארשטייט זיך ציגערעטעל נאך ציגערעטל, און מען הייבט אן טראכטן זאל איך גיין זאל איך בלייבן? קען מיר איינער זאגן ווער בין איך?
דו ביזט א זעלטענע טאלאנט, א געשמאק צו ליינען דיין ראפאגאש סטייל, גיי אן!
 
צוריק צו סוויפט: איך האב אביסל געפאלויט איר קאריערע אין די פעסט.

וואס איך האב ליב פון איר איז, אז זי האט א פראבלעם שעמט זי זיך נישט פון קיינעם, דערשרעקט זי זיך נישט און זי וועט פרובירן אויף די שענסטע וועג עס צו קאמיוניקירן אין א ניגון אדער אויף סאציאלע מידיע.

לעצטנס האט זי איבערגעמאכט אלע אירע אלבום'ס נאך א לענגערע פייט מיט איר פראדוסער וואס אין האליוואד די וועג וויאזוי עס איז אויסגעשטעלט איז אז די ארטיסט איז א trophy וואס ברענגט די געלט אבער זי אליין, אפילו זי איז טאקע זייער סוקסעפול, אבער די ביזנעס מאדל איז אסאך בעסער פאר די מענטשן אונטערן פירהאנג ווי פאר איר, און זיי זענען ווערט ביליאנען און זי מיליאנען, היינט איז זי שוין רייכער אבער דעמאלטס, אבער די עיקר וואס איר האט געשטערט אז כאטש איר אייגן מוזיק זאל אלס געהערן צו איר, און די לעיבל האט נישט געהאלטן דערביי ווייל זיי ווילן מאכן די געלט.

מ'קען איר גרינג דן זיין, אבער למעשה האט זי א שטארקע פוינט, שלי שלי שלך שלך. וואס גנב'סטו מיין שווער ארבעט פאר אייביג. זי האט זיך עפעס נישט קיין עצה געגעבן לעגאל, האט זי געזאגט סקרו יו, איך וועל מאכן מיין אייגענע ווערסיע און זי האט עס גערופן taylor's version און געזאגט פאר די פענס צו שטיצן יענע ווערסיע... זי איז א פייטער.

למשל ווען דער חיה קאניע וועסט האט איר געווארפן אונטערן באס, און ס'איז געווען א גאנצע דראמא אז זי האט נישט עגריט צו א ליריק איבער איר פון זיינס א ניגון, האט זי שפעטער געמאכט א ניגון דערוועגן.

די מידיא האט איר געטריט אנדערש ווי מענער, און איר וויליפייד אין איר דעטינג לייף אלס די שלעכטער און זי אלס א פעמיניסט האט דאס פיינט, האלט זי זיך גארנישט צוריק פון עס אדרעסירן אין די ליריקס נישט קימערנדיג זיך מיט וואס די וועלט וועט זאגן.

בכלל נישט קיין סעיף זאך צו טוהן, זי האלט פון די LGBTQ מאוומענט וועט זי זינגען הערט זיי אויף פיינט צו האבן "ווייל ענקער שעיד האט קיינעם נישט געמאכט קיינעם ווייניגער געי"

כ'ווייס נישט די כ'האב דיר פארפאקט מענטאליטי האט עפעס צו זיך.

זי האט שוין געמאכט אנדערע פאליטישע סטעיטמענטס אלס סטאלקינג וואס קריפס לויפן איר נאך ביז איר בעדרום ווייל זיי גלייבן זי איז אין ליב מיט זיי...

און איר טים האט געשריגן: טוה עס נישט!! דו פארהארגעסט דיך!! נעמסט די אחריות? אפילו טראמפ האט גערעדט פון איר, אבער זי טענה'ט עס האט מיט מיך אויף א פערזענליכע לעוול, און זי זוכט נישט די פאליטיק שבו צו קאנטראלירן מענטשן וכדומה.. זי וויל פשוט זיין סעיף אין איר אייגן שטוב. און ס'איז נישט געלונגען אבער הונדערטע טויזנטע מענטשן האבן זיך רעגיסטריט נאר ווייל זי האט געפאוסט דערוועגן.

זי האט עס שוין צוויי מאל געטוהן, און פארקערט, עס האט איר נאר געבויט, געברענגט מער פאלויערס, מער געלט, מער פענס she never looks back
 
אבער די ביזנעס מאדל איז אסאך בעסער פאר די מענטשן אונטערן פירהאנג ווי פאר איר, און זיי זענען ווערט ביליאנען און זי מיליאנען, היינט איז זי שוין רייכער אבער דעמאלטס, אבער די עיקר וואס איר האט געשטערט אז כאטש איר אייגן מוזיק זאל אלס געהערן צו איר, און די לעיבל האט נישט געהאלטן דערביי ווייל זיי ווילן מאכן די געלט.

מ'קען איר גרינג דן זיין, אבער למעשה האט זי א שטארקע פוינט, שלי שלי שלך שלך. וואס גנב'סטו מיין שווער ארבעט פאר אייביג. זי האט זיך עפעס נישט קיין עצה געגעבן לעגאל, האט זי געזאגט סקרו יו, איך וועל מאכן מיין אייגענע ווערסיע און זי האט עס גערופן taylor's version און געזאגט פאר די פענס צו שטיצן יענע ווערסיע... זי איז א פייטער.
עס איז שוין א אלטע סוכסוך צווישן זינגערס דא איז א שמועס פון פרינס זי"ע וואס רעדט פון די זעלבע זאך וואס איך דערמאן.

דא איז א שטיקל פון Snoop Dogg אויף דעם. סתם אזוי דארף מען צונעמען זיין פערסאנאליטי, א זיסער און א קלוגער מענטש. א ווייעכע לייכטער פארשוין

דעמי (דעמטריע דעוואאן) לאוואטא, א זעלטענע שטימע, א שיינקייט, איין שטיק פעין, זי זינגט פון אזא מיטגעמאכטע פלאץ אזויפיל צרות...
איך בין ממש פארנאטיש פאר דעמי. איך קען וויינען פון איר. די הויעכע טענער, די שארפע ווייבראטא וואס דרינגט אדורך די קישקעס, די געדרייטע riffs and runs (וואס אונז רוף מיר קאליראטור) און אלעס וואס זי זאגט זינגט, גייט מיט אזא אפענע מויל און צונג זייער אינטערסאנט.

דאס איז א כלאים פון קאָנטרי און פּאַפּ, עס ווייבט זייער גוט, טראָוועי מוזיק ווי איך בין נוהג עס צו רופן, מען קען עס איבערהערן א גאנצע צייט אן נמאס ווערן.

View: https://youtu.be/oHNZmlSht04?si=oZWqauotHhN5teua
האהא כלאים איז גוט...

אויב מעג איך דיר געבן די פראפער ווארט, ס'הייסט א cross-over ווייל ער קראסט איבער פון איין דזשאנרע צום צווייטן.

Crossover is a term applied to musical works or performers who appeal to different types of audiences. This can be seen, for example, when a song appears on two or more of the record charts, which track differing musical styles or genres.[1]
Crossover music - Wikipedia
 
Back
Top