וועלכע ניגון הערסטו יעצט אין קאר?

איינער איז א פען פון קליינע טישל קאנצערטן? Tiny Desk Concert

זי הייסט עריקע באדאא, זי איז א חידוש פון אן ארטיסט, זייער אייגנארטיגע אר ענד בי און אנדערע זאכן...
 
ערשטנס יישר כח פאר עפענן דעם שנירל.
איך האב מיך לעצטנס באגעגנט מיט אכזריתדיגע זומער פון טעילאר שוויפט (פון די פאפאנע שוויפטס כיכיכי) איך קען מיך נישט פונאנדערשיידן דערפון.
View: https://youtu.be/ic8j13piAhQ?si=yAsxvnRyjAGPJmDh
אהה.. טעילאר

זי איז גאר געלונגען און טאלאנטפול, עס נעמט אפאר ניגונים צו קומען צום טעם, זי איז אזוי ווי א ליפא ביי די פרומע, סיי זי שרייבט סאנגס מיט חידושים און איז נאך אלס רעלעוואנט אין די פאפ דזשאנרע איבער א decade און סיי זי האט א זעלטענע פעדער, און מאכט מורא'דיג פאעטישע ליריקס וואס זענען זייער שארף און דיפרענט.

למשל

it's me, hi
I'm the problem, it's me

רעדט פון זיך אין א נעגאטיווע וועג און אדרעסירט אירע קריטיקירער אין אירע אייגענע ניגונים, אנגעהויבן נאך ביי שעיק איט אף...
זי האט אסאך דראמא אין אירע ניגונים אויך וועלכע רעדן פון קאנפליקטן מיט מענטשן אין די אינדוסטרי, א שמועס פאר זיך וואס מיר זענען נישט געוואוינט צו ווי מ'האקט אויף דעם און אויף יענעם, און ס'איז א גאנצע ענין וויאזוי מ'דרייט עס אריין צווישן די שורות...

בקיצור א עכטע ארטיסט וואס זאגט וואס ליגט איר אויפן הארץ.

אויך האב איך זייער ליב get better א ניגון וואס זי האט געמאכט נאך איר מאמע איז געווארן דיאגנאזירט מיט יענע מחלה... און זי האט אלעמאל געגלייבט אין איר.
 
בקיצור עכטע ארטיסט וואס זאגט וואס ליגט איר אויפן הארץ.

אויך האב איך זייער ליב get better א ניגון וואס זי האט געמאכט נאך איר מאמע איז געווארן דיאגנאזירט מיט יענע מחלה... און זי האט אלעמאל געגלייבט אין איר.
יאפ, טעילאר האט עס...
מיין פעיוואריט!
 
וואסע נייעס א באנדע סוויפטיס דאהי....
 
איינער איז א פען פון קליינע טישל קאנצערטן? Tiny Desk Concert

זי הייסט עריקע באדאא, זי איז א חידוש פון אן ארטיסט, זייער אייגנארטיגע אר ענד בי און אנדערע זאכן...
איך בין א שטארקע פען. שכוייח פארן צוברענגען כ'האב קיינמאל נישט געהערט פון איר.

א לעצטיגע קאנצערט וואס איך האב הנאה געהאט איז פון Doechii

View: https://youtu.be/-91vymvIH0c?si=TObVdlbNlgQkV09J
 
לעצט רעדאגירט:
איך גיי יעצט משוגע פאר ״ווער בין איך״ פון ג׳ענא רעין.
זי ברענגט ארויס די פארלוירענע פילינג (לאו דוקא אין א שלעכטע קאַנאָוטעישען), פון נאך מען עפנט זיך די קאפ א פיצי און אלע פריעדעגע הנחות און סעקיוריטיס האט מען שוין נישט, אבער מען האט נאך נישט קיין נייע סיסטעם/בעליף׳ס/הנחות און מען הייבט זיך אן ווינדערן ווער בין איך? וואס טו איך מיט מיין לעבן? וואס וויל איך טון מיט מיין לעבן? פארוואס לעבט מען בכלל?

דעי ניגון ענטפערט נישט קיין תירוץ, ער (בעסער געזאגט זי) געט דיך נאר די פילינג פון עקספיריענסן דעי מאָוּד.

View: https://youtu.be/b_90-7Qm60A?si=mJg3cNSXgahBOj0P
 
יויש האט מיר דעס צוריק געברענגט צי ״בִּרְכַּת״ פאר ווער עס ווייסט נישט דאס איז די בעלזא ישיבה פאר ישיבה גדולה גרעדזשויטס המכונה אלטע בחורים.
מען קומט פון אכצן יאר זיין אין א סיסטעם און פלוצלינג מען ענדיגט ישיבה גדולה מען געט דיך א טראסקע ארויס בום אריין אין ברכת, וואס איז דאס ברכת? א מושב זקינים פאר טין-עידשערס! מען פּאָפט א האלבע טאג און די אנדערע האלב טאג וואטשט מען מאוויס, פאר ווער עס וויל לערנען איז דא א בית מדרש, מען רייכערט אין בעט, די בילדינג איז די געוועזענע בית יתומים פון ר׳ יהושע לייב דיסקין, איר קענט זיך פארשטעלן וויאזוי עס זעט אויס. מען שלעפט זיך נאר ארויס פון בעט אויף צים עסן, ווי די ווערטל גייט אז ״פרייטאג וועקט מען פערטל צי ראָסל… (ראָסל = בעלזא קאדזשעלאבישע מאכל געמאכט פון פליגלעך, וואס גראדע איז עס צודרייט גוט און מען עסט עס מיט א הייסע חלה, מיט די האנט פארשטייט זיך).
נאך מען ווייסט מער נישט וואס ציטון מיט זיך ווייל מען איז שוין געשלאפן צוויי און צוואנציג שעה אין א מעת לעת קויפט מען זיך א XL (די איזרעילישע רעדבאָל) און פארשטייט זיך לא פסיק פימיה ממאַרבּליתא דלייטא, אבער די עכטע רייסערס זענען מקפיד אויף מארלבאראו רעד.
און מען הייבט אן אראפ וואָקן יפו וואס איז די פלאן ווי גייט מען? איך ווייס נישט איך וויל נישט וויסן! מען וואקט פלען אין די נאכט אריין עס איז נישטא וואס ציטון מיט די לעבן, מען טשעקט אריין אין אלטשטאט אביסל מען זאגט א תפילה ביים כותל, ענד נאw what? וואס דארף איך יעצט טון פאר די נעקסטע פופצן שעה באשעפער זיסער? אביסל גייט מען אין קיאסק קוקן ווידיאוס וואס א חבר שיקט אוף גוגעל הענגאוטס ע״ה. נאכדעם טרינקט מען א fuze tea. און נאך א ציגרעטל פארשטייט זיך
בקיצור מען ווערט משוגע אינעם פולן זין פון ווארט.
פאר די ערשטע חודש איז עס געווען פאָן, אבער נאכדעם האט מיך עס געהיט, וואס טוה איך דא? וואס די F איז די פלאן? אזוי ארויסקוקענדיג פארגלייזטערהייט פונעם בנין דיסקין אויף די צודרייטע גוטע וויאוס פון ירושלים, פארשטייט זיך ציגערעטעל נאך ציגערעטל, און מען הייבט או טראכטן זאל איך גיין זאל איך בלייבן? קען מיר איינער זאגן ווער בין איך?
 
Back
Top