Grow_a_helmet
היימישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- אוג. 7, 2024
- מעסעדזשעס
- 27
- רעאקציע ראטע
- 98
- פונקטן
- 23
איך רעד בכלל נישט פון חברותא ווס איזאלאציע. ווארום דיין שאלה איז דאך נישט געווען איבער די עצם מושג פון חברותא, נאר איבער אפירזוכן דאס בעסטע חברותא.@Grow_a_helmet זיי נישט ברוגז אויף מיינע ווערטער אז זיי קומען ארויס שארף, אז מיינע ווערטער הערן זיך אטאקירנד פארשטיי איך ציל צום ארגומענט און נישט דיר פערזענליך.
פאזיטיוו אדער מכחיש זיין? מיר קומט דיין תגובה פאר אוועקמאכעריש, נישט רעספעקטירנדיג א צווייטן עדאלטס שאלה. און איך האב נישט זוכה געווען צו פארשטיין דעם חילוק צווישן דיין ארגינעלער צוטאט און דיין הסבר. לויט מיין דעפעניציע מוטיגסטו יא זיך טיפער אריינצולייגן אין דעם קרענק, ווייל איך זיך יא צו זיין פארבינדן מיט דעם ענין פון חברותא, און בהחלט זיך ״נישט״ אויסלערנען צו לעבן איזאלירט ווי אן אקטיפוס.
עמיצער פרעגט א שאלה, סימפאטיר און ענטפער, קום נישט מיט קיין מוסר. כבודך הרמה האט נישט די אטאריטעט און וויסנשאפט דערפאר, און פשוט, ס׳נישט קיין שיינער זאך און נישט לענין. אז עמיצער פרעגט וואו קען מען קויפן קוואליטי sourdough, וואו קומט אריין דרשות? אדער האסטו אן ענטפער אדער נישט.
ואתך הסליחה פאר מיין שארפער ענטפער. איך האב אייך אלע ליב
מיין נקודה איז נישט געווען מכוון צו אפענטפערן דיינע זארגענישן. ווארום איך האב קלאר געשריבן אז עס איז וויכטיג צו אויסמיידן אן אומגעזנטער געזעלשאפט. מיין נקודה איז געווען ווי א זייטיגע נאטיץ וואס איז נוגע צו דעם נושא. ארויסברענגענדיג: אז כאטש מען זיכט צו געפינען די אידיאלע געזעלשאפט, איז וויכטיג צו זיך נישט אנהענגען דערויף אינגאנצן. און פארשטיין אז די אייגן געזונט ווענט זיך מער אין זיך אליינס ווי אינעם געזעלשאפט. עס איז נישט געשריבן געווארן בדרך המוסר בכלל, סך הכל א נקודה וואס איך האב בתמימתי געקלערט אז אנדערע קענען אפרישיעטען.
ב.ד.וו. ווען די פרעגסט ווען א שאלה איבער זויערטייג, און איך האב א נקודה צו ארויסברענגען איבער דעם וואס איך קלער אז אנדערע קענען אפרישיעטען, וואלט איך דאס געשריבן פונקט אזוי.
נישטא קיין שווערע געפילן... אלס איז געשריבן מיט אהבה.