וועלכע סארט איד ביסטו

וועלכע סארט ביסטו

  • פריי אינגאנצן פינדרויסן און פון אינעווייניג

    Votes: 1 1.4%
  • געהעריג פרום אין די סיסטעם מדקדק בקלה כבחמורה

    Votes: 31 42.5%
  • ערליך אבער קיל, ווייב דרייווט, לאנגע שייטל סטייל

    Votes: 2 2.7%
  • געהעריג פרום פינדרויסן, עקאו שיך, וואלענע ציצית איבערן העמד, אבער פריי אינעווייניג

    Votes: 6 8.2%
  • קיל פינדרויסן, אבער פריי אינעווייניג

    Votes: 7 9.6%
  • געהעריג פרום פינדרויסן אבער גאר קיל פון אינעווייניג

    Votes: 26 35.6%

  • Total voters
    73

Thanks

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 18, 2025
מעסעדזשעס
526
רעאקציע ראטע
2,097
פונקטן
413
לאמיר כאפן א בליק וואספארא סארט עולם אונז האבן דא.

די משלים זענען צו געבן א דזשענערל בליק, ס'מוז נישט זיין ממש פינקט.

פריי מיינט אז דו האסט נישט קיין פראבלעם מיט גארנישט, לאו דוקא אז דו ביסט עובר אלע תרי"ג יעדן טאג.

קיל אינעווייניג מיינט אז מען היט יא רוב זאכן אבער מ'קען אויך פארפעלן זאכן דא דארט.
 
איך וועל דיר געבן א דעסקריבשאן פון דער'עולם דא:

בעיסיקלי רוב גייען געהעריג מיט עקא שיך, אבער זיי וואלטן זייער געוואלט גיין מיט סאקשוס, אדער סניעקערס, אבער זיי האבן פארפאסט די שיף... ווייל בעיסיקלי אין ישיבה ווען מ'באקומט די פראפייל פאר ביז די הונדערט און צוואנציג, האט ער עס נעבעך געמיינט ערנסט.... צי פאר שידוכים פערפעסאס אדער פשוט אפרוח שלא נפקחו עיניו, און דעמאלטס האט ער גאר גע'חוזקט פון די בחורים מיט די 'שפיציגע באנאנא שיך'.... און ווען ער איז אריבער די באמס אין בעק פון שול האט ער געמאכט מיט די האנט 'פוי' פאר די פערפיום גראך וואס איז דארט פארגאנגען

ערגעץ ווי... לכאורה סוף ישיבה גדולה האט ער דעסיידעט צי 'קאטן די קרעפ' אבער ער קען נישט יעצט פלוצלינג זאגן פאר זיין מאמע אז ער דארף קאלירפול גאטשעס, עס איז נאר אינטערסאנט וויאזוי יענע קילער בחור וואס זיין טאטע איז אזא מין כאניאק האט עס יא געמאכט.....

ס'קען זיין עס איז געווען נאך די חתונה ווען ער האט רילייזט אז יענע קילער אינגערמאנס ווייב גייט למעשה מיט א שייטל לאנג ווי די רוחות און דאן האט ער דאך שוין יא פארשטאנען אז אין אשה אלא ליופי... און ער איז געבליבן אן גארנישט און די גאנצע סיסטעם וועלט האט איהם נישט געברענגט קיין שום גליקן.....

אבער יעצט איז שוין צי שפעט.... ער קען דאך נישט אריינוואקן פון איין מינוט צום צווייטן אין ביהמד מיט שפיציגע שיך, ווען לעצטע וואך איז ער נאך געגאנגען די גלאנציגע עגפלענט פערטל שיך, עס גייט זיין פורים אין די וואכן, והיינו טעמא דבעקיטשע גיין פון די שוואך געספרינקעלטע דיזיין טיש בעקיטשע צי א באטנט גארטל גליטערט בעקיטשע איז דאך ללעג ולקלס (עס איז נאר א משל פאר די ווייבס קאפ-צודעק, ודיברו חכמים בלשון נקיה)

יעצט איז ער קרח מכאן ומכאן... ער האט שוין טועם געווען פון די עץ הדעת, אפי' געקוקט א מאווי דא דארט, אבער ער האט שוין נישט קיין וועג צוריק....

די איינציגסטע פלאץ ווי ער קען זיך אויסדריקן פריי לויט ווי זיין הארץ באגערט איהם איז דא אין אונזער ווארימע קרעמל.... קומט מען זיך צאן מ'טרעפט אחים לדעה ולצרה און מ'דמיונט ציזאמען 'וויאזוי איר וואלט געוואלט אייער ווייב זאל גיין אנגעטון אויף וואקאציע' מ'ליינט די ירידת הדורות שנירל און מ'קרעכצט "וואו בין איך???"

און שוין. די מגי"ש האט דאך שוין געזאגט 'א ווארימע בחור איז א קילער אינגערמאן...'

שוין.... המקום ינחם אתכם
 
ממש גאר גוט אראפגעלייגט. פון די ריספאנסעס זעט אויס ווי עס דרייט זיך כמעט נישט דא קיין קולע עולם. ס'איז רוב חסידישע חברה וואס אדער זענען אדער טרייען צו זיין אויפגעקלערט און אפן. די פאמאנע טאמס ריווער באמעס האבן בעסערע פלעצער ווי זיך צו דרייען כנראה.
 
נישט ממש. ס'איז זייער א קליינע פאול צו זעהן די אמת.

אויך זעהסטו אז 11 פראצענט איז יא קיל פינדרויסן...

אויך איז דא וואס ליינען אבער זענען נישט איינגעשריבן אדער נישט אקטיוו. פון די קילע סארט איז דא מער וואס זענען נישט קיין שרייבערס. זיי זענען מער פון די וואויסנאוט טייפ מענטשן. (א חלק פון די סיבה צו זיין קיל אלס בחור שוין, איז צו טרעפן סיפוק אינדרויסן פונעם באקס ווי נאר לערנען איז ארויפגעקוקט.)
 
Back
Top