ווען די חזירל ברענגט דאס באשערטע 👩‍❤️‍💋‍👨

איך ליין מיט דארשט ביסט מיך ממש מחיה! האסט געמאכט מיין טאג!
 
עטליכע שורות וועלכע האבן מיך שטארק געפאלן
"איך גיי נישט אַוועק פון גאָט, טאַטע," האָט ער געזאָגט מיט טרערן אין די אויגן. "איך גיי נאָר זוכן אים אין די פּלעצער וואו איר האָט מורא צו קוקן."

"מיר וועלן בויען עפּעס נייס," האָט זי געזאָגט שטיל. "אַ וועלט וואו מען דאַרף נישט קעמפן כדי צו ליב האָבן."

"מענדל," האט זי געזאגט שטיל, "אויב דו ווילסט באמת לעבן, מוזטו אויפהערן צו שפילן דאס פאלשע שפיל. די מענטשן וואס זוכן דיך יעצט, זיי האבן נישט ליב דיין נשמה, זיי האבן ליב דיין קאפאטע. קום, לאמיר דיך מאכן פריי."

מנחם-מענדל האט געפילט ווי ער ווארפט אפ פון זיך טויזנטער יארן פון גלות מיט יעדן טריט. ער איז מער נישט געלאפן פון פאליציי; ער איז געלאפן פון זיין אייגענעם תפיסה.

זיי האבן אים נישט געפונען, ווייל דער מענדל וואס זיי האבן געזוכט עקזיסטירט מער נישט.

"מען לעבט מיט אמת," האט זי געזאגט. "מען לעבט לויט דעם וואס דאס הארץ זאגט, נישט לויט דעם וואס די גאס זאגט."

נישט קיין גאולה וואס קומט מיט שופרות און וואלקנס,

אין מיין אלטער וועלט, איז א חתונה געווען א זאך פון שטרות, פון תנאים, פון געלט און פון משפחה-כבוד. מען האט חתונה געהאט ווייל מען האט געמוזט, ווייל אזוי איז דער סדר העולם. אבער מיט דיר... מיט דיר האב איך פארשטאנען אז א קשר צווישן צוויי מענטשן דארף נישט קיין שום דרויסנדיגע חתימה כדי צו זיין הייליג."

"אבער איך וויל עס טון אויף אונזער אופן. נישט אין א זאל מיט הונדערטער מענטשן וואס קוקן צי די בארד איז גענוג לאנג אדער צי די שייטל איז גענוג צניעות'דיג.

מיר זענען צוויי עקזיסטענצן וואס זענען געווארן איינס אן צו פארלירן זיך אליין. איך בין דיינס אין ליבשאפט, און דו ביסט מיינס אין פרייהייט."

זיי האבן נישט געבראכן קיין גלאז צו דערמאנען דעם חורבן; זיי האבן ארומגענומען איינס דאס אנדערע צו פייערן דעם בנין.

ווען די לבנה איז ארויסגעקומען, זענען זיי שוין געווען פארהייראט לויט די געזעצן פון זייערע הערצער.
 
מיין טאג איז געווען אנדערש נאכ׳ן ליינען דעם פאליציאנטקע/ישיבה-בחור ראמאנץ-געשיכטע. ש׳כח!

זייטיגער גראמאטישער אנמערקונג: שנירל דארף ווען הייסן ״ ווען דאס חזיר׳ל וכו׳,״ נישט ״ווען די חזיר׳ל וכו׳״.
 
Back
Top