ווער פארשטייט באמת דעם האלאקאוסט זשאוק?

מרחשון

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 12, 2024
מעסעדזשעס
633
רעאקציע ראטע
3,345
פונקטן
423
א באקאנטע ווערטל אויפ'ן חשבון פון רעליגיע לויטעט אז א איד איז ארויפגעקומען פאר'ן בית דין של מעלה וואו ער האט צום ערשטן מאל געטראפן גאט. דער איד זאגט פאר גאט א 'האלאקאוסט זשאוק', און גאט ענטפערט אז דאס איז בכלל נישט פאני, אויף וואס דער איד רעאגירט: "איי געס מ'האט געדארפט דארט זיין צו פארשטיין…"

שוין זייט מיין חתונה, טראג איך מיך ארום מיט א חקירה, וואס ווערט טיפער און טיפער מיט יעדע יאר וואס גייט פארביי. דעם יאר תשפ"ו האט מיר דער רבונו של עולם מזכה געווען אז ביידע סדרים וועל איך עסן ביי מיינע זיידע באבעס אנשטאטס ביי מיין שווער און טאטע, און דאס האט דירעקט גורם געווען אז מיין חקירה זאל נאך מער ארויפשווימען צום אויבערפלאך, און איך האב באשלאסן דאס מיטצוטיילן מיט אייך.

צום ערשט, אביסל פערזענליכע בעקגראונד.

מיין טאטע און מאמע שטאמען ביידע פון ריין אונגארישע עלטערן, וועלכע האבן אלע מיטגעמאכט דעם פולן שוידער פונעם האלאקאוסט אין וועלכע זיי האבן פארלוירן אלעס וואס זיי האבן פארמאגט, פארשטייט זיך אז איינער מער און איינער ווייניגער, אבער געלעקט האניג האט קיינער פון זיי נישט.

ווען זיי זיצן ביים סדר איז קענטיג דער שעובד מצרים אויף יעדע קרעכץ, און זיי זוכן נאך אלס מיט לעכט דעם איינעם חומרא וואס וועט ענדליך צופרידנשטעלן גאט אז ער זאל זיך דערבארעמען און מער נישט ברענגען נאך א האלאקאוסט.

די הגדה שפירט זיך איינזאם און עמאציאנאל, אין וועלכע יעדער איינער פרובירט צו מאכן סענס פון גאט'ס צארן אין מצרים אויף זיין פערזענליכע וועג - פונעם צווייטן וועלט קריג רעדט מען נישט, נישט ווייל עס קומט נישט אריין, נאר ווייל קיינער האט נאכנישט עספיעט צו שאפן א מהלך וויאזוי צו רעדן דערפון אן דעם וואס מען זאל בארירן די סאמע נערוון.

מיין שווער און שוויגער ווידעראום, שטאמען פון פארפיעטשעטע פולע משפחות וואס האבן געגעסן טשאקאלאדע און יוגארט אין שווייץ שוין פון דורי דורות, נישט שפירנדיג קיין טויזנסטל צער פון וואס מיינע זיידעס האבן.

און ווען זיי זיצן ביים סדר, איז קענטיג דאס חירות און מלכות אויף א פארנעם וואס מען זעט כמעט נישט - ברויט און זויערטייג געפינען זיך נישט אין שטוב, אבער אויסער דעם איז פארהאן מכל טוב וטוב, ניגונים שפרודלען ווי א קוואל, תורות און ענינים פלעכטן זיך צונויף מיט סתם שמועסן על דה ועל הא, יעדעס אייניקל באקומט זיין פארדינטע אויפמערקזאמקייט, און דאס שמייכל גייט נישט אראפ פון געזיכט כל זמן ס'איז דא א חיוב שמחה און ס'איז ממשיך אויף ווען ס'איז נישט דא.

דער האלאקאוסט מאכט פערפעקטע סענס אין זייערע אויגן, במשנת ר' אביגדור מיללער וסאטמאר רב, און אין א גוטע מינוט זענען זיי נאך אפילו גענוג עניוות'דיג מודה צו זיין "מ'קען נישט אלעס פארשטיין", אבער ווייטער מיט'ן זעלבן שמייכל און אמונה פשוטה מתוך שמחה…


און דא קומט מיין חקירה, וועלכע באשטייט פון צוויי פארקערטע צדדים.

אלס צווייטע הקדמה, האב איך א געוויסע טעאריע, וואס איז מער געפיל ווי טעאריע, אז אין יעדע ויכוח איז פארהאן איין צד וואס איז גערעכט - דאס הייסט, דער צד וואס האט אלע אינפארמאציע, אריינגערעכנט די אינפארמאציע פונעם קעגנער, און זיין שיטה איז באזירט אויף אלע פאקטן און חכמה וואס איז אוועילעבל, ער איז דער גערעכטער. בעת דער צווייטער צד האלט וואס ער האלט בלויז וויבאלד ער ווייסט נאכנישט אלעס וואס דער אנדערער ווייסט, און ער איז אויטאמאטיש דער אומגערעכטער.


אלזא, פאלגנד איז דער ערשטער צד, וועלכע איז געווען מיין דיפאלט וועג פון טראכטן ווען איך האב צום ערשטן מאל געזען דעם קאנטראסט.

דאס איז דער צד וואס שלאגט פאר אז מיין שווער, שוויגער און זייערע געצערטלטע פאמיליעס פון אלע זייטן, זיי זענען די וואס פארמאגן אלע אינפארמאציע, און זייער שמייכל איז שוין נאכ'ן וויסן אלעס וואס עס איז דא צו וויסן. און מיינע עלטערן פון דער אנדערער זייט, זענען אזוי טראומאטיזירט, אז זיי זענען נישט ביכולת צו טראכטן ווי עס באדארף, וואס דאס רעזולטירט אין זייערע קרומע שיטות און פסיכאלאגיש-אומבאלאנסירטע אויפפירעכצער, זיך מוטשענדיג צו צייגן ליבשאפט פאר די קינדער, נישט קענענדיג מאכן סענס פון רעליגיע, און אזוי ווייטער.


דער צווייטער צד איז פונקט פארקערט - אז מיין שווער, שוויגער, וכל כת דילם, זיי זענען די נאאיווע, אומוויסנדע עמי הארצים, וועמענ'ס שמחת החיים שטאמט פון א מאנגל אין ידיעה, בעת מיינע עלטערן זענען די וואס האבן אלעס געזען און פארשטייען באמת די עומק ה'פראבלעם פון שלעכטס וואס האט געפלאגט יעדן גרויסן פילאזאף מיום עמד על דעתו אויף א שטאפל וואס קומט פון א פלאץ וואו קיין שום שווייצער טשאקאלאד קען נישט דעגרייכן.


בעת דער ערשטער צד קוקט ארויף מיט גרעניצלאזע שעצונג אויף די נפשיות'דיגע געזונטהייט פון מיין שווער'ס משפחה, אראפקוקנדיג מיט שפאס אויף מיינע צעשאסענע ברידער און שוועסטער וועלכע דארפן אלע גיין אויף יארן לאנגע טעראפי כדי צו קענען דורכמאכן די פאר יאר אויף דעם עולם, לאכט דער צווייטער צד פון די נארישע געלעכטערס וואס הערן זיך ארויס פון מיין שווער'ס שטוב, רעספעקטירנדיג די שטילקייט און ערנסטקייט וואס הענגט אין דער לופט ביי מיינע עלטערן'ס שטוב.

אינעם ערשטן צד, דערמאן איך זיך מיינע שעות-לאנגע דעבאטעס וואס איך פלעג פארפירן מיט מיין שווער איבער סענסיטיווע אמונה ענינים, און ווי זינדיג און פארשעמט איך האב מיך געשפירט ווען ער האט ווידערהאלט מיט א פולקאמע אמונה אז "אלעס שטימט", און אידישקייט פארמאגט נישט קיין שום לעכער. בין איך טאקע אזוי יצר הרע געשטימט?

אבער דער צווייטער צד איז מער פארגעבנד, שענקענדיג די גערעכטיגקייט אויף מיין זייט, קלעימענדיג אז עס איז גרינג צו מאכן אלעס שטימען פון א ליווינג-רום אין ציריך, ליינענדיג אין צייטונג איבער א זשורנאליסטישע עקספעדיציע וואס האט פילמירט עפעס טויטע גופים אין בערגן בעלזן. פון שווייץ איז מען נישט געצוואונגען צו נעמען א החלטה וועמען עס קומט זיך ווירקליך דער טיטל "דער ארכיטעקט פונעם האלאקאוסט", הימלער אדער גאט?

פאקטן זענען זייער גרינג צו מאכן שטימען. איך האב אויך געליינט די הערליכע ארגומענטן פון ר' אביגדור מיללער און סאטמאר רב, און איך קען דיר אויך פונקטליך מסביר זיין אין וועלכע פסוקים ס'איז מרומז אז מען וועט מיין באבע אפשערן די האר, אראפרייסן די אוירינגלען און שיקן אירע ברידערלעך צום שויער.

אבער פארשטייט זיך אז דער ערשטער צד קוקט מיט מיטלייד צו מיין געפילישע אויסברוך און שאקלט אפילו מיט פארשטאנד. מיין שווער און שוויגער זענען בכלל נישט קיין זשאזשמענטאל מענטשן. זיי קענען געהעריג אויסהערן מיט סימפאטיע וויאזוי א מלחמה געליטענער רעגט זיך אויף גאט, און אים חלילה נישט דן זיין ווייל ער רעדט פון ווייטאג.

דאס איז אבער נאך אלס אין קאנטראסט צום צווייטן צד, וועלכע מאכט אוועק די סימפאטיע בשתי ידים, טענה'נדיג אז עס איז ניטאמאל דא וואס דן צו זיין, און דער מטיח דברים כלפי מעלה איז נישט מער ווי גערעכט, ווייניגסטנס פון זיין שטאנדפונקט.


עס איז אויך פארהאן דער פראגמאטישער פערספעקטיו וועלכע עצה'ט מיר צו פארגעסן פונעם חקירה און זיך גענצליך אנקלעבן אינעם געזונטן אטמאספער וועלכע הערשט ביי מיין שווער'ס משפחה. נאך אלעם, וועל איך דארט אנקומען ווייטער ווי מיט'ן שווייגן מיין גאנץ לעבן ביי מיינע עלטערן'ס מיטגעמאכטע שטוב.


ווי ערווענט, וועל איך דעם יאר פראווען ביידע סדרים ביי איין דור ארויפציר, וואו דער קאנטראסט איז אממערסטנס בולט, און איך קען נישט ווארטן צו האלטן מיינע אויגן און אויערן אפן כדי צו לייזן דעם דילעמע איינמאל פאר אלעמאל - הגם עפעס א שטימע אין מיר ווארנט מיר שוין אז דער ענטפער וועט בכלל נישט זיין אזוי שווארץ אויף ווייס ווי איך האף אז עס וועט זיין.

דאס איז דער דריטער צד, וואס האלט אז ביידע ערטער פארמאגן זיך זייערע מעלות און חסרונות, און אז איך בין ביכולת דאס אדורכצוזען, וועל איך דערמיט קענען אנקומען ווייטער און טיפער פון ביידע פון זיי.



וואס האלט איר?
 
מיין זיידע האט נישט געקענט פייערן יום השואה, ווייל ער איז דאך נישט קיין ציוני, אבער א מעמאריעל דעי אויף זיין גאנצע משפחה דארף ער דאך האבן, האט ער עס קובע געווען ביים ליל הסדר (איך האב נישט קיין אנונג פארוואס ער האט פונקט אויסגעוועלט ליל הסדר) און יאר יערליך האט ער מספיד געווען זיין משפחה און דערציילט וואס ער האט אלץ מיטגעמאכט און זיך ציוויינט אפאר מאל.
זייט מיין זיידע איז אוועק טרייט מיין טאטע צי איבערזאגן מער ווייניגער וואס מיין זיידע פלעגט זאגן, אבער עס האט נישט קיין טעם, ער זאגט עס נאר ווייל ער מיינט עס איז א מנהג צי רעדן פון די מלחמה.
יעצט זעה איך אונז זענען נישט די איינציגסטע משפחה וואס האט קובע געווען ליל הסדר אלץ די חרדישע יום השואה.
 
לשיטתי דעפענעטלי איז דיין שווער'ס זייט געזונטער און גערעכטער איך זעה נישט קיין ספק און דעהם
דיין עלטערן -אזוי ווי מיין, זענען דורך שבעה מדורי גיהינום און האבן נישט געהאט קיין שאנס ארויסציקומען געזונט און אומבאטראפן
(איך האב אלס געוואלט הערן צי עס איז טאקע אזוי אז די וואס די צוויי וועלט מלחמות האבן פארשוינט זענען טאקע געזונטער אין משפחה רילעישאנשיפ, ליבשאפט וכו' און אט הער איך עס פון א מקור ראשון, וואס קען זיין שטערקער!!!)
 
Back
Top