- זיך איינגעשריבן
- יולי 23, 2025
- מעסעדזשעס
- 167
- רעאקציע ראטע
- 934
- פונקטן
- 113
"מאמע קוק דעי גוי גייט א קאפל..... מאמע קוק דעי גוי גייט ציצית!.....
"
אזוי זינגט מיילעך קאהן איראניש אויף זיין סידי..... אראפמאלנדיג די בליק וואס אונזער קינדער באקומען אז 'כלל ישראל' ענדיגט זיך ביי ראדני קאר. ראסס, און אירע מיטגלידער זענען נאר די מיט א שווארצע 'הוט און רעקל'
זייט מדנ"י האט זיך געגרינדעט האט זיך שוין איבערגעדרייט אזויפיל טישן און בענק איבער די הגדרה פון 'מיהו יהודי'. אין די ל' יארן האט די לאנד געקאכט ווי א קעסל! עס האט זיך געטון! דארט איז עס געווען נוגע חוקים אנבאלאנגט 'אידן', ווי למשל 'חוק השבות', יעדע 'איד' איז בארעכטיגט צו באקומען ישראל'ישע בירגערשאפט...... ווערט יעצט שווער 'ווער איז א איד?' וויאזוי איז מען מגדיר?
בשעת וואס די שותומ"צ האבן א הלכה פסוקה אז מ'גייט נאך די מאמע, האבן געוויסע פרייע פארפירט אז ווער עס דריקט אויס ווילן צו זיין א חלק פון די אידישע פאלק איז וועלקאם! בן גוריון איז בשעתו ארומגעגאנגען צו 50 אידן וועם ער האט פאררעכנט אלס ראויים מכריע צו זיין אין די שאלה, און 37 פון 45 וואס האבן געענפערט האבן מער ווייניגער געזאגט אז מ'רעכנט לויט די הלכה, בשעת אנדערע האבן געזאגט אז עס איז א 'קולטורישע' זאך און לויט דעהם מעסט מען (בן גוריון כשלעצמו האט געהאלטן ציטירנדיג פון מגילת אסתר 'ורבים מעמי הארץ 'מתייהדים' אז עס מיינט אז 'מען דרייט זיך אריין' אין די אידישע פאלק.... אן גיור)
אין 1970 האט די 'כנסת' מגדיר געווען לגבי 'חוק השבות' מיהו יהודי: "לעניין חוק זה 'יהודי' - מי שנולד לאם יהודייה, או שנתגייר, ואינו בן דת אחרת" (אגב די לעצטע חלק איז נוגד אונזער הלכה 'לחומרא'...)
און אויף דעם חוק ארויף טוט זיך אן עקסטערע איבערקערעניש, אויב די 'גיור' דארף זיין ע"פ הלכה, אדער אפי' די רעפארמע גיור, עס איז עפעס וואס מ'שלאגט זיך נאך היינט, (דאכצעך ביי די לפיד-בנט ממשלה איז עס געווען אויפן טיש)
עכ"פ פאר אונז איז נישט נוגע וואס עס טוט זיך דארט, אונז האבן דאך אן אייגענע 'תורה' וואס איז קלאר מגדיר ווער איז א איד.... ועיין פה
כלפי מה דברים אמורים, בין איך אין די זוממער אוועקגעפארן צו א פלאץ ווי עס זענען געווען 'היימישע אידן' און אויך 'נישט היימישע', און דיסקוסירט די נושא וואס איך האב געשריבן אין 'תורה חדשה' מיט מיין חבר וואס האט מקבל געווען יענע תורה.... בשעת יענער איז פארנומען 'ווי אידן האלטן ליידער היינט' האב איך פראבירט טענה'ן אז אונז לעבן אין א 'פרומע וועלט' נאך מער ווי אינדערהיים פארן קריג, און אונז זענען אזוי איבערגעפרומט עד כדי כך אז אונז האלטן שוין אנדערע פאר 'עבריינים'... און ער טענה'ט 'אבי גערעדט', זיי 'האלטן נישט ביי גארנישט', מ'גייט אפשר אין שול וזהו... און דאן הייבט זיך אן בניגון הידוע אז אהבת ישראל מיינט 'אויך' די פרומע וכו' וכו' די אלע תורות....
מה עשה הקב"ה, איז געוועהן דארט א אייז-קריעם טראק, און די עולם איז געשטאנען אין די ליין, און פאר מיר איז געווען א 'היימישע ווייבל' מיט איר קינד, און פאר זיי א 'נישט היימישע' פרוי, (און איך רעד פון עכט מאדערן...) און יענע קינד האט געמאכט עפעס א קאמענט ענליך צו מיילעך קאהנ'ס ווערטער, מיין בלוט איז מיר ארויף אין קאפ.... און מיין חבר נעמט זיך צימבלען 'האב נישט קיין טענות ווייל זיי גייען אנגעטוהן אזוי וכו'..... און פלוצלינג! (מיט די דראמאטישע סאונד עפעקטס....) איז געקומען די פסוק השלישי והכריע, יענע לעידי האט גענומען א סלאש מיט א אייזקריעם, און אונז הערן ווי איר חבר'טע האט איר געגעבן עפעס א פרעג, צי זי גייט עסן ביידע? און יענע פרוי ענטפערט: די אייזקריעם איז פאר מיין מאן, איך בין ממילא פליישיג יעצט....!!!!!
כ'האב געקענט יעצט מאכן אזא לאנגע שלשלת "אההההה" פאר מיין חבר, אבער איך האב ארויסגענומען וואס מען זאגט נאך פון בעש"ט אז סיי וואס מ'הערט איז א מעסעדש פונעם אייבערשטן.... בפרט אז עס איז אריינגעקומען אזוי קלאר.
יעצט קומט די ניגון אזוי, "פיין זיי זענען טאקע 'אויך' אידן.... קוק אבער וואס איז געווארן מיט זיי...." און דא הייבט מען אן כאילו מספיד זיין אז זייערע זיידעס זענען געווען 'ערליך' און זיי זענען 'ארויסגעפאלן'.
און דעיס וויל איך אויסשמועסן אין דעי שנירל: 'ווער איז ארויסגעפאלן פון כלל ישראל?!'
איז עס טאקע זיי וואס זענען ארויסגעפאלן? אדער גאר אונז.... וואס האבן זיך פארמירט אזא חבורה'לע כמעט ווי לב טהור... און אונז שטייען אינדרויסן און שרייען אויף די אנדערע אז 'זיי' זענען גאר ארויסגעפאלן??
די גאנצע 'חסידות' איז דאך א נייע באוועגונג... (און אפי' ארטאדאקסיע איז אין א געוויסע זין א נייע מאוומענט, הגם איך רעד אפי' פון די יחס פון אונז אלטרא ארטאדאקסן לגבי מאדערן ארטאדאקסן)
האט מיר אמאל א סאטמערע חבר מיינע געגעבן א זאג "געב א קוק, ווי בעלזא און חב"ד, האבן זיך געהאלטן קעגן סאטמער און יעצט זענען זיי אויסגעשפילט פון 'כלל ישראל'.....
איך האב נישט געוויסט צי איך זאל לאכן אדער וויינען, בשעת ער הייבט אן ברענגען 'פאקטן און הוכחות' צו מיר פארשטיין געבן אז בעלזא האט איבעראל עקסטערע מוסדות, און זיי וואוינען אין אנטווערפן נאך די ברידש..... מיין בויך האט מיר וויי געטון..... כ'האב געוואלט ברעכן... אוקעי, יענער איז טאקע בני יואל און קליינקעפיג, און ער האלט ע"פ תורה איז אן אראבער הייליגער ווי א ציוני..... אבער עס האט מיר געשאקט! און איך האב געטראכט אויב אזא איינער וואס זיין 'תל תלפיות' איז ראדני און עולה רגל זיין גייט העכסט ווארשיינליך אויסקוקן ווי די עלי' לציון כ"ו אב...... איז טאקע 'אין' כלל ישראל אדער איז 'ער' ארויסגעפאלן....
גיי זיי אים מסביר אז א האלבע מניין אידן אין א בית חב"ד אין האנג קאנג רעפערעזענטירט מער 'כלל ישראל' ווי זיינע רבבות ביים 'עצרת מחאה'.....
ווער עס איז א איד איז געווען אויסגעשמועסט ע"פ הלכה, כלל ישראל איז א 'פאלק' קינדער פון די 'אבות הקדושים' וואס האט מקבל געווען א תורה און דרייט זיך ארום דעם.
אויף יענע חבר איז טאקע גאנץ קלאר וואו ער שטייט, אבער ווי יעדע זאך איז אויך אונזער המון עם נשפע געווארן פון די סביבה 'או לרשע ואו לשכינו',
אונז לעבן אויך אין א געוויסע זין אין די פארדרייטע מיינדסעט.... און א שטארקע ווענדפונקט איז געווען דער 'שמיני עצרת שחיטה' פון די חאמאס טעראריסטן, און אין די נאכפאלגענדע מלחמה, ווי 'כלל ישראל' איז אין אן 'עת צרה' און אידן פאלן ליידער יעדן טאג.....
עס איז א צרה פאר אידן - כלל ישראל, ווי אזוי זיי זעהן אויס, זרע אברהם יצחק יעקב, אחינו בשרינו, בכלל, און חוץ מזה רעדט מען פון ערליכע צדיקים, בחורי ישיבות, שומרי תורה ומצוות וואס ווערן ליידער גע'הרג'ט..... לבי לבי על חלליהם..........
און?! גארנישט.... און כ'רעד נישט היינט ווען ס'איז שוין באלד צוויי יאר פון די אנהייב פון די מלחמה, וואס בדרך הטבע ווערט מען צוגעוואוינט.....
איך רעד פון גלייך נאך די שרעקליכע שחיטה רח"ל, האסטו אריינגעטראכט וויאזוי האב איך געפילט דעמאלטס..... דאס איז געווען די מעסטער צו זעהן ווי ווייט מען איז 'ארויסגעפאלן' פון כלל ישראל.... ווען בקרית חוצות זענען געהאנגען צעטלעך וואס האבן געשטורעמט איבער די 'בלבול המוחות' רח"ל אויב איינעמ'ס אידיש געפיל גייט זיך חלילה אויפוועקן, און צוקומען רחמנות צו האבן אויף די 'ארויסגעפאלענע'... רח"ל.
און ח"ו נישט ליינען די 'עמי' און 'משפחה', "באמבעס אין די גראסערי" איז געשטאנען.... ווייל דארט קען מען זעהן ח"ו אז אונז זענען אויך א חלק פון יענע פאלק...... און מ'קאמפיינט דארט צו מקבל שבת זיין פריער, און ליינען קרי"ש לזכות החיילים, קען מען חלילה זעהן אז ס'איז דא א שיינע פאלק כלל ישראל אויף די וועלט....
אבער אפי' שפעטער ווען מען איז שוין געקומען צו זיך פון די אטאקע, האבן אונז פארגעסן פון אונזערע ברודער וואס זענען ארויסגעגאנגען מלחמה האלטן אין עזה..... ליידער...
געדענק איך איין מאל אין די ווינטער בין איך געווען אין אמעריקען דריעם מאלל, און איך האב מיר געכאפט גאר שפעט נאכן שקיעה אז כ'האב נישט געדאווענט מנחה, האב איך אריינגעלייגט וועיז און אנגעקומען צי יוניען סיטי (נישט יוניען פון לינדען....) וואס איז דארט בשכינות, און געכאפט א מנחה, נאך הויכע שמונה עשרה, הייבט מען אן 'אבינו מלכינו', כ'האב נישט פארשטאנען וואס גייט פאר, פרעג איך איינעם פשט, זאגט ער מיר, דאס זאגט מען וועגן די מלחמה אין ארץ ישראל!! יא! דאס הייסט א חלק פון כלל ישראל!!!
אך אין וויי זאלסטו נאר זאגן 'אחינו כל בית ישראל' בהתלהבות, אין אנדערע פלעצער, קען מען דיר שיעור פארשטיינערן.....
יא, די קאמפליקאציעס וואס מ'מאכט פאר די בני ישיבות וועגן גיוס איז טאקע א פראבלעם וואס דארף מיט רחמי שמים געלעזט ווערן, אבער פארוואס הענגט אין ראדני א ריזן צעטל 'עת צרה הוא ליעקב' אויף דעם און בשעת אן אמת'ע עת צרה ליעקב, ווען אידן ווערן גע'הרג'ט קען מען זיך נישט באטייליגן ביי אן עצרת תפילה אין בארא פארק???!!!! און ווען ס'פליט מיסילס פון איראן הערט מען נישט קיין פיפס.....
(זיי זארגן זיך נאר איינמאל די אידן זענען שוין טויט רח"ל זאל מען זיי נישט אויפגראבן....
)
די אידן וואס זענען זיכער אז די שרעקליכע דזשערסי סיטי אטאקע גייט פארשריבן ווערן אין די היסטאריע פון כלל ישראל, אבער אקט. 7 נישט ממש...... זיי זענען 'ארויסגעפאלן' פון כלל ישראל......
און מסיימים כעין הפתיחה:
ומי כעמך ישראל 'גוי' אחד בארץ!!!!!