ווער זענען די נטורי קרתא?

ר ישראל יצחק דאמב איז אױך געװען א ריז אין לערנען און דערצו א אש פון קנאות . װען סאטמאר רב האט געהערט אז זײן זון האט עפעס געזאגט אױף די הנהלת הישיבה האט דער רבי זיך אנגעריפן מדחציף כולי האי שמע מינה דלאו ממזר הוא !
 
װאודרידזשער רב געט איבער אז זײן מחותן ר ישראל חײם בלום מקאשױ האט געשיקט א קװיטל צו ר משה בער מדי שנה בשנה לקראת ימי הרחמים
 
The bigger picture is די פריעדיקע זענען געװען אידן װאס האבן געהאט א חינוך מיט א שײכות צום דור העבר. װיפיל דער אמרי חײם מװיזשניץ האט זיך געטשאטשקעט מיט ר משה בער לאט זיך גארנישט זאגן ! איך װײס נישט צו מאיז honest װעגן דעם אין בני ברק הײנט אבער איך האב עס געהערט אין מאנסי און פון זײנע נעפיוס
 
די געשמאק פון ארויסקרעכצן די סלאגאן ''אמאל זענען געווען...'' וועט קיינמאל נישט ארויסגיין פון סטייל. אבער פארט אז מען כאפט א נאנטע בליק אויף די היינטיגע פירער'ס פון נטורי קרתא, דערקענט זיך גלייך די חילוקים. סיי ר' עמרם בלוי און סיי ר' משה בער בעק, זענען ביידע געווען ווי מען זאגט ''self-made people'' אידן וואס זייער גאנצע עקזיסטענץ איז געווען די בורא עולם...
ווער עס האט געקענט ר' משה בער פון די נאנט, און קען ר' ישראל דוד און ר' דוד שלמה, פארשטייען זייער זייער גוט וואס איך מיין.
די ״ סלאגאן ״ נעמט ארום אונזער גאנצער יהדות. װען ר אבהם קאמינעצקי ( גראדע א איד א סוחר ) האט אמאל געטרײ באדינט זײן טאטן הגאון המפורסם ר יעקב אױף א פליגער האט א גױ דאס באװאונדערט. האט עם ר יעקב מסביר געװען בײ אײך װאס א דור עלטער איז אלץ א דור נענטער צום מאלפע ( monkey ) אבער בײ אונז װאס א דור עלטער איז אלץ נענטער צו סיני!
 
לעצט רעדאגירט:
מיטינג מיט איראנע פרעזידענט היינט
IMG-20240924-WA1144.jpg
 
אז מען רעד שוין פון זיי מעג מען ארויפלייגן א ארטיקל פון מאמענט פאריגע וואך ווען זיי האבן באזוכט ביי א נטורי קרתא פראטעסט?
 
אז מען רעד שוין פון זיי מעג מען ארויפלייגן א ארטיקל פון מאמענט פאריגע וואך ווען זיי האבן באזוכט ביי א נטורי קרתא פראטעסט?
ס׳ווענד זיך אויב מאמענט לאזט קאפיען ארטיקלען
 
אן ארטיקל אויף ספרים בלאג איבער נטורא קרתא ימ''ש, און בילדער פון בריוון פון ר' משה בער בעק ימ''ש צו פרופסור מלך שפירא (אגב, ר' מלך האט אמאל פארציילט אז ער האט בדוקא נישט אריינגעלייגט די בריוו'ן אין זיין ספר 'מלכי רבנן' כדי נישט צוגלייכן רמב''ב צו די אנדערע רבנים מיט וועלכע ער האט זיך געשריבן).
 
איך האב נישט קיין ספק אז דו האסט נישט געקענט ר' משה בער בעק!
ווען יא וואלסטו זיך באצויגן צו אים מיט עהרע, אפגעזען וואס זיינע עקסטרעמיסטישע מיינונגען זענען.
 
איך קוק שטארק ארויף זיין שטארקייט צו גיין קעגן די שטראם, זיין געוואלדיגע בקיאות התורה, און זיין ריינקייט זיך צו האלטן מיט אן אמת צו וואס ער האט געהאלטן איז ריכטיג. דאך וויל איך אז זיין נאמען זאל פארמעקט ווערן וויבאלד פון זיינע פילע שטארקע כוחות זענען ארויסגעקומען אן אידאל וועלכע בארעכטיגט הארגענען אלע אידן וועלכע וואוינען אין ארץ ישראל, א זאך וואס טוט מיר פערזענלך וויי.
 
איך האב נישט קיין ספק אז דו האסט נישט געקענט ר' משה בער בעק!
ווען יא וואלסטו זיך באצויגן צו אים מיט עהרע, אפגעזען וואס זיינע עקסטרעמיסטישע מיינונגען זענען.
הגר״י לעבאװיטש מװאודרידזש טענה׳ט אז רמ״ב איז אנגעקימען קײן אמעריקע אין דעם רביןס נישט געזונטע יארען האט ער שױן נישט געהאט דעם שטארקן כח ההדרכה פון רבין װאס עם האט שטארק אױסגעפעלט
 
איך קוק שטארק ארויף זיין שטארקייט צו גיין קעגן די שטראם, זיין געוואלדיגע בקיאות התורה, און זיין ריינקייט זיך צו האלטן מיט אן אמת צו וואס ער האט געהאלטן איז ריכטיג. דאך וויל איך אז זיין נאמען זאל פארמעקט ווערן וויבאלד פון זיינע פילע שטארקע כוחות זענען ארויסגעקומען אן אידאל וועלכע בארעכטיגט הארגענען אלע אידן וועלכע וואוינען אין ארץ ישראל, א זאך וואס טוט מיר פערזענלך וויי.
אזױ װי די האסט אזױ ליב אלע ארץ ישראלדיגע אידן נישט קײן װיזױ זײ זעען אױס ( איך האב קײן ספק נישט אז דו מײנסט ערנסט ) ני האב שױן ליב ר משה בער אױך..
 
כאפסט אז עס קען נישט גיין צוזאמען. די פועל יוצא פון ליב האבן די א"י'דיגע אידן איז פיינטשאפט צו נ"ק.

אגב, סאיז נישט אזוי ווייט ליבשאפט צו די אידן פון א"י ווי די אפשיי פון אן אידעלאגיע וועלכע איז אקעי מיט טויט פון מענטשן צוליב עפעס א פשט אין אן אלטער רעלעגיעזע טעקס.
 
הגר״י לעבאװיטש מװאודרידזש טענה׳ט אז רמ״ב איז אנגעקימען קײן אמעריקע אין דעם רביןס נישט געזונטע יארען האט ער שױן נישט געהאט דעם שטארקן כח ההדרכה פון רבין װאס עם האט שטארק אױסגעפעלט
וועלכע רבי? און וועלכע הדרכה?
 
װעלכער רעקארדינג פון ר מ״ב מזאל נישט הערן איז דארט אהבת ישראל מיט נעימות פון להטיב לחבירו כולו לב טוב לאפוקי זײנע detractors װאס האלטן גאר װײט פון דעם . עני ארנטליכער מענטש װאלט זיך געשעמט װאס מהאט עם אנגעטון צרות און געשװיגן אבער דא האנדלט זיך דאך אין א לשם שמים איד..
 
עס האט נישט קיין פשט צו שרייבן סתם רבי, אויב דו מיינסט סאטמארע רב (וואס פאר סאם ריזען זענען סאטמארע די איינציגסטע וואס שרייבן סתם רבי אפי' וואו עס דרייען זיך אנדערע אידן), האט זיך נישט ר' משה בער געהאלטן פאר זיין חסיד.
 
Back
Top