קהילה חדשה
פרישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- דעצ. 17, 2025
- מעסעדזשעס
- 13
- רעאקציע ראטע
- 123
- פונקטן
- 23
שלום ורב טוב סלה לידידינו היקרים
האלטן מיר אלזא ביים פערטן תשובה וואך, און מיר ענטפערן דא די שאלה: ״דורך וועמען און וויאזוי וועלן זיך זאכן פירן?
די שאלה איז פארגאנגען אין אן אריכות, די תשובה דערווייל איז קורץ. ווי עס שיינט איז דא דערווייל א נטיה פאר נומער 3, דהיינו לאזן די זאך זיך פירן שטאטוס קווא כל זמן עס איז נישטא קיין עוררין. מיר פערזענליך גלייבן אז עווענטועל וועט זיך פאדערן א טויש, שטריכן פון די איבעריגע פארשלאגן וועט זיין אומפארמיידליך פאר אן אוועקגעשטעלטער ארגאניזאציע, אבער דערווייל לאזן מיר עס אזוי.
קומענדיגער וואך גייען מיר צוריק צום צווייטן רונדע פון די שאלה סעריע, זייט גרייט צו ליינען און צו ענטפערן, מיר דארפן אייער אקטיווע מיטארבעטונג.
די וואך וועלן מוסיף זיין עטליכע לענגערע בריוון וואס מיר האבן ערהאלטן, וואס אנטהאלט הערות און חיזוק. אייערע אימעילס זענען אונז א חשיבות.
בריוו איינס:
אינעם פאלגענדער אימעיל ראט דער שרייבער צו מאכן ניצליכע קאנטאקטן כדי צו ברענגען אונזער פראיעקט צו א קומענדיגע שטופע:
״איך בין פערזענליך באפריינדעט מיט (פראמינענטע נעמען בקרב מחנינו) זיי אלע זאלן ווערן איינגעלאדנט צו דער גרינדונגס גרופע. איך וואלט אויך פארגעשלאגן זיך צו פארבינדן מיט יחידים אין דער ארץ-ישראל'דיגער סצענע, ווי (פראמינענטע ארץ ישראל׳דיגע נעמען) און פארשטייט זיך מאביליזירן פון צווישן אנ"ש, ווי צב"ש ערפל, חבקוק, מיימון, שושני, שעפטאל אא"וו.
בריוו צוויי:
דער קומענדיגער אימעיל איז פון זעלבן מחבר אין וואס ער איז זיך מתרעם אז אונזער צוגאנג איז נישט ריכטיג, מען דארף א ועד תיכף ומיד, אפילו א פראוויזארישע, אט זענען זיינע ווערטער:
״איך האלט אז דו ביסט זיך טועה אין דעם וואס דו ביסט ממשיך איינער אליין מיט אבסטראקטע שאלות און פראגע בויגנס. דער עולם פארלירט אינטערעסע און חשק. אז דו ווילסט אז דאס זאל מצליח זיין מוזטו מיטברענגען מיט דיר אנדערע פון דער ערשטער מינוט און צוזאמען אוועקלייגן יסודות. עס זעט אויס אז דו פרובירסט צו גרינדן די פערפעקטע קהילה אויף פאפיר איידער דו לייגסט אראפ סיי וועלכע יסודות אין דער גרונט. לא זו הדרך. ברענג מיט אנדערע; ברענג צוזאם א זיצונג פון א צייטווייליגער קאמיטעט און צוזאמען וועט זיין לייכטער.
איך וואונטש דיך פיל הצלחה!
כאטש וואס געווענדליך איז אונזער פאליסי נישט פערזענליך צו ענטפערן אימעילס נאר אנשטאט ברענגען דא די תמצית הדברים, כדי צו קענען ארבעטן מיט א רואיגן קאפ, און אזוי איז פון שטענדיג געווען די פרינציפ פון יעדער צייטונג, מאגיזין, האבן מיר אין אן אויסנאם יא געענטפערט:
שלום עלכם… ישר כח פאר לאזן הערן אייער חוות דעת. מיר נעמען אייער מיינונג ערנסט. אין פרינציפ זענען מיר נישט קעגן א קאמיטע, נאר ס׳איז אן איידעלער נושא, אז ס׳דא א קאמיטע גאנץ אין אנהייב איז וויכטיג אז די באטייליגטע זאלן קודם זיין אויף איין בלאט, סיי כלפי די ערנסטקייט פונעם ענין, און סיי כלפי דעם ציל. יעצט ווען דער טאון איז נאך נישט געגעבן געווארן מיט א קלארקייט, איז ליבי נקפי אז א קאמיטע זאל נישט פארוואסערן דעם פאקוס. עס איז אונז שוין אויסגעקומען צו רעדן מיט עטליכע אירע, עס האט זיך ארויס געשטעלט אז נישט אלע כאפן דערווייל פונקטליך וואו מיר צילן, טייל פון זיי ניטאמאל געליינט אונזער פארלאג, און דאס האט אונז בלויז פארשווערט די ארבעט.
אונזער רעיון פון פראגע בויגן׳ס איז אז קודם בוי א יסוד, און אויף א דורכזוכטיגער אופן, איינמאל דאס איז געבויט, קען מען האבן קלאר, ווער איז דער ועד, וויאזוי אפערירט ער, און אלעס ארום.
און אדרבא, טאמער איז דא א רעיון פון א קאמיטע וואס קען עפיקטיוו ארבעטן שוין יעצט ביים אנהייב, מיט חברה וועלעכע כאפן דעם קאנצעפט און האלטן פאקוס, וואלטן מיר זיך געפרייט צו הערן.
בריוו דריי:
איידער מיר ברענגען נאך א לענגערער בריוו, אט איז א קורצער זאץ פון א וועהלער אויף וואך איינס. דער ליין וואלט געדארפט געברענגט ווערן צווישן די שורות אויף זיין ארט נאר איז בטעות ארויס געלאזט געווארן. דער וועהלער דרוקט אויס זיין געפיל בנוגע זיין אויסוואהל פאר אפציע 2, אין דריי ווערטער: humanizm in heimish yiddish.
און אצינד צום שיינעם לענגערן בריוו פון אן אימעיל שיקער וואס איז ווערד צו ברענגען בלשונו. דער שרייבער כנראה גייט פאר אפציע נומער 3 פון וואך איינס. דער שרייבער לויבט אונזערע טעטיגקייטן, און זאגט פאר גרויסע זאכן טאמער מיר לאזן אונזערע עגא׳ס אין א זייט. דער שרייבער דרוקט אויס זיין אנטוישונג מיטן געזעלשאפט וואס פארהערליכט געלט אנשטאט טאלאנט, און זיין ווינטש צו האבן אן ארט פון אינטעלעקטועלע פרייהייט און איינערקענונג, דער שרייבער טיילט מיט זיינע לייסטונגען צום אינטעלעקטואלן היימיש אידישן בראנדזשע, און ענדיגט מיט א האלב הומאריסטישער טאון אז ווען עס ווערט עפעס פון די קהילה פארלאזט מען ניו יארק…
אט איז דער בריוו כלשונו:
ברוך שהחינו וקימנו והיגיענו לזמן הזה!
Shalom, Shalom!
I believe that if you guys fight hard and leave personal agendas aside, you guys can become one of the most influential and inspiring judaic figures of our time!
We live in a society that only admires the eccentric and the wealthy, while the talented and intelligent are overlooked, allowing others to maintain their status.
I would love to have a circle where ideas are valued, where I can discuss concepts that benefit others, share new books, and engage in meaningful conversations.
Yiddish is my first language, and I have written extensively in Kava Shtibel. I invested countless hours in the initial stages of Der Veker to ensure its successful publication.
Please include me in your new community, and let’s make a promise: if we reach 600 families, we will move out of New York! Lol.
With graduate and love
Your fellow brother

פאר עוררין און הערות ביטע שיקט צו [email protected]
קומענדיגער וואך גייען מיר צוריק צום צווייטן רונדע פון די שאלה סעריע, זייט גרייט צו ליינען און צו ענטפערן, מיר דארפן אייער אקטיווע מיטארבעטונג.
בריוון

לעצט רעדאגירט: