אנקעטע וואלסטו חתונה געהאט מיט צוויי ווייבער?

וואלסטו חתונה געהאט מיט צוויי ווייבער?

  • יא

    Votes: 27 45.0%
  • ניין

    Votes: 33 55.0%

  • Total voters
    60

כלבין דחציפין

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 15, 2025
מעסעדזשעס
235
רעאקציע ראטע
1,315
פונקטן
213
ווען רבינו גרשם וואלט געלאזט, און ס׳וואלט געווען לעגאל - און שיעור נישט פארגעסן - מהר״א וואלט נישט ארויסגעווארפן פון שטאט, וואלסטו חתונה געהאט מיט צוויי ווייבער?
ביטע וואוטן און נאכדעם אריינקומען מיט א הסבר איבער דיין וואוט.
 
איך וואלט חתונה געהאט מיט אפאר ווייבער, פונקט ווי איך וויל האבן אפאר קינדער וויל איך אויך אפאר ווייבער, עס געט א געשמאק אין לעבן. איך האלט אז איך קען ליב האבן אפאר ווייבער פונקט ווי איך קען ליב האבן אפאר קינדער.

אין די ״חתונה געהאט אבער אליינס״ שנירל האב איך געשריבן כדלהלן (וואס דאס איז בעצם געווען די אינספיראציע פאר אט דעם שנירל)
פארוואס קען איך נישט ליב האבן צוויי ווייבער? פונקט ווי מען האט צוויי קינדער און ביידע האט מען ליב.
מיין ווייב האט מיר געפרעגט, טאמער וואלט מען געמעגט האבן צוויי ווייבער וואלסטו חתונה געהאט מיט נאך איינס? איך האב גענטפערט אז, יא!
די ענטפער האט איר נישט געשמעקט, זי האט געפילט ווי זי ווערט געטשיד אויף.
איז קודם כל (דאס האב איך איר נישט געזאגט) פרעג נישט קיין שאלות אויב ביסטו נישט גרייט צי הערן די ענטפער.

אבער די עיקר (און דאס האב איך איר יא געזאגט) איך קען ליב האבן צוויי ווייבער פונקט ווי איך און די האבן ליב אלע אונזערע דריי קינדער. ליבע איז נישט עקסקלוסיוו.
 
בעצם איז די תירוץ צוטיילט אין צוויי.
איינס געפיליש, איינס רעליסטיש.
געפיליש, אוודאי וואלט איך געוואלט האבען מער ווי איינס, וואס איז בעסער ווי קענען האבען פין אלע ערליי קאלירן אין שעיפס (גופות) וכו' וכו' אין נאכדערצו בהיתר.
אין רעליסטיש בכלל נישט. אימעדשין די דארפסט יעדען טאג דילען מיט א צווייטע פרוי'ס מוד.. היינט איז איינער באקאקט מארגען די צווייטע פרוי..קוים וואס אינז קענען הענדלען איינס. שוין אפגערעד וויפיל געלט דאס קאסט. יעדע פרוי דארף זיין אויסשטאפירט אין באפיצט אויף דיינע קאסטען פארשטייט זיך.
אז מען קוקט צוריק די היסטאריע פין צוויי ווייבער זעיט מען אז מען האט געהאט צוויי מינע ווייבער איינס איז געווען צו האבען קינדער אין זי איז אלעמאל געווען די מיטגעמאכטע, זיך געפארעט מיט די קינדער , נישט אויסגעקוקט שיין, וכו' דאס צווייטע איז געווען נאר לשם אשת יפת תואר, צו זיך נאכגעבען אלע תאוות , זי האט נישט געהאט קיין קינדער סא איר באדי איז געבליבען אלעמאל מיט א יאנג לואק, אין מיט איר האט מען זיך אויסגעגעבען. אפשר אזא זאך וואלטען אינז געוואלט, אבער לדעתי איז דאס געווען א רשעות. דאס ערשטע וווייב איז פלעין געווען דאס פארמיאוסטע אין געוויסט אז איר צרה איז די שיינע אין זי איז דא פלעין לשם קינדער .
 
אויב די ווייב קען טון די זעלבע, פארוואס דען נישט?

טאמער נישט איז דאס נישט דווקא לאָוו נאר קאנטראל.
 
מיין רילעישאנשיפ מיט מיין ווייב איז עפעס וואס איך ארבעט כסדר דערויף. איך האב פשוט נישט די קעפעסיטי פאר צוויי. הגם איך האב געשריבן אינעם א”ד אשכול אז עס האט א סך מיט סאוסייעטל נארמס, איך פערזענליך קען מיך נישט זען האבן א רילעישאנשיפ מיט צוויי. אבער אפשר ווען אלע ארום מיך וואלטן דאס געטון, וואלט איך אויך.
 
מיין ווייב האט מיר געפרעגט, טאמער וואלט מען געמעגט האבן צוויי ווייבער וואלסטו חתונה געהאט מיט נאך איינס? איך האב גענטפערט אז, יא!
די ענטפער האט איר נישט געשמעקט, זי האט געפילט ווי זי ווערט געטשיד אויף.
איז קודם כל (דאס האב איך איר נישט געזאגט) פרעג נישט קיין שאלות אויב ביסטו נישט גרייט צי הערן די ענטפער.
ערנסטע טפשות
 
אז מען קוקט צוריק די היסטאריע פין צוויי ווייבער זעיט מען אז מען האט געהאט צוויי מינע ווייבער איינס איז געווען צו האבען קינדער אין זי איז אלעמאל געווען די מיטגעמאכטע, זיך געפארעט מיט די קינדער , נישט אויסגעקוקט שיין, וכו' דאס צווייטע איז געווען נאר לשם אשת יפת תואר, צו זיך נאכגעבען אלע תאוות , זי האט נישט געהאט קיין קינדער סא איר באדי איז געבליבען אלעמאל מיט א יאנג לואק, אין מיט איר האט מען זיך אויסגעגעבען. אפשר אזא זאך וואלטען אינז געוואלט, אבער לדעתי איז דאס געווען א רשעות. דאס ערשטע וווייב איז פלעין געווען דאס פארמיאוסטע אין געוויסט אז איר צרה איז די שיינע אין זי איז דא פלעין לשם קינדער .

דאס איז נאר געווען אין דור המבול.

ווען מ'רעדט פון צוויי ווייבער רעדט מען פון געהעריג חתונה האבן צוויי מאל.
 
אזוי ווי @פיינעפעל שרייבט אויב וואלט איך מיט ביידע געהאט קינדער וואלט עס ביי מיר עכ''פ נישט געארבעט פיינענשעלי
ס'איז נישט אינגאנצן די זעלבע אבער און די וועלט איז דא אזא זאך ווי סווינגרס די מיט דיין ווייב האבען הנאה
אויב מרעדט פון שמיצוגע תאוות וואלט איך געוואלט צוויי אויף איינמאל (איינמאל געהאט און א ספא צוויי שיקסעס) אבער איך פארשטיי אז על טעם וריח.....
אבער אויב וואלט געווען א מעגליכקייט צו האבן צוויי אמאל אזוי און אמאל שוין נו א שאד די דומיון וואלט איך געגאנגן דערפאר.
 
ווען ס'וואלט געווען קאמפעטישן, וואלט געווען אסאך גרינגער.
אקוראט, אויב איינער מאכט קונצן גייט מען צום צווייטן.

האבן מער ווי איין ווייב מיינט אז ס'גייט אוטומאטיש זיין מער סינגל מענער, וואס קען אין א וועג זיין א מעלה, אז נאר די געלונגענע מענער וועלן זיך פרוכטבארן, און די שוואכערע וועלן בלייבן גלמוד, עס וועט איינוועגס העכערן די פראסטיטושן עקאנאמיע.
מאידך, וועט מסתמא זיין מער פעלער פון פרויען וואס טשידן, אויב וועלן זיי פילן אז די מאן גיבט מער ליבע און אטענטשן פאר די אנדערע ווייב/ער.

אמאל ווען רוב מענער האבן זיך אויסגעהרג'עט אין מלחמות, איז געווען אן איבערפלוס פון פרויען, האט מען פשוט געמוזט פארזיכערן אז דער מין האנושי פרוכטבארט זיך ווייטער צום מאקסימום.
כיום וואס ס'נישט דא אזויפול מלחמות רעלאטיוו, זענען די ציפערן בערך אייניג, פעלט נישט אויס מער ווי איינס פער האוזהאלד.

פארשטייט זיך אז געוויסע מענער וועלן דארפן מער ווי איינס, און פארדעם איז דא די פראסטיטוציע ביזנעס, די כלים מכלים שונים, און פאר די מער אפגעהיטענע איז דא די כח הדמיון און מ'קען רעדן צום ווייב און מיינען דעם שוועגערן.

סוף פסוק, פאר די תיקון עולם איז גוט וויזוי ס'איז, פאר די תיקון עצמי איז איש כפי אכלו תכוסו.
 
בעצם איז די תירוץ צוטיילט אין צוויי.
איינס געפיליש, איינס רעליסטיש.
געפיליש, אוודאי וואלט איך געוואלט האבען מער ווי איינס, וואס איז בעסער ווי קענען האבען פין אלע ערליי קאלירן אין שעיפס (גופות) וכו' וכו' אין נאכדערצו בהיתר.
אין רעליסטיש בכלל נישט. אימעדשין די דארפסט יעדען טאג דילען מיט א צווייטע פרוי'ס מוד.. היינט איז איינער באקאקט מארגען די צווייטע פרוי..קוים וואס אינז קענען הענדלען איינס. שוין אפגערעד וויפיל געלט דאס קאסט. יעדע פרוי דארף זיין אויסשטאפירט אין באפיצט אויף דיינע קאסטען פארשטייט זיך.
פיינענטשילי ביזטו גערעכט [חוץ פון די היינטיגע מהלך דעמאלטס קען מען שיקן ביידע ארבעטען - אפשר קענען זיי זיך אפילו איינטיילען אז עס זאל אלעמאל זיין איינער אין שטוב]
לגבי הענדעלען איז שוין א צווייטע מעשה חז"ל רופן זיי אהן א צרה זל"ז, ס'איז א שטארקע קאמפעטישין וואס קען אדער העלפען די מאן אדער בעקפייערען
אז מען קוקט צוריק די היסטאריע פין צוויי ווייבער זעיט מען אז מען האט געהאט צוויי מינע ווייבער איינס איז געווען צו האבען קינדער אין זי איז אלעמאל געווען די מיטגעמאכטע, זיך געפארעט מיט די קינדער , נישט אויסגעקוקט שיין, וכו' דאס צווייטע איז געווען נאר לשם אשת יפת תואר, צו זיך נאכגעבען אלע תאוות , זי האט נישט געהאט קיין קינדער סא איר באדי איז געבליבען אלעמאל מיט א יאנג לואק, אין מיט איר האט מען זיך אויסגעגעבען. אפשר אזא זאך וואלטען אינז געוואלט, אבער לדעתי איז דאס געווען א רשעות. דאס ערשטע וווייב איז פלעין געווען דאס פארמיאוסטע אין געוויסט אז איר צרה איז די שיינע אין זי איז דא פלעין לשם קינדער .
 
אויב מען קען לעבן צוזאמען געזונט און יעדער טראגט א האלב פון די לאוד, יא!

אבער אויב איז דאס די סעלושען צו חתונה געהאט אבער אליינס, און דאס מיינט אז די גייסט נישט אריינלייגען די ארבעט צו קאנעקטען מיט די ערשטע פרוי, נאר זיין פרענדס מיט די צווייטע, ניין!

חוץ טאמער זי וויל אויך אזוי און זי וויל עכט לעבען אליינס נאר אונטער א דאך מיט נאך מענטשען.
 
מאך א פאול ווער ס'וואלט געלאזט זיין ווייב האבן צוויי מענער
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top