עוואלוציע אדער בריאת העולם

ראדני

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 10, 2024
מעסעדזשעס
101
רעאקציע ראטע
399
איך ווייס נישט קיין סאך איבער דעים, אבער איך וויל ארויסשטעלן מיין קשיות און מען בעיט דער עולם זאל אריין קומען קלאר.
אפשר קען מיין בר פלוגתא @אלפא אריינקומען מיט א שיעור כללי, די זעהסט מיר אויס ווי א ערנסטע ידען.

1. אויב איז עוואלוציע אמת, דאן פארוואס זענען נישט אלע מאנקיס געווארען מענטשן, פארוואס זענען א חלק פון די מאנקיס געבליבען מאנקיס עד היום הזה, ועוד, פארוואס דורך אויס די לעצטע פאר טויזענט האט מען קיינמאל נישט געהערט אז א מאנקי איז געווארען א מענטש?

2. ווער האט באשאפן די ארגינעלע צעלן/ארגעניזעמס/באקטעריע וואס דאס האט עוואלווד צי אונזער שיינע וועלטל?

3. פארוואס האט עוואלוציע דעוועלאופט די מין האנושי (צלם אלוהים/ יותר האדם מן הבהמה), ס׳איז דאך נישט קיין רעקווייערמענט פאר סורווייוועל?
 
די שאלות וואס די שטעלסט דא זעהט אויס אז די האסט מחליט געווען אז עוואלוציע האט א סטענד, דארפסט נאר פארשטיין וואס און וויאזוי די סטענד ווערט געשטעלט.

איך זעה נישט וויאזוי עוואלוציע קען האבן א סטענד אין א נארמאלער מענטש'נס אפיניען נאך וואס מיר האבן שוין געשריבען דא
 
איך האב נישט אנגענומען עוואלוציע אלץ פאקט, איך נעם עס אן אלץ די דיפאלט, נאך וואס אין בריאת העולם קענסטו נישט פארשן, ס׳בעיסיקלי אז דער אייבערשטער האט געזאגט אז ער האט באשאפן די וועלט, ס׳קען זיין אז ס׳אמת אבער איך קען דעיס נישט איינקעשן.
 
ווען איינער מאכט א פענטיג (ווי דער באקאנטער פון דעם ראפשיצער רב זי''ע מיטן קליינעם מיידעל גייט) פארשטייסטו אז דער ערשטער האט געמוזט זיין א קריעטער פון די פעינט, קענוועס, און די בראשעס וכו' אין די גייסט נישט פרעיגן, ווער האט געמאכט דעם מאכער פון די בראשעס. ווייל עס איז זיכער דא, אדערווייז איז נישטא גארנישט.

דיין פראבלעים איז נאר אז דער קריעטער מוז אויך האבן א קריעטער. איינער אן אונער פון א דעוועלאפמענט האט אויך אנגעהויבן פון אן אין און געמאכט פאר א יש ער האט געהאט די פראפערטי. דאס איז דער פאקט. איך דארף עס נישט דערגיין. אויב וויל איך עס דוקא יא דערגיין גיי איך צו קאונטי קלערק אפיס איך קוק נאך די דאקומענטן ביז איך קום אן צום סוף.

דער בו''ע איז דאס זעלביגע מען קען דערגיין זיין עקזיסטענץ דער רמב''ם מיט אריסטו האבן עס געטוהן, און זיי האבן זיך דערגרונטעווען צו אן ענטפער. אבער איך דארף נישט גיין אזוי ווייט. איך זעה פון אן אין א יש ווייס איינער שטייט דערונטער. עס מוז זיין, עס קען גאר אנדערשט נישט זיין.
 
איך ווייס נישט קיין סאך איבער דעים, אבער איך וויל ארויסשטעלן מיין קשיות און מען בעיט דער עולם זאל אריין קומען קלאר.
אפשר קען מיין בר פלוגתא @אלפא אריינקומען מיט א שיעור כללי, די זעהסט מיר אויס ווי א ערנסטע ידען.

1. אויב איז עוואלוציע אמת, דאן פארוואס זענען נישט אלע מאנקיס געווארען מענטשן, פארוואס זענען א חלק פון די מאנקיס געבליבען מאנקיס עד היום הזה, ועוד, פארוואס דורך אויס די לעצטע פאר טויזענט האט מען קיינמאל נישט געהערט אז א מאנקי איז געווארען א מענטש?

2. ווער האט באשאפן די ארגינעלע צעלן/ארגעניזעמס/באקטעריע וואס דאס האט עוואלווד צי אונזער שיינע וועלטל?

3. פארוואס האט עוואלוציע דעוועלאופט די מין האנושי (צלם אלוהים/ יותר האדם מן הבהמה), ס׳איז דאך נישט קיין רעקווייערמענט פאר סורווייוועל?
ייש"כ פאר די קאמפלימענט, הגם וויסן אביסל איבער טראמפ מאכט מיר נאכנישט קיין עוואלוציאנערע בייאלאגיסט..

לעצם הענין:
די ערשטע שאלה ווי עס שיינט נעמט זיך פון א מיסקאנסעפציע איבער עוואלושאן, עוואלושאן איז -אין די פשוט'סטע פארמאט- די וועג וויאזוי פון סימפל ארגאניזם'ס ווערט מער קאמפליצירטערע, וואס נאך מיליאנען יאר איז פון פיצעלקע באקטעריע ארויסגעוואקסן א גאנצע מענטש.
עס זענען דא אסאך בעסיק גראפס וואס שטעלן אויס בערך וויאזוי עס איז פארגעקומען, געוויסע מער דעטאלירט און געוויסע ווייניגער.
Human-Evolution_VF.png

evolution-img1_ver_1.png

די ערשטע בילד איז די גאנצע השתלשלות פון פרימיטיווע צעלן ביזן מענטש, די צווייטע איז די בראנטש וועלכע פירט צום מענטש (פון -אונזער זיידעס- די פישן) און מ'קען אבער אויך זען וויאזוי אנדערע בעלי חיים קומען ארויס דערפון.

וואס געשעט איז, אז דורכדעם וואס צעלן מאכן כסדר קאפיס פון זיך און ריפראדוסן געשעט סטאטיסטיקלי אז געוויסע האבן קליינע שינויים אין זיך און פארמען זיך אויס אנדערש, פארשטייט זיך אז די וועריאציעס זענען אזוי קליין אז עס דערקענט זיך נישט קיין אנזעענע חילוק אפי' נאך הונדערטע דורות, אבער נאך טויזענטע דורות הייבן שוין חילוקים יא זיין מערקבאר און צוביסלעך פארמען זיך אויס גרופעס (-ספישיס). דא קומט אריין 'נאטורליכע סעלעקשאן' וואס סעלעקטירט צווישן די וועריאציעס וועלכע בלייבט איבערלעבן (סורווייוול) און וועלכע ריפראדוסד מער, וואס די וועלכע זענען בעסער איינגערישט פאר זייער ענווייראנמענט ווי אויך די וועלכע האבן בעסערע יכולת'ן צו אפשלאגן פיינט, טרעפן עסן, און האבן מער קינדער, זיי דאמינירן שפעטער מער און מער און פון זיי און ווייטער קומען ארויס נאך וועריאציעס, וחוזר חלילה.

איבער די שאלה פארוואס עס איז נאך דא מאנקיס, דארף מען אויך קודם קלאר שטעלן אז מיר קומען נישט פון מאנקיס, עס איז א קאמאן מיסקאנסעפשאן, מיר שטאמען פון די משפחה פון Apes און מאנקיס שטאמען אויך פון דארט, סא טעקניקלי זענען מיר נישט מער ווי קאזינס - נישט קיין אייניקלעך - מיר פארמאגן א 'קאמאן ענסעסטאר' וועלכע עקזיסטירט שוין טאקע נישט.
נאך א נקודה, קיינער 'דרייט זיך נישט איבער' און ווערט עפעס אנדערש אין עוואלוציע, עס איז נישט פשט אז די דזשעראף האט זיך ערגעץ אינמיטן וועג אויסגעשטרעקט דאס האלז, אדער אז מיר זענען 'פלוצלינג געווארן מענטשן', עס איז א פראצעדור פון טויזענטער יארן ווי יעדע דור איז מיט א משהו אנדערש ווי די פריערדיגע און קוקנדיג צוריק דערזעט מען זיך מיט א 'נייע בריאה'. (עס מאכט טאקע די נושא פון קאטעגאריזירן ספישיס זייער וועיג.), דאס איז פשט פארוואס מ'זאל נישט ערווארטן צו זען קיין 'מאנקיס ווערן מענטשן'.
אויך איז עס סטאטיסטיקלי אנלייקלי אז א געוויסע וועריאציע (כ"ש אזא קאמפליצירטע ווי דאס מענטש) זאל זיך בכלל קענען איבער'חזר'ן אין היסטאריע.

און גראדע, חוץ פון די אלע סארט מאנקיס וואס מיר קענען, האט פאר נישט צו לאנג צוריק עקזיסטירט נאך צוויי ספישיס - אסאך ענליכער צו אונז -מעגליך אפי' מיט געוויסע קאגניטיווע מעגליכקייטן ווי אונז- די homo erectus און Neanderthals (מיר הייסן homo sapiens), וואס זענען געווארן עקסטינקט דורך אונזערע זיידעס בפשטות.
 
שאלה 2. - biogenesis, איז א גרויסע נושא אין בייאלאגיע.
די אנגענומענע מיינוג איז אז באיזה אופן האט זיך פארמירט א כעמישע רעאקציע וואס האט אנגעהויבן קענען ריפראדוסן זיך אליין. אבער די עווידענס און מהלך וויאזוי דאס זאל זיך האבן אויסגעשפילט איז קאנטעסטעד - און בעצם כמעט אוממעגליך אויסצוגעפינען.

[אז דו ווילסט איז דא א (קינדערישע) דעבאטע איבער דעם ספעציפישן שאלה צווישן Dave Farina (פראפעסאר דעיוו עקספלעינס פון יוטוב) און James Tour:
View: https://www.youtube.com/watch?v=KvGdllx9pJU
]

נ.ב. אין דיין שאלה רעדסטו פון צעלן/ארגעניזעמס/באקטעריע, אבער דו פירסט אויס 'אונזער וועלטל', מ'דארף קלאר מאכן אז עס זענען צוויי באזונדערע נושאים, איינס (קאסמאלאגישע, אסטראנאמישע, און פארטיקל פיזיקס) באצוט זיך צו די 'וועלט' און די דומם חלקים דערפון - וואס איז א פעלד פאר זיך - אויך מיט רייכע ידיעות איבער די אריג'ינס פון די פיזישע וועלט, די צווייטע (בייאלאגיע/עוואלוציע פון לעבן) באצוט זיך דירעקט צו לעבעדיגע באשעפענישן - פון וואס מיר רעדן דא.

__________

שאלה 3. כדי עפעס זאל זיך עוואלוון דארף נישט די תוצאה זיין ריקווייערד, נאר יעדע שריט/וועריאציע אויפן וועג דארף האבן אן עדוואנטידזש איבער די פריערדיגע. דאס אז מיר זענען דא און נישט די אויבן דערמאנטע Neanderthal וכדו' האט צוטון מיט דעם אז מיר זענען נאטורליך געווען בעסער עקוויפט ווי זיי צו פייטן און צו סורווייוון, און גרעסערע מוחות - קאגניטיווע עדוואנסמענט האט זיכער צוגעגעבן דערצו.

בכלל קענסטו ליינען אביסל וויקיפידיע און הערן יוטוב ווידיאוס צו האבן א בעסיק פארשטאנד אין עוואלוציע. אפגערעדט אז ביכער פון ריטשערד דאוקינס וכדו' געבן א גאר קלארע אריינבליק.
 
גוטע קשיות. כ'מיין אז ס'איז בעסער ווי די ענטפערס.

אין אלגעמיין שפיר איך אז עוועלוציע איז א רעליגיע פאר זיך. הגם געוויסע עספעקטן זענען לכאורה אמת.
 
1. אויב איז הלכות מוקצה אמת דאן פארוואס טרעף איך עס נישט אין אבן העזר פארוואס איז עס נאר אין אורח חיים, און בכלל פארוואס שטייט עס נישט אין פסוק?

2. ווער האט אויסגעטראפן הלכות מוקצה אז עס האט אזעלכע שיינע און קאמפליצירטע השלכות?

3. עס איז נישט קיין חיוב פאר שבת צו האבן הלכות מוקצה דערין, דאן פארוואס איז עס דא?

בערך אזוי קוקן די שאלות אויס (ווען מ'קען א משהו די סוגיא..)

קענסט זאגן איך האב עס נישט גוט מסביר געווען, אבער גיי זיי מסביר הלכות מוקצה אין צוויי מינוט - זיכער ווען איך בין נישט קיין עקספערט בכלל אין עוואלוציע.
 
איך ווייס נישט קיין סאך איבער דעים, אבער איך וויל ארויסשטעלן מיין קשיות און מען בעיט דער עולם זאל אריין קומען קלאר.
אפשר קען מיין בר פלוגתא @אלפא אריינקומען מיט א שיעור כללי, די זעהסט מיר אויס ווי א ערנסטע ידען.

1. אויב איז עוואלוציע אמת, דאן פארוואס זענען נישט אלע מאנקיס געווארען מענטשן, פארוואס זענען א חלק פון די מאנקיס געבליבען מאנקיס עד היום הזה, ועוד, פארוואס דורך אויס די לעצטע פאר טויזענט האט מען קיינמאל נישט געהערט אז א מאנקי איז געווארען א מענטש?

2. ווער האט באשאפן די ארגינעלע צעלן/ארגעניזעמס/באקטעריע וואס דאס האט עוואלווד צי אונזער שיינע וועלטל?

3. פארוואס האט עוואלוציע דעוועלאופט די מין האנושי (צלם אלוהים/ יותר האדם מן הבהמה), ס׳איז דאך נישט קיין רעקווייערמענט פאר סורווייוועל?
1. עס איז דא א מיסקאנסעפציע ביי אסאך אז עוואלוציע מיינט אז אלעס גייט צום בעסערונג, דאס איז אבער נישט אינגאנצן אזוי (עכ"פ זיכער נישט לויט די היינטיגע הבנה) נאר די עיקר פון עוואלוציע איז אז קליינע (רענדאם) שינויים וועלן מיט די צייט ווערן גרויסע שינויים און די ארגינעלע מין וועט זיך צוטיילן אין פארשידענע מינים אין פארשידענע דירעקציעס. שינויים וואס זענען בענעפישעל האבן די מעלה פון נעטורעל סעלעקשאן אבער עס ווענדט זיך נישט נאר אין דעם, און צוליב דעם זענען נאר געווארן מענטשן א געוויסע גרופע וואס די שינויים האט עס ערמעגליכט.
1000 יאר איז זייער א קליינע זמן פאר עוואלוציע צו זיין אנזעהבאר.

2. דאס איז אז סוגיא בפנ"ע הנקרא Abiogenesis, און אפילו אויב די תירוץ זאל זיין גאט האט דאס נישט מיט עוואלוציע וואס רעדט פון דארט און ווייטער

3. ווי געזאגט האט נישט אלעס צוטוהן מיט סערווייוועל און נאטורליכע סעלעקציע
 
צו ענטפערן בקיצור אויף די שאלות נאכאמאל:

1. פארוואס נישט אלע מאנקיס זענען געווארן מענטשן? - קיין איין מאנקי איז נישט געווארן קיין מענטש. פינטל. נישט אמאל און נישט היינט, אייגענטליך קיין איין בעל חי 'ווערט' נישט קיין צווייטע בעל חי איבער נאכט - אדער אונטער טויזענטער יאר.
- פארוואס געוויסע זענען געבליבן מאנקיס? - again, פון די קאמאן ענסעסטאר וואס מיר און מאנקיס האבן איז שוין קיינער נישט געבליבן, ולא עוד נאר אפי' רוב פון יענעם'ס איניקלעך זענען שוין נישטא, פון די איינצענלנע וואס האבן סורווייווד עד היום זענען מענטשן, מאנקיס, גערילאס, טשימפאנזיעס, וכו'. (פארוואס נאר די צווישן אלע?! גיי שטודיר די פרטים פון יעדעם'ס אדעפטאביליטי און ענווייראמענט.)

2. וויאזוי איז די ערשטע לעבעדיגע צעל באשאפן געווארן? - עס איז נישט קלאר סייענטיפיש, אבער עס זענען דא פארשידענע מעגליכע טעאריעס וואס קענען שטומען.

3. פארוואס מענטשן עקזיסטירן? - עי' לעיל
 
ווען איינער מאכט א פענטיג (ווי דער באקאנטער פון דעם ראפשיצער רב זי''ע מיטן קליינעם מיידעל גייט) פארשטייסטו אז דער ערשטער האט געמוזט זיין א קריעטער פון די פעינט, קענוועס, און די בראשעס וכו' אין די גייסט נישט פרעיגן, ווער האט געמאכט דעם מאכער פון די בראשעס. ווייל עס איז זיכער דא, אדערווייז איז נישטא גארנישט.

דיין פראבלעים איז נאר אז דער קריעטער מוז אויך האבן א קריעטער. איינער אן אונער פון א דעוועלאפמענט האט אויך אנגעהויבן פון אן אין און געמאכט פאר א יש ער האט געהאט די פראפערטי. דאס איז דער פאקט. איך דארף עס נישט דערגיין. אויב וויל איך עס דוקא יא דערגיין גיי איך צו קאונטי קלערק אפיס איך קוק נאך די דאקומענטן ביז איך קום אן צום סוף.

דער בו''ע איז דאס זעלביגע מען קען דערגיין זיין עקזיסטענץ דער רמב''ם מיט אריסטו האבן עס געטוהן, און זיי האבן זיך דערגרונטעווען צו אן ענטפער. אבער איך דארף נישט גיין אזוי ווייט. איך זעה פון אן אין א יש ווייס איינער שטייט דערונטער. עס מוז זיין, עס קען גאר אנדערשט נישט זיין.
דיין גאנצע שמועס האט גארנישט מיט עוואלוציע נאר מיט פילאזאפיע, מ'קען זיין א פולקאמע מאמין בה' און גלייבן די טעאריע פון עוואלוציע מחמת די ראיות דערצו
 
און גראדע, חוץ פון די אלע סארט מאנקיס וואס מיר קענען, האט פאר נישט צו לאנג צוריק עקזיסטירט נאך צוויי ספישיס - אסאך ענליכער צו אונז -מעגליך אפי' מיט געוויסע קאגניטיווע מעגליכקייטן ווי אונז- די homo erectus און Neanderthals (מיר הייסן homo sapiens), וואס זענען געווארן עקסטינקט דורך אונזערע זיידעס בפשטות.
צווישן Homo Erectus און Neanderthals זענען געווען אסאך מינים אינדערצווישן
 
אין אלגעמיין שפיר איך אז עוועלוציע איז א רעליגיע פאר זיך. הגם געוויסע עספעקטן זענען לכאורה אמת.
וואס נאך שפירסטו? וואס האסטו שוין געלערנט איבער עוואלוציע? זעץ דיך לערנען דא און ווען מ'וועט דיך קענען פארהערן וועל איך זיין נייגעריג אין דיין מיינונג אויף עוואלוציע
 
ייש"כ פאר די לינק.
 
צו ענטפערן בקיצור אויף די שאלות נאכאמאל:

1. פארוואס נישט אלע מאנקיס זענען געווארן מענטשן? - קיין איין מאנקי איז נישט געווארן קיין מענטש. פינטל. נישט אמאל און נישט היינט, אייגענטליך קיין איין בעל חי 'ווערט' נישט קיין צווייטע בעל חי איבער נאכט - אדער אונטער טויזענטער יאר.
- פארוואס געוויסע זענען געבליבן מאנקיס? - again, פון די קאמאן ענסעסטאר וואס מיר און מאנקיס האבן איז שוין קיינער נישט געבליבן, ולא עוד נאר אפי' רוב פון יענעם'ס איניקלעך זענען שוין נישטא, פון די איינצענלנע וואס האבן סורווייווד עד היום זענען מענטשן, מאנקיס, גערילאס, טשימפאנזיעס, וכו'. (פארוואס נאר די צווישן אלע?! גיי שטודיר די פרטים פון יעדעם'ס אדעפטאביליטי און ענווייראמענט.)

2. וויאזוי איז די ערשטע לעבעדיגע צעל באשאפן געווארן? - עס איז נישט קלאר סייענטיפיש, אבער עס זענען דא פארשידענע מעגליכע טעאריעס וואס קענען שטומען.

3. פארוואס מענטשן עקזיסטירן? - עי' לעיל
ווען דו זאגסט טעאריעס איז עס ממש נאר דאס, א טעאריע? אדער די זעלבע טעאריעס האט מען שוין גענוצט פאר אנדערע סייענטיפישע פארשונגן און די סייענטיסטן האבן מצליח געווען צו מאכן דערמיט עפעס פון וועלכע די וועלט האט הנאה דערפון?
 
סייענס אפילו ווען עס ווערט אויפגעוויזען איז עס נאך אלץ נישט יקוב הדין את ההר, ווייל סייענס אליינס איז באזירט אויף דעטערמיניזם וואס איז א טעאריע, מילא מען קען ווייטער דן זיין אין עוואלוציע ווי א שיעור אין אבות שבת נאכמיטאג, מען איז דן פאר די אינטערסאנטקייט שבו נישט ווייל ס׳גייט עפעס אויסמאכן.
 
אויב אבער איז עפעס געבויעט אויף טעאריע וועלכעס מ'נהאט שוין גענוצט און אהער געשטעלט פאר עפעס א מציאות וועלכעס ווערט גענוצט ביי די מענטשהייט דאן איז עס נישט סתם א טריקענע טעאריע נאר גאר א שטארקע איבערווייז
 
1. אויב איז הלכות מוקצה אמת דאן פארוואס טרעף איך עס נישט אין אבן העזר פארוואס איז עס נאר אין אורח חיים, און בכלל פארוואס שטייט עס נישט אין פסוק?

2. ווער האט אויסגעטראפן הלכות מוקצה אז עס האט אזעלכע שיינע און קאמפליצירטע השלכות?

3. עס איז נישט קיין חיוב פאר שבת צו האבן הלכות מוקצה דערין, דאן פארוואס איז עס דא?

בערך אזוי קוקן די שאלות אויס (ווען מ'קען א משהו די סוגיא..)

קענסט זאגן איך האב עס נישט גוט מסביר געווען, אבער גיי זיי מסביר הלכות מוקצה אין צוויי מינוט - זיכער ווען איך בין נישט קיין עקספערט בכלל אין עוואלוציע.
הלכות מוקצה איז א גלויבונג. ס'איז טאקע נישט קיין סייענטיפישע פאקט. נישט יעדער האלט און גלייבן אין דעם... (דאס מיינט געבליבן סטאָק מיטן משל...לאל)

איך זעה נישט גענוג באווייז אז אונז מענטשן זענען אפשטאמיג פון א צווייטע סארט באשעפעניש.
 
אז די וועלט איז רינדעכיג זעסטו יא? וויאזוי?
 
ממש אזוי קראנט און קלאר איז מענטשליכע עוועלוציע צו דיר?

אפילו אין די סייענטיפישע וועלט הייסט עס א "טעאריע".
 
Back
Top