אלזא, לאמיר זיך נעמען צום פארצייטישן מאלעריי ארגומענט.
ווען איך זע א שיינע מאלעריי, קען איך זאגן אז עס איז געשען דורך שאנס, (און עס זענען אפשר פארהאן נאך טריליאנען אזעלכע נישט-געלונגענע מאלערייען...), אדער קען איך זאגן אז איינער האט דאס דיזיינט. וועסטו דא אויך פרעגן "אבער ווער האט דיזיינט דעם דיזיינער?"?, אדער דו וועסט עס לאזן אלס אן אפענע פראגע, און ענדערש אננעמען צום ערשט אז איינער האט דיזיינט דעם מאלעריי?
דאס זעלבע מיט'ן טעלעאלאגישע ארגומענט, וועלכע פראקלאמירט rightly or wrongly אז זאכן אין דער יוניווערס זעען אויס דיזיינט. דער קאנטער טענה אין אזא פאל קען בלויז זיין אז עס מוז נישט זיין דיזיינט וכו', אבער צו פרעגן "ווער האט דיזיינט דעם דיזיינער?" איז ארויס פון פלאץ.
וואס זאגסטו דערצו?
די אינפערענס פון די פאקט אז א מאלעריי האט א דיזיינער (ווייל מיר ווייסן אזוי עמפיריש) צו די הנחה אז די וועלט האט א דיזיינער, איז גארנישט מער אין פלאץ ווי די אינפערענס אז די דיזיינער דארף א דיזיינער! אויב בלייבסטו סטאק ביי די צווייטע באווייזט דאס א פאטאלע לאך אין די לאגיק אז מ'קען בכלל מאכן אזעלכע אנאלאגיעס.
אין אנדערע ווערטער, דאס אז א מאלעריי דארף און האט א דיזיינער ווייסן מיר פון עמפירישע עקספיריענסעס - מ'קען זאגן דאס איז דעדאקטיוו לאגיק.
משא"כ קומען צו די מסקנא אז די וועלט מיט אלע קאמפליצירטע זאכן דארפן -און האבן- א דיזיינער, דאס איז שוין נישט קיין דיירעקטע עקספיריענס אדער ידיעה וואס מיר ווייסן, דאס איז שוין אן אינדאקטיוו חשבון.
און אויב שטומט דעם חשבון, וואלט זיך עס געדארפט ווייטער קענען אויסציען איבער דעם דיזיינער פון דעם דיזיינער. און וויבאלד עס שטומט נישט, מיינט עס אז ערגעץ איז דא דא א לאך אין די לאגיק.
נאך מער, וואס דו טוסט איז בעצם ממש די זעלבע זאך ווי דאס וואס דו לאזט מיר נישט טון. דו זעסט א מאלעריי מיט איר דיזיינער, יעצט קוקסטו אויפן מענטש - 'דעם דיזיינער' - (און אויף אלע אנדערע קאמפליצירטע זאכן) און דו פרעגסט 'אויב אזוי, ווער האט דאס געמאכט?'. וואס איך טו איז איך נעם דעם זעלבן שאלה צום נעקסטן שטאפל, (נעמליך, ווער האט דיזיינט דיין קאמפליצירטע דיזיינער) און דא הייסטו מיר פלוצלינג זיין שטיל.
פון מיין זייט, זיי דו שטיל איין מינוט פריער..
א מאלעריי זעט מען עס האט א דיזיינער ווייסן מיר עס. די וועלט זעען מיר נישט אז עס האט א דיזיינער, קענען מיר אויב אזוי נישט וויסן!