עוועלאשען איז נישט קיין סתירה צו בריות העולם.
אין פאקט, אין אש התורה (א ישיבה פאר בעלי תשובה) האלטן זיי קלאר אז בריות העולם איז צו געגאנגען דורך עוועלאשען, פארשטייט זיך אויפן דיבור פונעם באשעפער.
איך האב דא אריין געבאמפט וויל איך פשוט מציין זיין א נקידה קטנה וואס קען זיין אפשר איז שוין דערמאנט דא.
די איידיע פון אוועלוציע אז עס איז נישט קיין סתירה צו די תורה'דיגה שטאנדפונקט איז שוין ארויס געברענגט געווארן אין די פעסט Past אז עס איז לאו דוקא א סתירה. (איך טרעף נישט אויפן מינוט ווי מיר האבן דאס באטאנט אבער עס געפונט זיך דא ערגעץ צווישען די תוגובה'ס). אבער די איידיע איז נישט אויסגעשלאסן על פי קבלה. און דירעקט פאקערט גאנץ קבלה דרייט זיך ארום אוועלוציע פארגאנג. דהיינו.
אין קבלה לויט האר"י הקדוש איז פארהאן:
- א סדר פון אור אין סוף וואס ווערט מצמצום.
- דערנאך ווערן ארויסגעברענגט ספירות און עולמות – פון העכערע צו נידעריגערע מדרגות.
- יעדער מדרגה באשטייט פון פארשידענע שלבים, וואס ווערט אנגערופן אבי״ע: אצילות, בריאה, יצירה, עשיה.
דאס איז נישט גשמיות'דיג, אבער עס איז קלאר אן עוועלוציאניסטישע איידיע:
הכל מתפתח מדרגה למדרגה.
לאמיר גיין ווייטער, נאך נישט פערטיג.
דער שיטת האר"י: "שבירת הכלים" און "תיקון"
- לויט האר"י, זענען די ערשטע כלים "געבראכן", און דאן האט זיך איינגעפירט א פראצעס פון תיקון.
- דאס מיינט אז דער יוניווערס איז נישט געווען פונקטליך גאנץ פון די ערשטע ראונד פון באשאף – ער האט זיך באשפעטיגט דורך ריסייקלען פון שבירה צו תיקון.
קען מען זאגן: ווי די וויסנשאפט זאגט. די וועלט איז נישט געווען פונקט אזוי ווי היינט, נאר האט זיך slowly אויסגעארבעט.
שיטה פון רמחל: שלשלת ההשתלשלות (קל"ח פתחי חכמה – פתח ד׳)
"דע, שכל העולמות הם תולדה זה מזה, באופן שיש סדר שלם איך עלה הכל במחשבה ויצא לפועל."
און אין דע את אלוקי אביך – (שער א׳) שרייבט ער אזוי
"הנה כלל כל המציאות מתחיל מן העליונים שבעליונים, ונמשך והולך ויורד מדרגה אחר מדרגה, עד שנעשה העולם הזה הגשמי בתכלית השפלות. והאדם, שהוא הנברא האחרון, בו תלוי תקון כל המערכת כולה."
קומט אויס פון די צוויי שטיקער רמח"ל אז דער גאנצער
שלשלת ההשתלשלות, ווי אלע נבראים קומען פון א מקור, און דורך א לענגערע טשעין פון טוישונגען, ביז מיר זענען אנגעקומען צום גשמית'דיגער מענטש.
און דער סדר לשיטתו גייט ווי פאלגענד.
- אין־סוף ברוך הוא – אומבאגרענעצטער ליכט פון השם
- צמצום – דער רעיון פון האר"י, אז כדי צו שאַפֿן פלאץ פאר בריאה, איז דער ליכט איינגעצויגן
- אדם קדמון – דער מקור פון אלע שיטות
- עולמות ארבעה (אצילות, בריאה, יצירה, עשיה) – יעדער וועלט איז נידריגער אין מדרגה
- מער פירוט: עולם המלאכים, עולם הכוכבים, עולם הטבע
- הגשמי'דיגער מענטש, וואס איז דער סוף השרשרת – דער תכלית
און אזוי קען מען פאטשקען און פאטשקען, רעדן און רעדן און זיך נישט פארווירקלעכן צו דעם מציאות. ע"כ האב איך מחליט געווען, איך מאך זיך נישט וואוסענדיג א גוטע נאכט א ידער איינער.