עוואלוציע על רגל אחת
פארווארט:
איינער פון די זייטיגע קאנסעקווענסן פון אונזערע גלארייכע ערציאונגס סיסטעם, איז דער פאקט, אז א דורכשניטליכע מאן אין אונזערע קרייז ווערט נישט אויסגעשטעלט צו דער טעאריע פון עוואלוציע אין די יונגער יארן. און טאמער איז ער פון די גליקליכע וועלכע באקענען זיך עווענטועל דערמיט, איז דאס ערשט אין די שפעטערער יארן אין לעבן, ווען א פולע בילד איבער עקזיסטירונג און לעבן איז שוין אויסגעפארעמט געווארן אין קאפ און פלאץ פאר טויש איז שווער צו שאפן.
אזוי אויך, די וועלכע באקענען זיך שוין יא מיט דער טעאריע, ווערן באוואוסטזיניג דערצו, נישט אויף א פארמאלע, שטאפלווייזע שטייגער. זיי באמערקן עס צווישן די שפאלטענעס, ליינען מיט קווענקלניש, א ווארט דא א ווארט דארט, בלויז א בליק צו געבן און נישט וויסענדיג וויאזוי זיך אומצוגיין מיט די נייע אינפארמאציע, לויפן זיי, מיט שווערע געפילן, צו די באשאפעריזם פארטיידיגער, בלויז צו בארואיגן זייער געמיטער און אזוי ארום שאפט זיך א צעמישעניש און אומקלארקייט אלעס אנבאלאנגט דער באדרויענדן טערמין 'עוואלוציע' (לויט געוויסע: עוואלאציע).
דעריבער פעלט זיך אויס אראפצולייגן דער תורה פון עוואלוציע אויף א קלארער ארדענטליכע שטייגער, שטאפל ביי שטאפל און אין איינוועגס נישט אריין גיין אין צופיל דעטאלן און אין וויסנשאפטליכע איינצעלעהייטן איבער דעם, נאר זיך האלטן אינפארמאטיוו און לייכט.
חלק א' - נאטירליכע סעלעקציע
די טעאריע פון טשארלס דארווין
ביז טשארלס דארווין, זענען די קאנווענציאנאלע ביאלאגן געווען אונטער דער איינדרוק אז אלע באשעפענישן וועלכע זענען פארהאן, זענען אלעמאל געווען אין דעם פארעם, דור נאך דור און האבן זיך נישט צופיל געטוישט. יעדער באשעפעניש איז באשאנקען געווארן מיט די אייגנשאפטן וועלכע ער דארף האבן, אויף צו לעבן אין זיין געגענווארט.
טראץ דעם וואס ביאלאגן און זָאָאלאגן האבן פארשטאנען און איינגעזען אז עס זענען פארהאן עטליכע סארטן באשעפענישן אין איין פאמיליע, האבן זיי געהאלטן אז דאס זענען בלויז דאס, קליינע אומבאדייטפולע טוישונגען אין די באשעפענישן וועלכע שיידט אפ איין סארט פון דעם אנדערן.
אין יאר 1859 איז טשארלס דארווין, א בריטישע זאאלאג און פארשער, ארויסגעקומען מיט א בוך, נאכן וויילן א שטיק צייט אין די אינזלען אין דרום אמעריקע, וואו ער האט שטודירט פולע סארטן באשעפענישן, וועלכע ער האט גערופן 'איבער די אפשטאם פון מינים' (On the origin of species) אין דעם בוך, באשרייבט דארווין א טעאריע וועלכע ער איז אויפגעקומען מיט זיין פריינד אלפרעד וואלעס. וואלעס איז אויפגעקומען אויף דער טעאריע, אומאפהענגיג צו דארווין.
די טעאריע לויטעט אז באשעפענישן פאסן זיך צו צו די געגנווארט אין וועלכע זיי לעבן צוליב דעם וואס נאטור וועלט אויס בלויז די וועלכע זענען צוגעפאסט צו איר און די אנדערע ווערן פארניכטעט. אנדערש ווי מען איז געווען געוואוינט צו טראכטן ביז דאן אז באשעפענישן זענען צוגעפאסט צו זייערע געגנווארט ווייל אזוי זענען זיי באשאפן געווארן פון אנהויב.
די טעאריע איז געבויט אויף דעם אז אלע באשעפענישן אנטוויקלען פולע פארשידנארטיגע אייגנשאפטן און כאראקטארן אין פארלויף פון די יארן און נאטור וועלט אויס בלויז די וועלכע זענען פאסיג פאר די אומגעגנט אין וועלכע זיי וואוינען און אזוי ארום ווערן די אייגנשאפטן מער און מער אויסגעשארפט און אויסגעפארעמט ספעציעל פאר די אומשטענדן מיט וועלכע די באשפענישן ספראווענען זיך.
נאטירליכע סעלעקציע, ווי דארווין האט אנגערופן די ערשיינונג, פאסירט דורך דעם וואס טוישונגען און פארמירונגען קומען שטענדיג צושטאנד אין באשעפענישן אויף א צופעליגע שטייגער, וואו באשעפענישן ווערן געבוירן עטוואס אנדערש פון זייערע עלטערן (דאס ווערט גערופן מָאטַאציעס). די ענדערונגען וועלכע קומען פאר, זענען קליין, נישטיג, אומבאמערקבאר און נישט צו באדייטפול, אבער טאמער פירן זיי די באשעפעניש צו אפילו דער קלענסטער אויבערהאנט ווען עס קומט צו איבערלעבן אין א ספעציפישע צושטאנד, וועט די באשעפעניש אטאמאטיש ווערן אויסגעוועלט צווישן אלע אנדערע באשעפענישן וועלכע האבן נישט דער קליינע אויבערהאנט אין יענער געגנווארט.
שיקזאל שפילט דער הויפט ראלע
עס איז וויכטיג צו פארשטיין אז טראץ דעם וואס עס קען זיין אז די באשעפעניש, מיט די געוואונטשענע כאראקטאר, זאל פונקט נישט עספיען איבערצולעבן און אזוי אויך פארקערט, אנדערע באשעפענישן וועלכע האבן נישט דער כאראקטאר, זאלן צופעליג יא איבערלעבן, וויבאלט אבער, די באשעפענישן וועלכע פארמאגן יא די בעסערער אייגנשאפטן, האבן דאס ביסל מער אויסזיכט איבערצולעבן קעגן די אנדערע, וועלן זיי, אין פארלויף פון פול פול יארן, צוביסליך צוביסליך, סעלעקטירט ווערן. עס איז אזוי ווי איינער וואס פארמאגט מער שאנסן צו געווינען א גורל קעגן אנדערע, עס מוז נישט זיין אז ער וועט אייגענטליך זיין דער געווינער, אבער ווי מער מאל דער גורל ווערט געווארפן, ווערן די שאנסן אז זיינע שאנסן צו געווינען זאלן זיך אייגנטליך אויסשפילן אין דער ווירקליכקייט, העכער און העכער.
איינמאל א געוויסע אייגנשאפט פון פולע אנדערע, איז סעלעקטירט געווארן צוליב אירע בעסערע שאנסן צו איבערלעבן, וועלן אלע וועלכע לעבן, אדער כאטש דאס מערהייט צווישן זיי, פארמאגן די אייגנשאפט און פון צווישן זיי וועט ווערן געווארפן א נייע גורל אויף א נייערער, מער סאפיסטיקירטע אייגנשאפט אינערהאלב דער ערשטער אייגנשאפט זעלבסט, וועלכע האט דערוייל זיך אנטוויקלט, און צוביסליך וועלן בלויז די מיט די נייע אייגנשאפט ווערן דאס מערהייט.
די שאנסן אז א מענטש זאל געווינען דער לאטערי איז זייער זייער קליין, כמעט אוממעגליך. דאס מיינט אז ווען איינער באגעגענט א מענטש, קען ער זיין גאנץ זיכער אז יענער איז נישט קיין לאטערי געווינער. וואס וועט זיין אבער, טאמער אלע מענטשן פון דער וועלט שטארבן און בלויז לאטערי געווינערס בלייבן לעבן, דאן זענען די שאנסן פון סיי וועלכע מענטש צו זיין א לאטערי געווינער, הונדערט פראצענט. אט דאס פאסירט אין נאטור. א געוויסע אייגנשאפט, טראץ דעם וואס עס איז אויסטערליש זעלטן, ווערט מיט די צייט גאנגבאר און פארשפרייט צוליב דעם וואס עס איז דער איינציגסטער וואס קען בליען און פרוכטבארן.
בערן אלס ביישפיל
אויף צו בעסער פארשטיין די טעאריע, לאמיר נעמען בערן אלס א ביישפיל.
עס זענען פארהאן אכט סארטן בערן. דער גרעסטער בער איז דער ווייסער בער אין דער ארקטיק ראיאן. דער בער איז אזוי אויך, דער שטערקסטער אין די בערן פאמיליע. אויף צו קענען איבעלעבן אין דער ארקטיק דארף דער בער זיין שטארק, וויבאלד דער איינציגסטע זאך וואס ער קען עסן איז אנדערע באשעפענישן, ער מוז פארמאגן א ליכטיג-קאלירטע פעל, ווייל אנדערש וועט ער איהם זיין זייער שווער צו פאנגען און זיין פעל מוז זיין גענוג דיק און פעט פאר די פראסטיגער ווינטער. לויט דער טעאריע איז דער בער אייגענטליך אן אפשטאמיגער פון וואו אלע אנדערע בערן שטאמען, נאר וויבאלד ער האט געוויילט אין דער ארקטיק, זענען אלע אנדערע בערן אין יענער ראיאן אויסגעראטן געווארן צוליב אומפעאיגקייט איבערצוליבען אין יענער אומשטענדן און בלויז איין סארט בער האט געהאט די אייגנשאפטן וועלכע האבן זיך אויסגעפעלט צו לעבן און בליען אין יענער געגענט.
דאס מיינט אז פארשידענע סארטן בערן האבן אריינגעוואנדערט אינעם ארקטיק. עטליכע פון זיי האבן באוויזן צו לעבן דארט פאר עטליכע דורות אבער דאס מערהייט האט עס נישט אויסגעהאלטן און זענען געשטארבן איידער זיי האבן עספיעט איבערצולאזן קינדער. פון צווישן די וועלכע זענען געבליבן, זענען געווען עטליכע וואס האבן באוויזן איבערצולעבן צוליב א פיזישע אויבערהאנט וואס זיי האבן אנטוויקלט, ווי ווייטער די יארן זענען געלאפן, זענען אלס מער, איבערגעבליבן בלויז די מיט דער פיזישע אויבערהאנט און אלע אנדערע, זענען מיט די צייט פארניכטעט געווארן. אזוי אויך זענען, צווישן די בערן וועלכע זענען אויסגעגאנגען צוליב א מאנגל אין נערונג, געווען, אין מערסטער פעלער, די מיט טינקעלע פעל און די ליכטיג-פעליגער בערן זענען געווען די וועלכע האבן געהאט מער אויסזיכטן צו בלייבן לעבן. אזוי האט זיך צעביסליך, די פעל אין דער בערן פאפולאציע, געביטן און געווארן ליכטיגער.
וואס עוואלוציע פאדערט
קאמפלעקציטעט אין נאטור, לויטעט די טעאריע, קומט צושטאנד גענצליך צופעליג. עס איז ווי א הויפן בענדליך, וועלכע ווערן פארקניפט און פארבינדן ליגענדיג צוזאמען אין איין לעדל. וויבאלד אבער, אין נאטור איז פארהאן דרוק וועלכע לייגט געוויכט אויף די באשעפענישן, דינט עס ווי א פילטער וועלכע רוימט אויס אומפעאיגע באשעפענישן און לאזט איבער בלויז די וועלכע פארמאגן וואס עס פאדערט זיך, צו איבערלעבן.
ווען עס מאכט זיך אן אייגנשאפט אין נאטור, ווי זעלטן עס איז און ווי שוואך די אויסזיכטן זאלן נאר זיין אז עס זאל צושטאנד קומען, וועט זיך אבער דער אינטערעסאנטע, וואונדערליכע אייגנשאפט, פרוכטבארן און מערן אין די פאמיליע וואו עס האט זיך געמאכט, טאמער עס געבט אן אויבערהאנט אין איבערלעבונג.
איינער פון די הויפט באשטאנדטיילן פון עוואלוציע, איז צייט. כדי מינים זאלן זיך פארעמען און טוישן, דארף אריבער גיין זייער א לאנגע צייט און עס מוזן זיך פארלויפן עפאכעס פון מיליאנען יארן.
עוואלוציע ארבעט נישט ווי א כישוף, עס איז געבויט אויף טאטאלע צופעלגקייט. א באשעפעניש וועלכע באווייזט צו לעבן אזוי ווי זי איז און ווערט נישט געדרוקט דורך נאטור זיך צו טוישן, וועט פארבלייבן און איר ארגינעלע פארעם, פאר לאנגע, לאנגע יארן. ווידעראם א באשעפעניש וועלכע שטייט אויס פולע נאטירליכע באדרויענוגען וועט זיך טוישן און ווידער פארמירן און עס וועלן ארויסקומען פון איר עטליכע נייע מינים.
די טעאריע פון עוואלוציע איז נישט געקומען אדרעסירן די פראגע פון לעבן אין אלגעמיין, נעמליך, וויאזוי לעבן איז צושטאנד געקומען און וויאזוי די ערשטער לעבעדיגע צעלן האבן זיך אויסגעפארעמט. עוואלוציע באנעמט זיך בלויז איבער די פארמאציע פון נייע מינים און דאס געבורט פון קאמפליצירטע לעבנס פארעמען.
און די קומענדיגע קאפיטל, שטרעב איך צו רעדן, איבער וויאזוי עוואלוציע ברענגט צו דער פארמאציע פון גענצליך נייע מינים און גרופעס אין דער באשעפעניש-קעניגרייך.
***************************************************
פאר א וויסנשאפטליכע, דעטאלירטע באשרייבונג איבער עוואלוציע, קוק אין דאס שנירל: עוואלאציע און נאטורליכע סעלעקציע דורך @blender
פאר א דיסקוסיע איבער עוואלוציע און בריאת העולם, קוק אין דאס שנירל: עוואלוציע אדער בריאת העולם דורך @ראדני
פאר א ברייטע שמועס איבער די באווייזן און אפווענדונגען פון עוואלוציע, קוק אין דאס שנירל: וויאזוי דארף מען מעסטן די באווייז אויף עוואלוציע? דורך @מרחשון
פאר אן ארטיקל איבער די אימפליקאציע פון דער טעאריע, קוק אין די שנירלעך: עוואלוציע און איר פסיכאלאגישע עפעקט חלק א' און חלק ב' דורך @פעדער

לעצט רעדאגירט: