עוועלאציע און נאטורליכע סלעקציע

א ראי' איז בלויז ווען דו מאכסט א פרעדיקציע וואס איז זייער אנלייקלי אז עס זאל געשען לויט אנדערע מהלכים אבער יא לייקלי לויט דיין מהלך, איז ווען עס שטעלט זיך ארויס אלס ריכטיג, איז דיין מהלך אויף א בעסערע פאזיציע.
די טעאריע פון עוועלאציע האט אסאך אזאלעכע ראיות, ווי די באגראבענע ביינער און מענטשן מיט וויידלעך און נאך אסאך.
איינמאל עס איז שוין דא א טעאריע, זעהט מען אז לויט די טעאריע וואלט ווען געדארפט געשען אסאך אנדערע זאכן וואס באמת קען עס טאקע ווערן פארענטפערט מיט א דיזיינער, אבער אזוי ווי עס איז שוין סיי ווי אוועקגעשטעלט פאר אנדערע סיבות אז די פראסעס איז צוגעגאנגען דורך עוועלאציע, ווערן די אנדערע זאכן א ראי', די סיבה פארוואס עס איז א ראי' איז נישט וויבאלד ווען מען באטראכט די זאך זעהט מען קלאר ווי עס שרייט עוועלאציע, נאר איינמאל מען האט שוין אוועקגעשטעלט עוועלאציע, זענען די אנדערע זאכן (וואס זענען פינקט אזוי ווי עס דארף ווען צו זיין לויט עוועלאציע, און נישט אנדערשט), מוסיף על הראשונים און זיי מאכן שטערקער די פריערדיגע שוין אוועקגעשטעלטע ראיות.
 
כ'האב מיך היינט באגעגנט מיט דעם ווידעא, און צוויי מחשבות זענען מיר אריינגעקומען. (וואטש עס בעפאר דו ליינסט ווייטער.)

קודם איז מיר פארשטייט זיך שווער געווארן וויאזוי אזא קאמפליצירטע סיסטעם, וואו איין שטאנג איז אפהענגיג אין צווייטן צו פונקציאנירן, וואלט געקענט געשען דורך איינצלנע מיוטעישנס אן קיין שייכות פון איינס צום צווייטן. דא זעט גאר אויס ווי אפילו מיט'ן נוצן קאמפיוטער סימיולאציעס וואלטן די אפציעס נאך אלס געווען צופיל.

צווייטנס, שרייט ארויס ווי אנדערש מיר מענטשן זענען פון אט די באשעפענישן, טראץ וואס מיר און זיי פארמאגן ביידע א פערפעקטע מעכאניזם וואס ערלויבט אונז צו אנגיין, עדעפטן צום ענוויראנמענט, וכו'. א מענטש איז דאך אזויפיל מער דערפון! ער רעדט, טראכט, שפירט, איז מחליט, און אזוי ווייטער. וויאזוי האט 'דאס' געקענט עוואלוון?

View: https://m.youtube.com/watch?v=IFaAjR_RRJs&pp=ygUhMzQgeWVhcnMgb2Ygc3RyYW5kYmVlc3QgZXZvbHV0aW9u
 
Back
Top