- זיך איינגעשריבן
- אקט. 28, 2024
- מעסעדזשעס
- 202
- רעאקציע ראטע
- 504
- פונקטן
- 113
די טעאריע פון עוועלאציע האט אסאך אזאלעכע ראיות, ווי די באגראבענע ביינער און מענטשן מיט וויידלעך און נאך אסאך.א ראי' איז בלויז ווען דו מאכסט א פרעדיקציע וואס איז זייער אנלייקלי אז עס זאל געשען לויט אנדערע מהלכים אבער יא לייקלי לויט דיין מהלך, איז ווען עס שטעלט זיך ארויס אלס ריכטיג, איז דיין מהלך אויף א בעסערע פאזיציע.
איינמאל עס איז שוין דא א טעאריע, זעהט מען אז לויט די טעאריע וואלט ווען געדארפט געשען אסאך אנדערע זאכן וואס באמת קען עס טאקע ווערן פארענטפערט מיט א דיזיינער, אבער אזוי ווי עס איז שוין סיי ווי אוועקגעשטעלט פאר אנדערע סיבות אז די פראסעס איז צוגעגאנגען דורך עוועלאציע, ווערן די אנדערע זאכן א ראי', די סיבה פארוואס עס איז א ראי' איז נישט וויבאלד ווען מען באטראכט די זאך זעהט מען קלאר ווי עס שרייט עוועלאציע, נאר איינמאל מען האט שוין אוועקגעשטעלט עוועלאציע, זענען די אנדערע זאכן (וואס זענען פינקט אזוי ווי עס דארף ווען צו זיין לויט עוועלאציע, און נישט אנדערשט), מוסיף על הראשונים און זיי מאכן שטערקער די פריערדיגע שוין אוועקגעשטעלטע ראיות.