עוואלוציע על רגל אחת

עוואלוציע על רגל אחת

רגל אחת_pages-to-jpg-0001 (1).jpg

פארווארט:

איינער פון די זייטיגע קאנסעקווענסן פון אונזערע גלארייכע ערציאונגס סיסטעם, איז דער פאקט, אז א דורכשניטליכע מאן אין אונזערע קרייז ווערט נישט אויסגעשטעלט צו דער טעאריע פון עוואלוציע אין די יונגער יארן. און טאמער איז ער פון די גליקליכע וועלכע באקענען זיך עווענטועל דערמיט, איז דאס ערשט אין די שפעטערער יארן אין לעבן, ווען א פולע בילד איבער עקזיסטירונג און לעבן איז שוין אויסגעפארעמט געווארן אין קאפ און פלאץ פאר טויש איז שווער צו שאפן.

אזוי אויך, די וועלכע באקענען זיך שוין יא מיט דער טעאריע, ווערן באוואוסטזיניג דערצו, נישט אויף א פארמאלע, שטאפלווייזע שטייגער. זיי באמערקן עס צווישן די שפאלטענעס, ליינען מיט קווענקלניש, א ווארט דא א ווארט דארט, בלויז א בליק צו געבן און נישט וויסענדיג וויאזוי זיך אומצוגיין מיט די נייע אינפארמאציע, לויפן זיי, מיט שווערע געפילן, צו די באשאפעריזם פארטיידיגער, בלויז צו בארואיגן זייער געמיטער און אזוי ארום שאפט זיך א צעמישעניש און אומקלארקייט אלעס אנבאלאנגט דער באדרויענדן טערמין 'עוואלוציע' (לויט געוויסע: עוואלאציע).

דעריבער פעלט זיך אויס אראפצולייגן דער תורה פון עוואלוציע אויף א קלארער ארדענטליכע שטייגער, שטאפל ביי שטאפל און אין איינוועגס נישט אריין גיין אין צופיל דעטאלן און אין וויסנשאפטליכע איינצעלעהייטן איבער דעם, נאר זיך האלטן אינפארמאטיוו און לייכט.

חלק א' - נאטירליכע סעלעקציע

די טעאריע פון טשארלס דארווין

ביז טשארלס דארווין, זענען די קאנווענציאנאלע ביאלאגן געווען אונטער דער איינדרוק אז אלע באשעפענישן וועלכע זענען פארהאן, זענען אלעמאל געווען אין דעם פארעם, דור נאך דור און האבן זיך נישט צופיל געטוישט. יעדער באשעפעניש איז באשאנקען געווארן מיט די אייגנשאפטן וועלכע ער דארף האבן, אויף צו לעבן אין זיין געגענווארט.

טראץ דעם וואס ביאלאגן און זָאָאלאגן האבן פארשטאנען און איינגעזען אז עס זענען פארהאן עטליכע סארטן באשעפענישן אין איין פאמיליע, האבן זיי געהאלטן אז דאס זענען בלויז דאס, קליינע אומבאדייטפולע טוישונגען אין די באשעפענישן וועלכע שיידט אפ איין סארט פון דעם אנדערן.

אין יאר 1859 איז טשארלס דארווין, א בריטישע זאאלאג און פארשער, ארויסגעקומען מיט א בוך, נאכן וויילן א שטיק צייט אין די אינזלען אין דרום אמעריקע, וואו ער האט שטודירט פולע סארטן באשעפענישן, וועלכע ער האט גערופן 'איבער די אפשטאם פון מינים' (On the origin of species) אין דעם בוך, באשרייבט דארווין א טעאריע וועלכע ער איז אויפגעקומען מיט זיין פריינד אלפרעד וואלעס. וואלעס איז אויפגעקומען אויף דער טעאריע, אומאפהענגיג צו דארווין.

די טעאריע לויטעט אז באשעפענישן פאסן זיך צו צו די געגנווארט אין וועלכע זיי לעבן צוליב דעם וואס נאטור וועלט אויס בלויז די וועלכע זענען צוגעפאסט צו איר און די אנדערע ווערן פארניכטעט. אנדערש ווי מען איז געווען געוואוינט צו טראכטן ביז דאן אז באשעפענישן זענען צוגעפאסט צו זייערע געגנווארט ווייל אזוי זענען זיי באשאפן געווארן פון אנהויב.

די טעאריע איז געבויט אויף דעם אז אלע באשעפענישן אנטוויקלען פולע פארשידנארטיגע אייגנשאפטן און כאראקטארן אין פארלויף פון די יארן און נאטור וועלט אויס בלויז די וועלכע זענען פאסיג פאר די אומגעגנט אין וועלכע זיי וואוינען און אזוי ארום ווערן די אייגנשאפטן מער און מער אויסגעשארפט און אויסגעפארעמט ספעציעל פאר די אומשטענדן מיט וועלכע די באשפענישן ספראווענען זיך.

נאטירליכע סעלעקציע, ווי דארווין האט אנגערופן די ערשיינונג, פאסירט דורך דעם וואס טוישונגען און פארמירונגען קומען שטענדיג צושטאנד אין באשעפענישן אויף א צופעליגע שטייגער, וואו באשעפענישן ווערן געבוירן עטוואס אנדערש פון זייערע עלטערן (דאס ווערט גערופן מָאטַאציעס). די ענדערונגען וועלכע קומען פאר, זענען קליין, נישטיג, אומבאמערקבאר און נישט צו באדייטפול, אבער טאמער פירן זיי די באשעפעניש צו אפילו דער קלענסטער אויבערהאנט ווען עס קומט צו איבערלעבן אין א ספעציפישע צושטאנד, וועט די באשעפעניש אטאמאטיש ווערן אויסגעוועלט צווישן אלע אנדערע באשעפענישן וועלכע האבן נישט דער קליינע אויבערהאנט אין יענער געגנווארט.

שיקזאל שפילט דער הויפט ראלע

עס איז וויכטיג צו פארשטיין אז טראץ דעם וואס עס קען זיין אז די באשעפעניש, מיט די געוואונטשענע כאראקטאר, זאל פונקט נישט עספיען איבערצולעבן און אזוי אויך פארקערט, אנדערע באשעפענישן וועלכע האבן נישט דער כאראקטאר, זאלן צופעליג יא איבערלעבן, וויבאלט אבער, די באשעפענישן וועלכע פארמאגן יא די בעסערער אייגנשאפטן, האבן דאס ביסל מער אויסזיכט איבערצולעבן קעגן די אנדערע, וועלן זיי, אין פארלויף פון פול פול יארן, צוביסליך צוביסליך, סעלעקטירט ווערן. עס איז אזוי ווי איינער וואס פארמאגט מער שאנסן צו געווינען א גורל קעגן אנדערע, עס מוז נישט זיין אז ער וועט אייגענטליך זיין דער געווינער, אבער ווי מער מאל דער גורל ווערט געווארפן, ווערן די שאנסן אז זיינע שאנסן צו געווינען זאלן זיך אייגנטליך אויסשפילן אין דער ווירקליכקייט, העכער און העכער.

איינמאל א געוויסע אייגנשאפט פון פולע אנדערע, איז סעלעקטירט געווארן צוליב אירע בעסערע שאנסן צו איבערלעבן, וועלן אלע וועלכע לעבן, אדער כאטש דאס מערהייט צווישן זיי, פארמאגן די אייגנשאפט און פון צווישן זיי וועט ווערן געווארפן א נייע גורל אויף א נייערער, מער סאפיסטיקירטע אייגנשאפט אינערהאלב דער ערשטער אייגנשאפט זעלבסט, וועלכע האט דערוייל זיך אנטוויקלט, און צוביסליך וועלן בלויז די מיט די נייע אייגנשאפט ווערן דאס מערהייט.

די שאנסן אז א מענטש זאל געווינען דער לאטערי איז זייער זייער קליין, כמעט אוממעגליך. דאס מיינט אז ווען איינער באגעגענט א מענטש, קען ער זיין גאנץ זיכער אז יענער איז נישט קיין לאטערי געווינער. וואס וועט זיין אבער, טאמער אלע מענטשן פון דער וועלט שטארבן און בלויז לאטערי געווינערס בלייבן לעבן, דאן זענען די שאנסן פון סיי וועלכע מענטש צו זיין א לאטערי געווינער, הונדערט פראצענט. אט דאס פאסירט אין נאטור. א געוויסע אייגנשאפט, טראץ דעם וואס עס איז אויסטערליש זעלטן, ווערט מיט די צייט גאנגבאר און פארשפרייט צוליב דעם וואס עס איז דער איינציגסטער וואס קען בליען און פרוכטבארן.

בערן אלס ביישפיל

אויף צו בעסער פארשטיין די טעאריע, לאמיר נעמען בערן אלס א ביישפיל.

עס זענען פארהאן אכט סארטן בערן. דער גרעסטער בער איז דער ווייסער בער אין דער ארקטיק ראיאן. דער בער איז אזוי אויך, דער שטערקסטער אין די בערן פאמיליע. אויף צו קענען איבעלעבן אין דער ארקטיק דארף דער בער זיין שטארק, וויבאלד דער איינציגסטע זאך וואס ער קען עסן איז אנדערע באשעפענישן, ער מוז פארמאגן א ליכטיג-קאלירטע פעל, ווייל אנדערש וועט ער איהם זיין זייער שווער צו פאנגען און זיין פעל מוז זיין גענוג דיק און פעט פאר די פראסטיגער ווינטער. לויט דער טעאריע איז דער בער אייגענטליך אן אפשטאמיגער פון וואו אלע אנדערע בערן שטאמען, נאר וויבאלד ער האט געוויילט אין דער ארקטיק, זענען אלע אנדערע בערן אין יענער ראיאן אויסגעראטן געווארן צוליב אומפעאיגקייט איבערצוליבען אין יענער אומשטענדן און בלויז איין סארט בער האט געהאט די אייגנשאפטן וועלכע האבן זיך אויסגעפעלט צו לעבן און בליען אין יענער געגענט.

דאס מיינט אז פארשידענע סארטן בערן האבן אריינגעוואנדערט אינעם ארקטיק. עטליכע פון זיי האבן באוויזן צו לעבן דארט פאר עטליכע דורות אבער דאס מערהייט האט עס נישט אויסגעהאלטן און זענען געשטארבן איידער זיי האבן עספיעט איבערצולאזן קינדער. פון צווישן די וועלכע זענען געבליבן, זענען געווען עטליכע וואס האבן באוויזן איבערצולעבן צוליב א פיזישע אויבערהאנט וואס זיי האבן אנטוויקלט, ווי ווייטער די יארן זענען געלאפן, זענען אלס מער, איבערגעבליבן בלויז די מיט דער פיזישע אויבערהאנט און אלע אנדערע, זענען מיט די צייט פארניכטעט געווארן. אזוי אויך זענען, צווישן די בערן וועלכע זענען אויסגעגאנגען צוליב א מאנגל אין נערונג, געווען, אין מערסטער פעלער, די מיט טינקעלע פעל און די ליכטיג-פעליגער בערן זענען געווען די וועלכע האבן געהאט מער אויסזיכטן צו בלייבן לעבן. אזוי האט זיך צעביסליך, די פעל אין דער בערן פאפולאציע, געביטן און געווארן ליכטיגער.

וואס עוואלוציע פאדערט

קאמפלעקציטעט אין נאטור, לויטעט די טעאריע, קומט צושטאנד גענצליך צופעליג. עס איז ווי א הויפן בענדליך, וועלכע ווערן פארקניפט און פארבינדן ליגענדיג צוזאמען אין איין לעדל. וויבאלד אבער, אין נאטור איז פארהאן דרוק וועלכע לייגט געוויכט אויף די באשעפענישן, דינט עס ווי א פילטער וועלכע רוימט אויס אומפעאיגע באשעפענישן און לאזט איבער בלויז די וועלכע פארמאגן וואס עס פאדערט זיך, צו איבערלעבן.

ווען עס מאכט זיך אן אייגנשאפט אין נאטור, ווי זעלטן עס איז און ווי שוואך די אויסזיכטן זאלן נאר זיין אז עס זאל צושטאנד קומען, וועט זיך אבער דער אינטערעסאנטע, וואונדערליכע אייגנשאפט, פרוכטבארן און מערן אין די פאמיליע וואו עס האט זיך געמאכט, טאמער עס געבט אן אויבערהאנט אין איבערלעבונג.

איינער פון די הויפט באשטאנדטיילן פון עוואלוציע, איז צייט. כדי מינים זאלן זיך פארעמען און טוישן, דארף אריבער גיין זייער א לאנגע צייט און עס מוזן זיך פארלויפן עפאכעס פון מיליאנען יארן.

עוואלוציע ארבעט נישט ווי א כישוף, עס איז געבויט אויף טאטאלע צופעלגקייט. א באשעפעניש וועלכע באווייזט צו לעבן אזוי ווי זי איז און ווערט נישט געדרוקט דורך נאטור זיך צו טוישן, וועט פארבלייבן און איר ארגינעלע פארעם, פאר לאנגע, לאנגע יארן. ווידעראם א באשעפעניש וועלכע שטייט אויס פולע נאטירליכע באדרויענוגען וועט זיך טוישן און ווידער פארמירן און עס וועלן ארויסקומען פון איר עטליכע נייע מינים.

די טעאריע פון עוואלוציע איז נישט געקומען אדרעסירן די פראגע פון לעבן אין אלגעמיין, נעמליך, וויאזוי לעבן איז צושטאנד געקומען און וויאזוי די ערשטער לעבעדיגע צעלן האבן זיך אויסגעפארעמט. עוואלוציע באנעמט זיך בלויז איבער די פארמאציע פון נייע מינים און דאס געבורט פון קאמפליצירטע לעבנס פארעמען.

און די קומענדיגע קאפיטל, שטרעב איך צו רעדן, איבער וויאזוי עוואלוציע ברענגט צו דער פארמאציע פון גענצליך נייע מינים און גרופעס אין דער באשעפעניש-קעניגרייך.

***************************************************

פאר א וויסנשאפטליכע, דעטאלירטע באשרייבונג איבער עוואלוציע, קוק אין דאס שנירל: עוואלאציע און נאטורליכע סעלעקציע דורך @blender

פאר א דיסקוסיע איבער עוואלוציע און בריאת העולם, קוק אין דאס שנירל: עוואלוציע אדער בריאת העולם דורך @ראדני

פאר א ברייטע שמועס איבער די באווייזן און אפווענדונגען פון עוואלוציע, קוק אין דאס שנירל: וויאזוי דארף מען מעסטן די באווייז אויף עוואלוציע? דורך @מרחשון

פאר אן ארטיקל איבער די אימפליקאציע פון דער טעאריע, קוק אין די שנירלעך: עוואלוציע און איר פסיכאלאגישע עפעקט חלק א' און חלק ב' דורך @פעדער
 
לעצט רעדאגירט:
@פעדער א פערזענדליכען דאנק פארן שרייבן איבערן נושא וואס רירט אהן עקזיסטענשנול ספיקות און קען געבן אביסל מנוחה און ברייטקייט אין אונזער עקזיסטענץ! ❤️
 
וואו @פעדער וואונדערבאר!

אגב. אז מ׳רעדט שוין וועגן עוועלוציע, איז מיר בייגעפאלן א געדאנק: אז די מצוה פון שליח הקן קען גאר זיין א משל אויף עוועלוציע — וויאזוי נייע זאכן קומען אריין אין וועלט. מ׳שיקט אוועק די מאמע, מ׳נעמט די קינדער. ס׳זאגט כאילו: לאז דעם אלטן גיין, געב פלאץ פארן נייעם זיך צו ריקריעיטירן.
 
שכויח @פעדער זייער קלאר אין אינפארמאטיוו!
ס'באמת דערפרישנד צו זען "קרעמל" אלס א מקום ווי מ'קען עטוואס שטילן די הונגער פאר וויסנשאפט, און איך בין זיכער אז ס'איז דא גענוג און נאך קרעמל איינגעשריבענע וואס זענען דא פאר עפעס מער ווי שמוץ און היימישע לשון הרע'לעך.
און ס'קומט זיך קרעדיט פאר דיר ווי אויך פאר נאך אסאך אנדערע ניקס
 
@פעדער, ווי געווענליך, קומט אריין מיט א קלארקייט מיט זיין רייכער פעדער'ל!

אפאר געדאנק'ן וואס מ'קען אריינקלערן בנוגע די מין האנושי בכלל און אידן בפרט דורך דעם עוואלוציאנישן קוק-ווינקל.

די חכמה פון יהדות אשכנז, (וואס ווערט פאררעכנט אלס די קלוגסטע עטנישע גרופע אויפ'ן כדור הארץ), איז לויט אסאך פארשער אן עוואלוציאנישער תוצאה, סיי פון אינעווייניג און סיי פון דרויסן.

פון אינעווייניג.
צו האבן סטאטוס ביי אידן, דארף מען אדער האבן געלט, ייחוס, אדער זיין א גדול בתורה, געלט און גדלות בתורה זענען געווענליך א תוצאה פון חכמה, און ייחוס איז פשוט די די ען עי פון אט די חכמים.

פון דרויסן.
יהדות אשכנז האט געליטן גאר שווערע רדיפות אין לויף פון די לעצטע טויזנט יאר, זיין האבן ע"פ רוב נישט געהאט אייניגע רעכטן מיט די אלגעמיינע בירגער, וואס דאס האט געמיינט אז זיי האבן געדארפט אויפקומען מיט שעפערישע וועגן צו קענען מצליח זיין אין לעבן, דאס האט גורם געווען אז די קלוגע זענען געבליבן און די פשוטי המון זענען אסאך אוועקגעפאלן (זיך געטויפט).
אויך איז געווען פילע פאגראמען וואס האבן פארטיליגט גאנצע שטעט און דערפער, און נאר די גאר קלוגע האבן באוויזן זיך ארויס-צו-ראטעווען.

מ'טרעפט אין ראשונים ואחרונים (רמב״ם, רשב"א, חת"ס, חזו"א, משנ"ב ועוד) די מושג פון נשתנו הטבעים.

מענטשן זענען די איינציגסטע ברואים וואס קענען אפמאכן וועלכע סארט מענטשן זי וויל ממשיך זיין און וועלכע נישט, פון נאטור אויס, וועט ביי יעדע באשעפעניש, די פון זיי וואס זענען די מערסטע פעהיג צו כאפן רעסארסן און זיך פרוכטבארן (לויט'ן מצב) וועלן כאפן די אויבערהאנט און זייערע דורות וועלן אנהאלטן, און מענטשן זענען בעצם נישט אנדערש מטבעם, ווי חז"ל ערווענען שוין, גזל ועריות 'נפשו' של אדם מחמדתן, דאס איז אן אריינגעבויטע נאטור אינעם מין האנושי, און ביז נישט לאנג צוריק האבן פעלערהאפטיגע מענטשן טאקע כמעט נישט געקענט ממשיך זיין זייער בלוט-ליניע, ווייל די געזעלשאפט האט זיי נישט מחשיב געווען, היינט וואס מען היילט יעדעם און מ'גיבט יעדעם א שאנס צו זיין פולקאם זיך, פרוכטבארן זיך אלע סארטן מיט אימפעט.

היטלער האט דעם קלוגסטן פאלק פראבירט אינגאנצן אויסצוראטן (וואס איז אים ליידער געלונגען למחצה) און ביים ענדע פונעם קריג ווען ער האט געזען אז דייטשלאנד איז א פארלוירענער, האט ער געוואלט פארטיליגן די איבערגעבליבענע דייטשן, ווייל זיי זענען די שוואכערע וואס האבן זיך נישט מוסר נפש געווען פאר דייטשלאנד און דייטשלאנד וועט קיין עתיד נישט האבן מיט זיי.
 
איך וויל דיך נאר פאררעכטן אז היטלער'ס אגענדע איז נישט געווען געבויט אויף נאטירליכע סעלעקציע, נאר א רעליגיעזער, ער האט געהאלטן אז יידן זענען זרע פון די שטן, און ס'האט מיט די רעליגיע פון gnostic.
 
איך וויל דיך נאר פאררעכטן אז היטלער'ס אגענדע איז נישט געווען געבויט אויף נאטירליכע סעלעקציע, נאר א רעליגיעזער, ער האט געהאלטן אז יידן זענען זרע פון די שטן, און ס'האט מיט די רעליגיע פון gnostic.
נכון.
איך האב סתם געברענגט דעם קאנטראסט, אז ער האט פראבירט צו פארטיליגן די קלוגסטע פאלק (וואס עוואלוציע האט ארויסגעגעבן), און די דייטשן וואס האבן איבערגעלעבט וואס פאר זיי האט ער דאך אלעס אנגעווערטשאפט האט ער געוואלט אינגאנצן אפמעקן.
הגם וואס נאטירליך זענען זיי די איבערלעבער און עתיד פון דייטשלאנד.
 
@פעדער א גרויסן שכח פאר די קלארקייט!

איך וועל דיר זאגן די אמת, ס'איז די ערשטע מאל איך ליין אזאכע זאכן דא אין קרעמל,

נארמאל די רגע איך זעה עפעס א ווארט 'עוואלוציע' אדער 'ידיעה/בחירה' מיש איך ווייטער, איך ווייס נישט פארוואס..

קען זיין מיינע אינערליכע סענסערס צינדן זיך אן, אין פראטעקטן מיר פון ווערן נאך מער צימישט ווי איך בין יעצט, זיי זאגן מיר "פארוואס די קענסט נישט ווייזן עפעקשן פאר דיין ווייב האסטו שוין אויסגעפיגערט?" אדער "די ווייסט בכלל פארוואס די באשעפער דארף דיך האבן אויף די וועלט חוץ זיצן ווי א שמויגער אין פארברענען צייט אויף קרעמל?"

אדער צינד זיך אן מיינע איינגעבאקענע יוגנט סענסערס, אין ווען איך זעה די ווארט 'עוואלוציע' טראכט איך, נא אפיקורסות, ס'גייט שטיין אינז קומען פון מאנקיס,

אדער, וואס דאס איז זייער פאפעלער אין מיין מח, מיינע סעלס זאגן מיר, איש מבקש, זאגדזשע, פאר די פאשעסט אין פרעמדע פעלדער, א חומש האסטו שוין געפענט? אין די תירוץ פאר דעם איז נעגעטיוו,

בקיצור, יעצט, אין א שטילע מינוט, האב איך דעסיידעט צי אריינדייוון אין מיינע בוקמארקס, אין ליינען די קאמפלאצירטע שנירן,

אין וואס זאל איך דיר זאגן, האסט א קלארע פעדער, אינמיטן ליינען האב איך געמיינט אז איים לאזינג איט, קומסטו מיט א משל פון בערן, איך פיל ווי די האסט געטראכט, "ווי אזוי וועט עס איש מבקש בעסער פארשטיין? לאמיר געבן א משל"

בקיצור, איך האב נאך לאנגע וועג צי גיין, אבער קודם אפאר שאלות וואס מיין חבר'ס חבר האט געפרעגט בנוגע די גאנצע זאך..

פארוואס דארף א מענטש וויסן די טעאריע פון עוואלוציע? וואס איז שווער? ווי אזוי וואלט מיין יוגנט בעסער געווען ווען איך ווייס עס?

איך טראכט יעצט אז ס'קען אפשר פארענפערט ווערן א קשיא וואס כ'האב געהאט אין כתה ד' מיין איך,
ווי אזוי האט אריינגעפיט אזויפיל חיות אין נח'ס תיבה, ס'דאך דא אין די מיליאנען?

אבער לויט די טעאריע איז זייער שיין, ס'געווען די בעסיקס אין די תיבה, אין אלעס נאך דעם איז שוין חיות וואס האט זיך געטוישט מיט די צייט. אפשר איז עס א פשוטע תירוץ וואס יעדע חדר יונגל ווייסט? איך ווייס נישט, זאגטס נישט פאר קיינעם..
 
פארוואס דארף א מענטש וויסן די טעאריע פון עוואלוציע? וואס איז שווער? ווי אזוי וואלט מיין יוגנט בעסער געווען ווען איך ווייס עס?
TBH מיך איז אויך נישט קלאר די הייפ און די פילע ענערגיעס ארום די נושא. איך פארשטיי די חשיבות דערפון פאר פרומע צוליב די טעאלאגישע אימפליקאציעס און אלץ 'טאבו' וכדומה אבער די נושא כשלעצמו איז אזוי וויכטיג צו לערנען? דאס עס קענען האט א השפעה אויף עפעס א וועג אויפן לעבן?

אינטערסאנט אויב ביי נישט חרדים איז דאס אויך אזוי פארהייליגט
 
פארוואס דארף א מענטש וויסן די טעאריע פון עוואלוציע? וואס איז שווער? ווי אזוי וואלט מיין יוגנט בעסער געווען ווען איך ווייס עס?
לענ"ד איז עס וויכטיג ווייל אזוי ווי מיר פרומע אידן טארן נישט גלייבן אין עוואלוציע (לפי כמה גדולים) ברויך מען צו וויסן פונקטליך אין וואס מ'גלייבט נישט און פונקט ווי דער בעש"ט האט געזאגט 'איך בין א נאַר און איך גלייב', דארף מען ביי דעם זאגן 'איך בין א נאַר און איך גלייב נישט', און ווי בעסער מ'פארשטייט דעם עוואלוציע אלס מער נאַר איז מען ווען מ'גלייבט נישט דערינען און מ'קומט צו צו א העכערע דרגה באמונה פשוטה.
 
לעצט רעדאגירט:
איך וואלט רעקאמענדירט פאר יעדן גלייביגער (און פאר יעדן אַטעיִסט־אַגנאָסטיקער צוגלייך) צו ליינען דעם בוך פון ראביי יונתן זקס זצ״ל
The Great Partnership: Science, Religion, and the Search for Meaning.
אזוי זענט איר יוצא ידי שניהם!
 
אבער לויט די טעאריע איז זייער שיין, ס'געווען די בעסיקס אין די תיבה, אין אלעס נאך דעם איז שוין חיות וואס האט זיך געטוישט מיט די צייט.
דאס גראדע נישט... עוועלאציע איז נישט עפעס וואס קען האבן עכטע גרויסע עפעקטס, אין א צייט אפשניט פון בלויז פיר אדער פינף טויזנט יאר.
 
מיך איז אויך נישט קלאר די הייפ און די פילע ענערגיעס ארום די נושא. איך פארשטיי די חשיבות דערפון פאר פרומע צוליב די טעאלאגישע אימפליקאציעס און אלץ 'טאבו' וכדומה
איך האלט נאך סאך פארדעם, איך ווייס ניטאמאל פארוואס ס'איז טאבו, וואס איז שווער געווען למשל פאר דעי פארשערס ווי טשארלס דארווין?

ניטאמאל ווייס איך וואס 'טעאלאגישע אימפליקאציעס' מיינט.. איך בין 6 יאר ווען ס'קומט צי דעם..
 
דאס גראדע נישט... עוועלאציע איז נישט עפעס וואס קען האבן עכטע גרויסע עפעקטס, אין א צייט אפשניט פון בלויז פיר אדער פינף טויזנט יאר.
סא פארדעם איז עוועלאציע א סתירה מיט די 6000 יאר?
 
איך וואלט רעקאמענדירט פאר יעדן גלייביגער (און פאר יעדן אַטעיִסט־אַגנאָסטיקער צוגלייך) צו ליינען דעם בוך פון ראביי יונתן זקס זצ״ל
The Great Partnership: Science, Religion, and the Search for Meaning.
אזוי זענט איר יוצא ידי שניהם!
מסכים 100%
I recommend it too , פאר יעדער איינער צו ליינען.
 
ס'גוט פאר א בעגינער?
 
וואס איז שווער געווען למשל פאר דעי פארשערס ווי טשארלס דארווין?
אסאך זאכן, קודם, אין יענע צייט האט מען שוין אנגעהויבן צו טרעפן אלטע פאסיל רעקארדס (ביינער) און מען האט געזעהן אז אלטע ביינער זעהן אויס אינגאנצן אנדערשט ווי די נייערע ביינער, לכאורה פארוואס זאלן זיך בעלי חיים טוישן? אזוי אויך איז דא אסאך פעלערס אין די דיזיין פון יעדע בעל חי, וואס איז אינגאנצן נישט ערווארטעט אויב אלעס איז געווארן דיזיינט דורך א דיזיינער, און נאך אסאך אנדערע זאכן.
 
מען דארף וויסן אז עוואלוציע , איז נישט קיין סתירה צו מעשה בראשית , ווייל די סיפור פון אדם וחוה , טהוט נישט אויסשליסן אנדערע ניענדערטהאל מענטשהייט , עס קען אז ( אדם וחוה) איז איינס פון פון אנדערע אנסעסטארס , וואס ווערן נישט דערמאנט
עם ישראל , איז זיך מתייחס צו אברהם , וואס איז גיוועהן די צוואנציגסטער דור , פון אדם וחוה לויט די
סדר היחס אין די תורה .
עוואלוציע איז נאך הייצט בגדר ״ טהעאריע-
אבער אויב עס וועט ווערן סייענס , אלץ פאקט ,
דארף מען וויסן אז מעשה בראשית איז נישט א סתירה .
די זעקס טאג , שטייט שוין אין מאירי און אין אנדערע
ראשונים , אז דאס מיינט פעריאדן ,
די ראשונים זענען גיוועהן מעהר בעלי מחשבה
ווי די שפעטערע , ווי קבלה האט זיך אריין געמישט
און איז א גרמא צי זיך ווייניגער באנוצן מיט דעם שכל ובינה
כהיום , ווען די וועלט איז אפן , זעהט מען ,אם הראשונים כמלאכים אנו כבני אדם.
 
איך וואלט רעקאמענדירט פאר יעדן גלייביגער (און פאר יעדן אַטעיִסט־אַגנאָסטיקער צוגלייך) צו ליינען דעם בוך פון ראביי יונתן זקס זצ״ל
The Great Partnership: Science, Religion, and the Search for Meaning.
אזוי זענט איר יוצא ידי שניהם!
אזוי אויך די challenge of the creation דורך נתן סליפקין
 
Back
Top