עס גייט אריין אין די שאלה פון פלגינן דיבורא. קענסט נישט ברענגען קיין ראיה פון קריסטן'ס אמונה אין גאט און דערנאך לאכן פון זייערע אנדערע עיקרי אמונה וואו בהמי'ש זיי זענען
קריסטן זענען נישט בהמי׳ש ,און די מוסלעמענער
זענען דאך באקאנט , אלץ טיפע פילוסופיה , און
דארך זיי איז גיבליבן תורת אריסטו אויף דער וועלט,
המון עם גלייבט פשוט - און בוכשטעלנד פארם , און
די רעליגיע טיפער דענקערס , גלייבן אויף א מער קאמלעקס וועג.
די ספר הכוזרי רעדט פון דעם , אז מען לערנט די
דריי גרויסע רעליגיעס , און זייער ספרים זעהט מען אז יעדערקומט אהן צו משה ,
נאר די אנדערע זענען נאכגיגאנגען נייע נביאים , און די יידן זענען גיבליבןמיט די אריגינאל , וועגן די מעמד הר סיני,
די קריסטן מיט די מוחמדים , האבן נישט גיהאט
אזא מעמד , נאר עס איז גיווארן פארשפרייט דורך
מלחמות און פראפאגאנדע ,פאר פעלקער פון די
וועלט ,
די רעיון זאגט דער רמב״ם אין סוף משנה תורה
אז יש״ו און מוחמד , זענען גיקומען בהשגחה אהן
צוגרייטן די וועלט , צו די מלכות שמים , פון השם
אחד ושמו אחד.