וואפן#1: ס'שטייט "לא תסור מן הדבר אשר יגידו לך", ממילא דארפסטו מיר פאלגן...

אבינועם

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
דעצ. 2, 2024
מעסעדזשעס
40
רעאקציע ראטע
246
פונקטן
38
די אלע רעליגיעזע דיקטאטורן ווי רבנים און אדמורי"ם, משפיעים און פוסקים, און סתם הרב החסיד'ס און הגאון הצדיק'ס... טאמער ס'גלוסט זיך דיר נישט צו טוהן וואס זייער בויך וויי האט מחדש געווען דאן שלעפן זיי ארויס פון בוזעם טאש דעם "לא תסור" וואפן... דהיינו, ס'שטייט אין די תורה אז דו דארפסט מיר פאלגן... וואס הייסט, ס'שטייט אין לך אלא כהן שבימיך... און פארשטייט זיך אז זיין רשכבה"ג איז די היינטיגע כהן שבימיך, פארוואס? ווייל אזוי! מ'טאר נישט פרעגן קיין קשיות... טאמער דו פרעגסט קשיות קומט עס ווייל דו ביסט פוגם בברית... דהיינו ביסט מוציא זרע לבטלה רחמנא ליצלן ורחמנא לשיזבן.

דאס איז בדרך כלל איינע פון די וועגן וויאזוי די חרדי'שע געמיינדע ווערט מאניפולירט דורך משוגעים און חולי נפש און קאנטראל פריעקס.

איז היינט לאמיר קלאר מאכן די אמת פון "לא תסור" כדי אז ווער ס'וויל זאל קענען מקיים זיין דעם דע מה שתשיב לאפיקורוס.

לאמיר עפענען א חומש און זעהן וואס דארט שטייט:

כִּי יִפָּלֵא מִמְּךָ דָבָר לַמִּשְׁפָּט בֵּין דָּם לְדָם בֵּין דִּין לְדִין וּבֵין נֶגַע לָנֶגַע דִּבְרֵי רִיבֹת בִּשְׁעָרֶיךָ וְקַמְתָּ וְעָלִיתָ אֶל הַמָּקוֹם אֲשֶׁר יִבְחַר ה' אֱלֹקֶיךָ בּוֹ.
וּבָאתָ אֶל הַכֹּהֲנִים הַלְוִיִּם וְאֶל הַשֹּׁפֵט אֲשֶׁר יִהְיֶה בַּיָּמִים הָהֵם וְדָרַשְׁתָּ וְהִגִּידוּ לְךָ אֵת דְּבַר הַמִּשְׁפָּט.
וְעָשִׂיתָ עַל פִּי הַדָּבָר אֲשֶׁר יַגִּידוּ לְךָ מִן הַמָּקוֹם הַהוּא אֲשֶׁר יִבְחַר ה' וְשָׁמַרְתָּ לַעֲשׂוֹת כְּכֹל אֲשֶׁר יוֹרוּךָ.
עַל פִּי הַתּוֹרָה אֲשֶׁר יוֹרוּךָ וְעַל הַמִּשְׁפָּט אֲשֶׁר יֹאמְרוּ לְךָ תַּעֲשֶׂה לֹא תָסוּר מִן הַדָּבָר אֲשֶׁר יַגִּידוּ לְךָ יָמִין וּשְׂמֹאל.

עכ"פ דער רמב"ם שרייבט עס שוין, אבער ס'איז די פשטות הפסוק אפילו אן דעם רמב"ם, אז מען רעדט פון די סנהדרין וואס זיצן אין לשכת הגזית אויפן מקום המקדש - המקום אשר יבחר ה'.
די תורה זאגט קלאר צוויי מאל אז מען רעדט נאר פון די סנהדרין וואס זיצן במקום המקדש.
אפילו ווען ס'דא א סנהדרין אבער זיי זיצן נישט במקום המקדש איז שוין נישטא די ציווי פון לא תסור!

דאס זענען די פאקטן פון די פסוקי התורה.

גייט איינער טענה'ן, אבער מען מוז דאך איינעם פאלגן... ס'קען דאך נישט זיין איש הישר בעיניו יעשה... נו, אפשר א פיינע טענה און אפשר נישט, אבער עכ"פ פארדרייטס נישט די תורה!
 
מענטשן ניצן פארקרומטע וואפן אונז צו האלטן אין א תפיסה

וואס פארא חילול שם שמים קומט ארויס דערפון!

ווער ווייסט וויפיל אידן דאס פארטרייבט פון אידישקייט

אוי לי על גלות השכינה
אוי לי על גלות הבנים
 
דאס איז ריכטיג אז מען נעמט עדווענטעדזש פון דעם לא תסור, און עס יאווען זיך פרומע פארזארגער צו טרעפן חסרונות ביי כלל ישראל און מחדש זיין גזירות ואיסורים מיט גאנצע מערכות אויף יעדע ענין - צו עיניים, השמיעיני, נקדישך, וכל שום וחניכא דאית להון - און מען פארדרייט דעם קאפ פון יונג און פון אלט ביי אנשים ונשים.

לגבי די איסור פון לא תסור, איז ידוע דער דעת פון רמב"ם אז יעדע איסור דרבנן האט אין זיך אן איסור תורה אלץ די ציווי פון לא תסור, זעהט מען אז ער האט געהאלטן אז לא תסור איז נישט רעסטריקטעד נאר צו די סנהדרין, עס איז א דבר פשוט אז רוב איסורי דרבנן זענען נישט פון תקנות וגזירות סנהדרין.

דער רמב"ן איז מבאר דעם דעת רמב"ם - ווייל עס איז קשה, אויב איז א דרבנן א דאורייתא פארוואס זאגט מען ספיקא דרבנן לקולא, און ער איז מיישב - כך תקנו חכמים, אז די רבנן האבען מתחילה אזוי מתקן געוועהן אז ביי א ספק דרבנן גייט מען להקל, פונדעסטוועגן אפילו לויט די דעה, איז זייט די חתימת התלמוד נישטא אן אויטאריטעט וואס קען מחדש זיין איסורים פאר כלל ישראל, (אן אויסנאם איז געוועהן רבינו גרשום מאור הגולה), נאר אלץ תקנות הקהלה קען יעדע קהלה איינפירן מיט די טובים און זייער רב תקנות וואס איז מחייב די קהלה זעלבסט.
כהיום איז געווארען א מנהג צו זאמלען חתימות פון רבנים. דאס איז קיינעם נישט מחייב, עס איז סתם בגדר גילוי דעת פון פריוואטע מיינונגען. אבער דאס בלייבט אז קהל מיט זייער רב, קענען מחייב זיין די מעמבערס מיט גדרים און סייגים. און פארשטייט זיך אז אויב זיי גייען איבער די מאס קען מען רעוואלטירן. ביי דעם איז שייך נהרא נהרא ופשטיה.
 
ביי אונז אין סאטמאר הערט מען דאס כמעט נישט. אין אנדערע קרייזן איז עס מסתמא טאקע מער א נושא.
די סאטמארע זענען אלץ געוועהן לכאורה מער אפן צו די וועלט מיט נארמאלקייט און פארשטענדעניש, זעהט אויס אז די רבי'ס פון סאטמאר זענען מער מעורב בדעת עם הבריות.
 
חברה לאמיר זיך לערנען שפראך;
"לא תסור"

און לעצם הענין דארף מען געדענקען אז די תנ"ך מיינט גארנישט ביי אונז, ס'איז נאר א קורדום לחפור בו אויפגעריסענע לשונות און פלפולים גג על גג, און פארשטייט זיך בליציגע ווערטאלעך

מיר זענען נישט קיין קראים..
 
טאמער די פרעגסט קשיות קומט עס ווייל די ביסט פוגם בברית .. דהיינו ביסט מוציא זרע לבטלה רחמנא ליצלן ורחמנא לשיזבן .... יואלי ראטה'ס ענדגילטיגער שטעקן! (וואס ער ניצט אויך אויף זיך)
 
טאמער די פרעגסט קשיות קומט עס ווייל די ביסט פוגם בברית .. דהיינו ביסט מוציא זרע לבטלה רחמנא ליצלן ורחמנא לשיזבן .... יואלי ראטה'ס ענדגילטיגער שטעקן! (וואס ער ניצט אויך אויף זיך)
שוין דעם שטעקן פון מוהרא"ש צו געזלייטן מ'זאל נאר אויסהערן וואס ער זאגט ווייל דער וואס רעד קעגן אים איז נעבעך משוגע פון די טיפי הזרע וואס ער האט מוציא געווען
 
די סאטמארע זענען אלץ געוועהן לכאורה מער אפן צו די וועלט מיט נארמאלקייט און פארשטענדעניש, זעהט אויס אז די רבי'ס פון סאטמאר זענען מער מעורב בדעת עם הבריות.
פארשטייט זיך חוץ ציונות, צניעות, סמארטפאון און פרויען דרייוון
 
פארשטייט זיך חוץ ציונות, צניעות, סמארטפאון און פרויען דרייוון
פרויען דרייווען נישט אין סאטמאר ,דאס איז שטארק
אבער די אנדערע דריי זאכען וואס דו רעכענסט אויס איז,
למעשה איש לפי אכלו תכוסו.
 
חברה לאמיר זיך לערנען שפראך;
"לא תסור"

און לעצם הענין דארף מען געדענקען אז די תנ"ך מיינט גארנישט ביי אונז, ס'איז נאר א קורדום לחפור בו אויפגעריסענע לשונות און פלפולים גג על גג, און פארשטייט זיך בליציגע ווערטאלעך

מיר זענען נישט קיין קראים..
או יע! און שולחן ערוך איז געמאכט פאר גרים... חוץ אויב מען קען עס נוצן צו בארעכטיגן פאליטישע מאווס.
 
או יע! און שולחן ערוך איז געמאכט פאר גרים... חוץ אויב מען קען עס נוצן צו בארעכטיגן פאליטישע מאווס.
ווען רירט מען זיך נישט קיין סוס כל שהוא
און ווען איז די שוע געמאכט פאר גרים
 
ווען רירט מען זיך נישט קיין סוס כל שהוא
און ווען איז די שוע געמאכט פאר גרים
דאס איז היינו הך, מען רירט זיך נישט א זיז כל שהוא פון מנהג און מסורה אפילו ווען עס איז נישט איינשטימיג מיט הלכה פון שלחן ערוך , לדוגמא מען נוצט נישט תכלת אין די ציצית ווייל עס איז נישטא די מסורה
מען איז נישט מדקדק צו ענדיגען די הגדה פאר חצות ווייל די מנהג איז צו פארברענגען ביז שפעטער , דארטען
ווי די עס איז נישטא א מנהג קומט אריין דער שלחן ערוך,
 
איז פארוואס טאקע גייט מען מיט א צוגעדעקטע קאפ, שערן, טייטס, מחיצות ביי חתונות וכו'? וואס איז מיט די אלטע מנהג?
 
איז פארוואס טאקע גייט מען מיט א צוגעדעקטע קאפ, שערן, טייטס, מחיצות ביי חתונות וכו'? וואס איז מיט די אלטע מנהג?
עס איז טאקע געוועהן אין די פופצענטע און זעכצענטע
יאהר הונדערט אין איטליה ,די יידען זענען געוועהן נאהנט צו די גויי הארץ איז דער מנהג געווארען אז ביי חתונות האבען געטאנצען בחורים מיט בתולות , ביז די רבנים האבען אהנגעפאנגען מאכען תקנות צוריק אפשיידען די גענדערס ביי טאנצען ווייל עס האט גורם געוועהן מכשולות פון זנות , למעשה דאס יהדות אין איטליה איז געווארען רפוי און נחשל וועגען כמה סיבות,
ערגעץ אנדערש איז עס נישט געוועהן לכאורה ,די סעודה האט מען יא געגעסען מיט פאמיליע זיצען אנשים ונשים ,כאטש עס איז געוועהן אין רוח חכמים נוחה הימנה -דאס זעהט מען פון רבי מרדכי יפה וואס ער שרייבט אין לבוש, אז מען זיצט בתערובת זאל מען נישט זאגען -שהשמחה במעונו -
א צוגעדעקטע קאפ איז דאך פון תלמוד נאך - דת יהודית מיט א דאפלטע דעק,
שערן, איז א מנהג פון יוצאי הונגריה וואס קיבלו עליהן חובה איינמאהל אז דער מנהג איז נשתרש איז עס מסורה
טייטס ווייס איך נישט וואס דאס מיינט ,אדרבה זיי מפרש.
 
לעצט רעדאגירט:
טייטס ווייס איך נישט וואס דאס מיינט ,אדרבה זיי מפרש.
אזא סארט ראבערנע סחורה וואס פרויען לייגן אויף די פיס...
ס'איז דא פון דיקע שווארצע ביז נאאד,
מיט סיעמס, אן סיעמס, וכו'...
 
אזא סארט ראבערנע סחורה וואס פרויען לייגן אויף די פיס...
ס'איז דא פון דיקע שווארצע ביז נאאד,
מיט סיעמס, אן סיעמס, וכו'...
שוקיו עמודי שש מיוסדים על אדני פז
ווייסט מען אז עס איז א מלבוש פאר די שוק ,און עס איז
שייך ביי דעם גדרי צניעות ,לפי מנהג המדינה .
 
פארשטיי שוין פארוואס זיי לאָזן נישט לערנען רמבם
 
Back
Top