דו שרייבסט זייער אסאך זאכן, לאמיר טרייען צו מאכן סדר און דיר ארויסברענגען מיין פוינט.
לאמיר זאגן ס'איז דא א שטאט וואס האט נישט קיין העלט אינשורענס קאמפאני, יעדער גייט צום דאקטאר און צאלט קעש, ס'מאכט זיך א פלוצלינגדיגע זאך אוןן מ'איז סקרוד, ס'איז צופיל געלט צו באצאלן.
איך געקומען א מענטש און געזאגט אז איך גיי עפענען אן אינשורענס קאמפאני, מ'צאלט טויזנט דאלער א יאר, און אויב מ'ווערט קראנק צאל איך.
אויב ער דעסייד צו נעמען יעדן איינעם אין זיין פלען דארף ער נעמען קראנקע מענטשן אויך, וואס גייט אים קאסטן סאך מער ווי טויזנט דאלער א יאר.
אבער ס'איז נישט קיין פראבלעם ווייל ער גייט נעמען פון די געזונטע מענטשן געלט און אזוי גייט ער זיך קאווערן, די קשיא איז אבער, פארוואס זאל א געזונטע מענטש אים וועלן צאלן טויזנט דאלער ווען ער איז געזונט, ער קען קויפן אינשורענס ווען ער ווערט קראנק, די אינשורענס קאמפאני גייט דאך אים אנעמען דעמאלטס אויך, סאו פארוואס צאלן יעצט?
אויב יעדער מאכט די חשבון בלייבט דאך די אינשורענס קאמפאני נאר מיט קראנקע.
דא זענען זיי אויפגעקומען מיט אן איידיע, מ'נעמט נאר אן געזונטע מענטשן, זאל זיך יעדער אויפסיינען ווען ער איז 18 געזונט און פריש, אריינצאלן אלע יארן און ער וועט ווערן קראנק וועט די אינשורענס קאמפאני קומען און אים אויסצאלן.
דאס איז די איידיע פון אינשורענס, די זעלבע איידיע גייט אן ביי לייף אינשורענס, און ביי פייער אינשורענס, און ביי אלע אינשורענסעס.
און דאס איז די איידיע פון העלט שעיר מער ווייניגער, העלט שעיר האט נאר צוגעלייגט קלייניקייטן, למשל אז ער נעמט אראפ מענטל העלט, אזוי קען ער טשארזשן ביליגער ווייל ער דארף עס נישט צאלן, זעהט אויס אז העלט שעיר איז בעיקר געמאכט פאר עמערזשענסיס, מענטשן זענען גרייט צו צאלן וויפיל ס'קאסט אז זיי זאלן נישט אריינפאלן אין קיין עמערזשענסיס, מענטל העלט איז נישט קיין עמערזשענסי געווענטלעך, פארדעם קען מען זיך אן עצה געבן, במילא איז ענדערש אז העלט שעיר זאל זיין ביליגער ווי מ'זאל צאלן מער און באקומען מענטל העלט.
יעצט בנוגע די גאווערמענט, איז אבאמא געקומען און געמאכט א געזעץ אז מ'מוז יא אנעמען פרי עקזיסטינג קאנדישאנס, איי די אינשורענס קאמפאני גייט נישט קענען אויסהאלטן אז יעדער וועט קויפן אינשורענס ווען מ'האט שוין די קרענק, האט ער געמאכט א נייע זאך, אז יעדער מוז קויפן אינשורענס, ס'איז מענדעטארי.
בערך שטימט עס, אבער וואס ס'איז געשעהן דא איז, אז ס'איז געווארן אויס אינשורענס, אינשורענס איז נישט דאס, ס'איז כאילו די גאווערמענט שטעלט צו העלט קעיר פאר גאנץ אמעריקא, אנשטאט די גאווערמענט זאל עס צאלן לייגן זיי ארויף געצווינגענערהייט די קאסט אויף די גאנצע באפעלקערונג אן זיי פרעגן.
ס'איז טאקע נישט קיין אינשורענס, די גאווערמענט האט זיך אריינגעמישט אין די עולם'ס פריוואטע לעבן, די גאווערמענט האט זיך אריינגעמישט אין פריוואטע קאמפאניס.
למעשה האט מען אראפגענומען די מענדעטארי חלק, סאו מ'איז צוריק געפאלן צו די אלטע פראבלעם אז די קאמפאניס קענען זיך נישט קאווערן, זענען זיי ארויף מיט די פרייזן ביזן הימל.
עד כאן המעשה.
יעצט וויל איך פארשטיין פארוואס דו ביסט ברוגז אויף העלט שעיר פארן נישט וועלן נעמען פרי עקזיסטינג מענטשן, וואס איז דיין טענה אז יונייטעד העלט קעיר איז גרידי וכו' מיט אלע טענות.
קומסט נאך מיט די טענה אז דווקא ארימע מענטשן פאלן ארויס און ס'איז רעסיסט, קענסט מיר מסביר זיין וויאזוי די אלע טענות קומען אריין?
קענסט האבן טענות אויף טראמפ פארן מבטל זיין די מאנדאט פון קויפן אינשורענס, קענסט האבן טענות אויף אבאמא פארן זיך אריינמישן, אבער וואס איז דיין טענה אויף די אינשורענס קאמפאני? האסט דאך אים אריינגעלייגט אין א ספאט, דו האסט גענומען א געדאנק פון אינשורענס און פארדרייט די גאנצע משמעות.
סא די איידיע פון העלטקעיר איז נאר פאר ווער ס'איז נאר געזונט ווייל ס'לוינט זיך זיי נישט?
ניין, די איידיע איז אז ווער ס'וויל די אינשורענס קאמפאני זאל צאלן זיין אינשורענס זאל צאלן ווען ער איז נאך געזונט
וואס איז פשט דעמאלטס אז 85% פון העלטקעיר קאסטן זענען דוקא פרי עקזיסטינג?
אודאי איז עס 85 פראצענט פרי עקזיסטינג, אבער אין א געזונטע וועלט צאלט מען פאר די אינשורענס נאך פאר מ'איז פריעקזיסטינג.
און ווען ס'וואלט געארבעט נארמאל וואלט עס נישט געקאסט אזוי סאך פאר די מענטשן וואס קויפן אינשורענס, און מענטשן וואלטן נישט געהאט קיין פראבלעם צו קויפן אינשורענס, יעצט קויפן נישט אסאך מענטשן ווייל ס'איז געווארן משוגע טייער.
איך מיין אז איך האב עס אראפגעלייגט זייער פשוט וויאזוי ס'איז, טריי מיר צו ענטפערן אויף מיין גרעיד, דו ביזט ישיבה גדולה לעוול איך בין נאך כיתה ט', אבער לאמיר זעהן צו דו קענסט עס מסביר זיין אן מיר מסביר זיין ווי נעריש איך בין.