וואס איז די הגדה פון יעדן יום טוב?

אין הכי טאקע

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 14, 2024
מעסעדזשעס
82
רעאקציע ראטע
592
די טבע פון מענטשן איז אז מען איז מקנא נישט בלויז אנדערע, נאר אויך דעם נעכטן, דאס רעכנט באשיינפערליך אריין אויך זמנים. איך פלעג אום פסח מקנא זיין סוכות פאר די אושפיזין און שמחת בית השואבה, נאר פיל מער פארקערט, סוכות דעם פסח פאר זיין הגדה. שפעטער האב איך געכאפט אז נישט נאר איך בין אזוי. כבר נשתרבב המנהג פון מוזיקאלישע צוזאמענקומען אום חול המועד פסח ועוד חזון פאר עפעס א פסח אושפיזין. פארקערט ווידער דארף מען נישט קיין געניטער אויג צו באמערקן די אפענע דזשעלעסי פון סוכות צו פסח. פראבעס זענען ארויסגעקומען צו סטאנדארטיזירן א הגדה של סוכות, מאכנדיג מטעמים א לענגס און א ברייטס מיט די אושפיזין. אנדערע וואס האבן איינגעזעהן אז מיט סוכות אליינס איז חבל על הזמן, זענען איינגעגאנגען אויף א הגדה לחגי תשרי, נאר אייסעך וואס. שוזרי מנגינות מצד שני האבן געשפיגן בלוט צו מלחין זיין ניגוני סוכות, כ'מיין, אז פסח האט והיא שעמדה, חסל, מעג סוכות האבן אויך עפעס לייטיש, נאר וויפיל מ'האט פראבירט איז מען אלץ געבליבן ביי ושמחת, און די איבעריגע שפירט זיך ווי א קאץ אויפן פיאנע. אין אמת'ן איז שמחת בית השואבה אביסל שולדיג דערין, ווייל אלע וואס געבן עפעס ארויס אויף סוכות קאנצענטרירן זיך אויף די טאנץ ניגונים אנשטאט די ערשטע צוויי סוכות נעכט.

לאמיר איינמאל פאר אלעמאל קלארשטעלן דעם ענין, האט א פשט צו פראבירן "אויסצומענטשלען" די ערשטע צוויי טעג סוכות (אדער איין) און אים אנטון א לייטיש בעקישע ווי זיין ברידער פסח? אדער זאל מען איין מאל פאר אלעמאל זיך בארואיגן און וויסן אז קיינער קען מיט'ן ראש כל המועדים קאנקורירן? אזוי פלעג איך מיך וואונדערן פון אלץ קינד קוקענדיג מיט קנאה אויף דעם פראכטפולן באר יהודה הגדה, די דעקל מיט קראקעדיל לעדער און רויטע פארב אינדערמיט, צו קען מען אזוינס מאכן אויף סוכות? און אז מען רעדט שוין, וואס איז מיט די איבעריגע ימים טובים, איז יתכן אן הגדה פאר יעדן יום טוב וואס זאל זיין אויטענטיש, נישט אויסגעזויגן פון די פינגער?

ביז מ'האט מיר איין טאג לעכטיג געמאכט די אויגן, אז יא, מען קען! און נישט נאר מען קען, נאר ס'שוין דא, נאר מ'האט איר געזוכט אויפן אומריכטיגן ארט דערפאר באמערקט מען איר נישט. נעמליך, ס'דא א הגדה של סוכות, געשאפן געווארן בסוף תקופת האמוראים גלייך ווי הגדה של פסח, נאר זי געפינט זיך נישט אינעם סוכות ביינאכט, וויבאלד סוכות רבותי איז נישט דער נאכט וואס שפילט איר הויפט ראלע, אויך איז זי א נישט זיצעדיגע פריץ'דיגע, און אויך נישט אין פארעם פון סיפור און מדרש. נאר ס'איז בייטאג וואס שפילט ביים דאזיגן יו״ט דעם זייט פון יאר די הויפט ראלע, איר צערעמאניע איז א שטייענדיגע מארשירנדער, אין פארעם פון נענועים, תפלות, והקפות, דאס זענען די הושענות.

איר האט גוט פארשטאנען, הושענות איז דער הגדה של סוכות. סדר הושענות דארף מען וויסן איז נתחבר געווארן די זעלבע צייט ווי הגדה של פסח, ס'דא אפילו א פירוש רש"י אויף הושענות. איי פארוואס זעהט מען נישט אזעלעכע ליבלינג מעשיות און מדרשים אין סדר הושענות גלייך ווי מיר זעהן אין די הגדה של פסח? אויף דעם איז די ענטפער, סוכות לאו זמן סיפור הוא, סוכות זמן נענועים הוא! כל יום טוב והצערעמאניע שלו.

נאר גיי מאך אן איקוויווילענט צום הגדה ווען מען מארשירט, אבער אז מען טראכט אריין וואלט נישט געווען שלעכט ווען ס'דא אזא מאדע באר יהודה סדר הושענות, עס הייבט זיך אן מיט הלל און הושע נא, בילדער פון הענט וואס האלטן לולבים, די סדר הושענות פארטייטשט אין אידיש באגלייט מיט אינספירירנדע אילוסטראציעס, און חלק שני מדור הושענות להושענא רבה, אלץ מיטן זעלבן קוואליטעט ווי דער הגדה של פסח נאר צוגעפאסט צום הושענות'דיגער טעם. שמחת בית השואבה זאל מען ניטאמאל דערמאנען ברמז, חוץ אפשר געציילטע בלעטער ביי די ענדע. הקפות מאן דכר שמיה, גלייך ווי דער הגדה של פסח דרוקט נישט תפלת טל, אדער סדר שביעי של פסח, אדער סיי וואס עס האט נישט קיין דירעקטער שייכות מיטן עצם הגדה וליל הסדר. קיפ איט קלין. צום סוף פון דעם דאזיגן סדר הושענות לייג סיפורים אלעס בנוגע ארבע מינים והושענות, פאטשקע נישט אן מיט ענינים בנוגע דעם עצם סוכה יותר מדי, גלייך ווי הגדה של פסח פאטשקעט נישט אן מיט אפיית מצה. האלט דיך צום ענין.

און אז מ'רעדט שוין, די הגדה של שמיני עצרת איז טאקע דער סדר הקפות. און ווידער די זעלבע פרינציפן, מיש נישט צאם סוכות מיט שמיני עצרת, ברענג נישט גארנישט חוץ די עצם הקפות. קיפ איט קלין.

אויך ראש השנה האט אן הגדה, און דאס איז נישט ליל ראש השנה ביי די סימנים, הגדה של ראש השנה איז מלכיות זכרונות שופרות, פאקטיש איז דער לשון הגדה דומה צום לשון מז"ש, און איז נתחבר געווארן אין דער זעלבער צייט. ווי איז ווען אזא שטייגער באר יהודה גיט ארויס א "סדר מלכיות זכרונות שופרות לראש השנה", עס הייבט זיך אן מיט "אוחילה לקל" באותיות גדולות, בילדער און טייטש און פנינים, אזוי ביז פאר רצה, די גאנצע מלכיות זכרונות שופרות אויסגעלייגט בפאר ויופי, און צום סוף מעשיות בשייכות מלכיות זכרונות שופרות. וועט עמיצער פרעגן, צו וואס דארף מען א באזונדערע "הגדה" פארמאט דערפאר, עס שטייט דאך אין מחזור? אויף דעם קען איך ענטפערן, אויך הגדה של פסח איז געדרוקט אין יעדער סידור פאר שבת הגדול, איז פארוואסזשע ברויך מען א באזונדער הגדה? ווייל מען וויל דעם רחבתא, דעם באזונדערער פאקוס, הוא הנותנת מיט מלכיות זכרונות שופרות, ווייל דאס איז א בריה פאר זיך.

דער הגדה פון יום כיפור איז נישט כל נדרי, אויך נישט דער מפטיר יונה, נאר דער "סדר העבודה". און אוי ווי מען קען מאכן א "הגדה" דערפון אן פראבירן שווער.

שבועות פארמאגט נישט קיין הגדה פון דעם סארט מתקופת הראשונים, דערפאר איז דא א תיקון ליל שבועות איינגעפירט דורך מקובלים בתחילת תקופת האחרונים. ווי אזוי מאכט מען א תיקון ליל שבועות אין א הגדה פארמאט? אט איז א רעיון. מען הייבט אן מיטן משל פון דובנער מגיד אז תיקון איז ווי א שוי פענסטער. דרוקט מען אלזא יעדער תמצית הפרשה באותיות נחמד למראה אין א פרעים ווי א פענצטער, יעדער פרשה אין א פרישער פרעים. קיין טייטש פעלט נישט אויס, נאר ווי רמזי תהלים גיט מען א אידישע הקדמה אין עטליכע שורות איידער יעדער פרשה וועגן וואס די פרשה האנדלט זיך. ווען עס קומט צו פרשיות פון מתן תורה ווי יתרו און ואתחנן און מגילת רות איז נישטא קיין פענסטער, נאר א שיינער פרעים פון בלומען, און ספעציעלע אותיות גדולות, דאס מאל יא מיט טייטש, און איידער די סארט פרשיות שטייט א גרויסער פרעכטיגער קעפל "פרשת מתן תורה". ווען עס קומט צו משניות איז די זעלבע, א פענסטער, און רמזי משניות געבנדיג עטליכע ווערטער איבער וואס די מסכת האנדלט זיך. ווען עס קומט צו תרי"ג מצוות איז פארשטייט זיך אלץ באותיות גדולות און ס"פאראן טייטש. צווישן תורה ונביאים, און נביאים וכתובים, איז דאס עטליכע פנינים וסיפורים, דא אין דארט א ציור פון עידן אין שיל ביים תיקון פון פארשידענע ווינקלען.

דאן נאך דעם תיקון, איז דא א מדור וואס גייט איבער די תמצית פון יעדער פרשה אין חומש, ספר אין נ"ך, און פרק משניות, אין איין עמוד. צום סוף סיפורים וענינים וועגן תיקון ליל שבועות. היות שחרית פון שבועות ביז כתר איז א המשך פון תיקון, דערפאר קען מען צום סוף אריינשווערצן אויך סיפורי מתן התורה און איבער דעם אקדמות.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top