מיין פאטער האט גראדע ליב חומרות, אבער די קינדער באלמוטשעט ער נישט, איך מיש זיך נישט אין זיינע געשעפטן און ער מישט זיך נישט אין אונזער'ס.
איין חומרא וואס איך פראביר יא נאכצומאכן, איז עסן דעם אפיקומן מיט אזא גוטע האלבע שטונדע פאר חצות, דער גאנצער סדר איז ביי מיר זייער א בארינג עקפיריענס, סתם פלעפלן ווערטער מיט א נוסח איז נישט געמאכט פאר מיר, האקן מרור מיט כורך איז אויך יענס געשעפט, כ'וואלט ליבערשט גערוקט שטיקער סטעיק ווע֫ל דא֫ן פונעם קרבן פסח מיט די ספרדישע לאפא סטיל מצות, כמו שנהגו אבותינו און פאר מרור עפעס א ספייס מיט טעם, פארשטייסטו מיר, געבליבן זעמער מיט אזא זכר למה שעשה הלל, אזא צעפראסקעטן מרור וואס איינער האט פראבירט צו קאמיטן סואיסייד אבער איז געווען אומדערפאלגרייך, איז ער אויפגעקומען מיט א געדאנק אז מ'זאל דאס נוצן פאר מרור מיט אפאר הארטע מצות וואס קראצן די גומען און באמוטשען די צאן, ווען וועלט איז וועלט וואלט מען געבעננד די מצות צוזאמען מיט דעם צאנזער'ס מאשין מצות פראבלעם.
די הגדה וואלט איך איבערגעלאזט פאר די ארבעה בנים, מצידי קענען זיי פרעגן מאה קשיות, ווילאנג איך קען קייען בשר בשעת מעשה.
עניוועי, אונזער פסח שטייט אזוי ווייט פון חירות ווי ס'נאר מעגליך, קיין לחם עוני האמיר אויך נישט, מצות קאסטן טייערער ווי סיי וועלכע ברויט אדער סטעיק פער פונט, בקיצור פסח דארף א דרינגנדן אפדעיט לדעתי.