איך מיין מ'קען מאכן א קאנטעסט פון די מערסט קריאזע און פאררוקטע חומרות וואס מענטשן האבן אלס. ווער האט געהערט פון מער עקסטרעמע זאכן אדער ביי וועמענס משפחה דרייען זיך די ראדיקאלסטע מנהגים (ספוילער, כ'האב מורא איך וועל געווינען..)
איך וועל גיין פתיחה:
שמאלץ
אויפקאכן צוקער
נישט נוצן קיין פאטעטא סטארטש
נישט נוצן פלעסטיק געשיר אדער טישטיכע

לכתחילה
גארנישט געקויפט,

נישט קיין מילכיגס, נישט קיין נאש (פאר קינדער) נישט קיין "חוץ" גרעיפ דזשוס אדער וויין.
שטעלן וואסער פאר פסח
נישט נוצן שעמפאא מיט זייף אנע הכשר
זאלצן פלייש אליין
קאכן אלעס (וואס מ'קען) פאר פסח
ועוד היד נטויה.