- זיך איינגעשריבן
- יולי 11, 2024
- מעסעדזשעס
- 104
- רעאקציע ראטע
- 429
1) עפן א טעלגראם עקאונט מיט א קאמענט סעקשאן.
2) געב א נאמען פאר דיין טשענל עפעס וואס איז דיפרענד, ציענד, אפליפטינג, און וועט נישט ארויס געבן די סוד פון דיין אדזשענדע… לדוגמא, די ווארט ״וועקער״ געבט גלייך א צינד אן א לעמפל אז די מאגעזין האט אן אדזשענדע, אזאך וואס פאראורזאכט על פי רוב אז מענטשן זאלן זיך צוריק האלטן פון דאס ליינען. “מה שאין כן די נאמען ״דער שטערן״, ברענגט נישט אויף סיי וואספארא פארדאכטן פאר איינער וואס קען נישט די מאגעזין.
3) געב פאר דיין פערסענל עקאונט א נאמען וואס איז ״עכט, לדוגמא ״שלומי״, און נישט א נאמען וואס איז פאלש, ווי למשל ״וואנט קריכער״. מיטן געבן א נאמען וואס מענטשן אדענטיפייען זיך אין ריעל לייף, געבסטו די אפערטאנעטי אז מענטשן זאלן שטארק קאנעקטן צו דיין קערעקטער. פארט איז כדי זאלסט געבן צוויי נעמען, אבער די צווייטע נאמען זאל זיין אביסל דיפרענט, און נישט לאנג.
4) געב א נאמען פאר דיין טשענל א געמיש פון דיין קערעטער נאמען, און עפעס וואס פרעזענטירט די אינהאלט פון דיין טשענל. לדוגמא; ״שלומי אין די פיוטשער״, ס׳ברענגט ארויס סיי דיין ברענד וואס איז דיין נאמען, און די צווייטע העלפט וואס איז די ציהל פון דיין קאנאל.
5) דיין קערעקטער נאמען (שלומי) זאל זיין א חלק פון די מעשה, און נישט אז דיינע מעשות זאלן לויפן ווי דו דערציילסט א צווייטנס מעשה.
6) דערצייל א געשיכטע וואס מענטשן קענען צי דעם קאנעקטן אין טאג טעגליכן לעבן, לדוגמא; דערצייל א מעשה ווי דו בויסט אויף א מיליטער פון היימישע מענער און ווייבער, וואס לאזן זיך ארויס אין קאמף אנטקעגן די פארפוילטע מנהיגים פון שטאט… מענטשן קאנעקטן צי אזא געשיכטע צוויי פאכיג: איינס, אז מען גייט אינטער ברענגן אונזערע פארפוילטע מנהיגים, און צוויי, אז היימישע פרויען נעמען אויך אנטייל אין די מיסיע…
7) ווארף אריין היינטיגע ווילדע לשונות וואס מענטשן ניצן ווען זיי זענען מער אין אן אויפגעהייטערטע שטימונג, ווי לדוגמא: טריפן, טשילן, אורח, צידראדעלט, מאדער טראקער וכו׳… פארט אבער נוץ נישט אזעלכע ווערטער ווי פאק, שיט וכו׳ כפשוטו, נאר שרייב עס מיט א ״שינוי, ווי לדוגמא: ש*****ט פ*****ק, צוליב וואס איידעלע מענטשן קאנעקטן שווער צי גראבע מגושם׳דיגע לשונות.
8) שרייב די מעשה לויט ווי אזוי דו זעסט זיך דארט לייוו, און נישט ווי אזוי א צווייטע שרייבער וואלט געשריבן זיין נאוועל
9) ניץ נישט איבער די זעלבע לשונות אין א פּערעגראף, לדוגמא: שרייב כ׳האב געהערט זייער א אינטערעסאנטע ״געשיכטע, די ״מעשה גייט אזוי. ווי איידער כ׳האב געהערט א דראמאטישע ״געשיכטע, די ״געשיכטע איז ווי פאלגנד. טויש פון ״מעשה צו ״געשיכטע, ווי איידער איבער זאגן צוויי מאל ״געשיכטע.
10) פּאוסט נישט קיין לאנגע עפיזאד אויפאמאל, לאז מענטשן ענדערשט הינגערן פאר די נעקסטע קאפיטל, ווי איידער מאכן שפירן זאט.
11) מאך זיכער אז אין די אינהאלט פון דיין געשיכטע ליגט קאנטערווערסיע, אבער נישט קיין עקסטרים קאנטענט, א שטייגער ווי אפענע כפירה, אדער חאזעריי ממש, צוליב וואס מענטשן האבן א נאטירליכע פאנצער צו עפעס וואס איז קעגן זייער גלויבן, אדער זייער מאראלעטי. ענדערשט מאך לצנות פון א מנהג ישראל, אדער דבר שבקדושה, אזוי אז מענטשן טראכטן דערמיט אז ביסט ״בסך הכל סתם א קאלטע מענטש, אבער חלילה נישט א אומגלויביגע… געדענק, לצנות איז ״עובר לסוחר…
12) דיין ערשטע פאר עפיזאדס זאל נישט ארויס געבן דיין אדזשענדע, און צו די זעלבע צייט מאך זיכער צו זיין פאפולער אויף אנדערע פלאטפארמעס, א שטייגער ווי ״ישיבת טעלעגראם, ״היימישע קרעמל, וכו׳.
13) בעט אלע גרויסע טעלעגראם ״געשיכטע קאנאלן צו מאכן א לינקס עקסטשענידזש, די סיבה דערצו איז ווייל זייערע סובסקרייבער זוכן געלונגע מעשה קאנאלן, אזאך וואס דו פארקויפסט.
14) פרביר צו ציען אויפמערקזאם׳קייט פון די פאר א.ג. פרומע טעלעגראם משוגועים איבער די קאנטענט וואס דו פאוסט אויף דיין קאנאל, כדי זיי זאלן איבער דרייען די פלאטפארמעס ווי דו ביסט באקאנט, און דורכדעם ציען אויפמערקזאמקייט.
15) ענדערשט זאל דיין ספעלינג נישט זיין הונדערט פראצענט גוט, ווי איידער זאלסט נישט פאוסטן קאנסיסטענט. מענטשן ווערן ענדערשט נמאס פון א שרייבער וואס לאזט זיי הענגן פאר מער ווי א טאג צוויי, ווי איידער אויב זיין ספעלינג איז נישט פּערפעקט.
16) און צום לעצט: בעט א תפילה צום ״קל חי אז דיין קאנאל זאל ווערן פאפולער אין א קורצע צייט אפשניט…

לעצט רעדאגירט: