וויליאמסבורג עירוב

מלך

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 10, 2024
מעסעדזשעס
351
רעאקציע ראטע
1,407
כ'האב נישט געטראפן א שנירל איבער די עירוב אין וויליאמסבורג, א נושא וואס האט געשטורעמט אין וויליאמסבורג פאר גאר א לאנגע צייט, ס'איז אזוי שטארק אריינגעדרייט געווארן אזש אין וויליאמסבורג אז ביי שידוכים א שטארקע שאלה אויב די משפחה טראגט...

עניוועיס ס'איז זיכער געווען איינע פון די שטארקע מערכות אין וויליאמסבורג, אונזער צדיק ר' יואל צימערמאן ע"ה איז געווען איינע פון די שטארקע חברה ארום די מערכה ווי וואך איין וואך אויס פלעגט ער שרייען אליינס אין די גאסן, ווי קען מען פארגעסן פון גרינבוים וכת שלו, ס'איז געווען די וואכענטליכע אקטיוויטעט נאך די טשולענט דרימל שבת נאכמיטאג, פלעגט זיך אראפלאזן סיי ווער אויף א שבת שרייעריי....

למעשה היינט צוטאגס טראגט שוין א גרויסן עולם מיט די עירוב, און ס'איז נישטא קיין שום ווידערשטאנד, אחוץ אן אסיפה פסח - חול המועד אין שפיץ פון מהרז"ל...
 
יוי איז דעס געווען גוטע צייטן, וואך איין וואך אויס טעראר, ווער געדענקט די ראיאטן פאליציי ביי מהר״א טיש געפראוועכץ אויף לי עוועניו ביי די פאבליק סקול.

אמאל האט מען פארשטאנען צו טעראר, היינטיגע יונגווארג מיינען אז זיי זענען מאפיאנערן דורך טיילן שומרים קארדס.
 
ווי האט ר'ז"ל געזאגט ביים לעצטן אסיפה חוה"מ ,נישט אז מ'מעג נישט טראגן מיטן עירוב, נאר ס'בכלל נישט פארהאן א עירוב אין וויליאמסבורג...
 
פאר די רעקאָרד.

ראדני האט קיינמאל נישט געהאט קיין עירוב, די יש אומרים וואס זאגן אז ס'איז געווען דלתות, איז עס בלויז געווען פאר די גוים צו קענען אריין טראגן און ארויס טראגן די פארענטשעס אויף שבת.
 
כ'האב נישט געטראפן א שנירל איבער די עירוב אין וויליאמסבורג, א נושא וואס האט געשטורעמט אין וויליאמסבורג פאר גאר א לאנגע צייט, ס'איז אזוי שטארק אריינגעדרייט געווארן אזש אין וויליאמסבורג אז ביי שידוכים א שטארקע שאלה אויב די משפחה טראגט...

עניוועיס ס'איז זיכער געווען איינע פון די שטארקע מערכות אין וויליאמסבורג, אונזער צדיק ר' יואל צימערמאן ע"ה איז געווען איינע פון די שטארקע חברה ארום די מערכה ווי וואך איין וואך אויס פלעגט ער שרייען אליינס אין די גאסן, ווי קען מען פארגעסן פון גרינבוים וכת שלו, ס'איז געווען די וואכענטליכע אקטיוויטעט נאך די טשולענט דרימל שבת נאכמיטאג, פלעגט זיך אראפלאזן סיי ווער אויף א שבת שרייעריי....

למעשה היינט צוטאגס טראגט שוין א גרויסן עולם מיט די עירוב, און ס'איז נישטא קיין שום ווידערשטאנד, אחוץ אן אסיפה פסח - חול המועד אין שפיץ פון מהרז"ל...
גרינבוים גייט געהעריג אן
 
וואס איך וויל באמת וויסן ווער ס'שטייט דערונטער און מאכט זיכער אז די עירוב איז כשר יעדע וואך, פאנדינג, דיינים?
 
די ווילסט וויסען ווייל אויב יא גייסטו אנהייבן טראגן?
 
אגב ר' יואל פלעגט אייביג חס זיין אויף כבוד חמי, אין קיינמאל נישט נאכגעשריגן זיין שוויגער, אויסער איינמאל בטעות..
 
וואס איך וויל באמת וויסן ווער ס'שטייט דערונטער און מאכט זיכער אז די עירוב איז כשר יעדע וואך, פאנדינג, דיינים?
וויזניץ בעלזא און קלויזנבורגע דיינים זענען די בעלי מכשירים.
 
אז ס'האט נישט קיין הכשר וויאזוי קענסטו טראגן? :ROFLMAO: דו עסט פלייש אן קיין הכשר?.....
איך ווייס אז ס'איז דא א הכשר.
נמשל איך וויל מנדב זיין פאר די עירוב צו וועם קען איך מיך ווענדן?
אין ב.פ. איז געווען א קאמפיין פאר די עירוב, אפאר יאר צוריק.
 
לעצט רעדאגירט:
איך ווייז אז ס'איז דא א הכשר.
נמשל איך וויל מנדב זיין פאר די עירוב צו וועם קען איך מיך ווענדן?
אין ב.פ. איז געווען א קאמפיין פאר די עירוב, אפאר יאר צוריק.
פאר וועם נאך ווילסטו מנדב זיין?.... :ROFLMAO:
 
וואס איך וויל באמת וויסן ווער ס'שטייט דערונטער און מאכט זיכער אז די עירוב איז כשר יעדע וואך, פאנדינג, דיינים?
ר' יעקב זיידא דומ''ץ וויזניץ גיבט כהיום די הכשר
 
1000086152.jpg
1000086153.jpg
 
דאס איז אן אינטערעסאנטע coincidence, פונקט די וואך האב איך איך געעפנט די שנירל איבער דעם עירוב, א נושא וואס איז נישט געווארן דיסקוסירט פאר א לאנגע וויילע, און פונקט די וואך איז עס נישט כשר....
 
Back
Top