איך ווייס נישט וואו דאס באלאנגט (#
קאטעגאריזאציע אלערט), קען זיין ס'שוין צייט צו עפענען א שנירל עקסלוסיוו איבער די היימישע עקאנאמיע. איך האב אבער נישט קיין נערוון פאר קיין לאנגע אנאליזן יעצט, זאלט איר מיר אלע מוחל זיין.
View: https://www.youtube.com/watch?v=rqkFFaewtP4
קודם האב איך געמיינט עס איז א דעבאטע, שטעלט זיך ארויס ביידע זענען מסכים אז ס'דא א פראבלעם, אבער קיינער ווייסט נישט פונקטליך וואו עס ליגט, זיכער נישט וויאזוי עס צו לייזן.
לגבי די נושא פון דעם שנירל איז אינטרעסאנט ווי דער פינאציעלע-קאוטש (פינאנץ מיניסטאר קלינגט בעסער, אגב.) האלט אז אונטער 200 טויזענט א יאר הייסט ניטאמאל מיטל-קלאס אין אונזער קאמיוניטיס, רייך הייסט נאר איבער 350k לויט אים.
ס'וואלט געווען ווערדפול צו מאכן א לענגערע אנאליז איבער די ענליכקייטן און חילוקים צווישן די חסידישע עולם און די מער מאדערנע אדער ליטווישע עולם לגבי די פינאנציעלע מצב. ווי איך פארשטיי איז שכר לימוד א גרעסערע נושא ביי זיי, און לכאו' נאך אפאר אזעלכע זאכן וואס ביי זיי איז מער סטייליש און זיי נעמען מסתמא ווייניגער מוציא'ס ווי אונז אויך..
אויך די 'פראבלעם' זעלבסט איז ווידער אינטרעסאנט וויאזוי אליעזר קרויס האמערט שוין דעם האמער פאר יארן אויף קול מבשר (מיט קנאפע סוקסעס), ער שרייט אז די סטאנדארטן מוזן אראפקומען, אויב נישט קאלעקטיוו דאן כאטש יעדער פאר זיך. בעת אנדערע שרייען אז מ'דארף תקנות און גאנצעטע קהילישע אפעראציעס אראפצונידערן די סטאנדארטן און פיער-פרעשורס.
וואס ער פארזעט איז די פסיכאלאגיע אונטער אונזער עקאנאמיע, און וואס די אנדערע פארזעען איז ווידער די אינדיווידואלע פסיכאלאגיע אונטער די ברייטערע סאציאלע-פסיכאלאגיע וואס שטופט אונז צו לעבן ארויס פון די באדזשעט.
בסופו של דבר בין איך בכלל נישט זיכער אז דאס איז א אידישע פראבלעם, יעדע סאסייעטי האט 'קאסט אוו ליווינג' קריזיסן, קיינער קען נישט עפארדן קיין הייזער, יעדער מוטשעט זיך צו קענען פארן אויף דאטשע און מאכן צערעמאניעס ווי חתונות, אויסהאלטן קינדער איז ווידער א יוניווערסאלע לאסט פאר עלטערן. און אויב עפעס זענען מיר ס"ה געבענטשט מיט צדקה קאסעס, פינאנציעלע קאוטשעס, רעגירונג שווינדלערייען, ביליגע שכר לימוד, און געוויס אן אומאחריות'דיגע פאפולעס.. טא, ווער פונקטליך האט די פראבלעם אויסער די צוויי דריי מענטשן וואס נוצן זייער קאפ בטעות..