וויפיל מעמבערס זענען אקטיוו דא אין קרעמל?

ביסטו אקטיוו דא אויף קרעמל?

  • יא, און איך בין דא ווייניגער ווי צוויי חדשים

  • יא, און איך בין שוין דא מער ווי צוויי חדשים


Results are only viewable after voting.

פלעין

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
אפר. 27, 2025
מעסעדזשעס
33
רעאקציע ראטע
62
פונקטן
18
כאפענדיג א בליק אויף די "פארום סטאטיסטיקס", זעה איך אז עס איז שוין דא איבער 1,050 מעמבערס דא אויף קרעמל!
אבער ווען איך באטראכט די נייע שנירלעך, תגובות און ווער עס לייקט, זעהט מיך אויס ווי עס איז נישטא מער ווי הונדערט אקטיווע מעמבערס...
חוץ מזה וואס זייער אסאך פון די מעמבערס וואס זענען אקטיוו, זענען היבש ניי דא, ממילא בין איך נייגעריג צו זעהן וויפיל מענטשן דרייען זיך באמת דא, און וויפיל דערפון זענען שוין דא א לענגערע צייט.
 
מען האלט שוין איבער א וואך נאך די אנקעטע איז ארויסגעלייגט געווארן, און ביזדערווייל האבן 26 אוט אף 1050 אריינגעטשעקט....
עס איז נישטא קיין אפציע פון נישט אקטיוו סאו ווי אזוי זאל איך און די אנדערע קענען ענטפערן?
 
מיט אקטיוו מיין איך אז מען דרייט זיך דא, אויב האסטו געזעהן די מעסעדזש מיינט אז די דרייסט דיך דא, איינער וואס דרייט זיך בכלל נישט אויף קרעמל וועט לכאורה נישט זעהן די מעסעדזש...
 
מען האלט שוין איבער א וואך נאך די אנקעטע איז ארויסגעלייגט געווארן, און ביזדערווייל האבן 26 אוט אף 1050 אריינגעטשעקט....
אנטשולדיגט אז שעפטאל האט נישט געוואוט, ס'האט מיר נישט געצויגן אבער כ'קען וואוטן לכבודך.

ווילסט וויסן וויסאך מענטשן באזוכן דעם סייט טעגליך? דעי וואס סיינען אריין זענען בערך ציווישען 300 און 400 א טאג.
געסט אום אריינגעסיינט ווייסעך נישט, אבער ס'איז געווענטליך מער ווי די אריינגעסיינטע.

סאו כ'וואלט געשאצט בערך 700 - 800 טעגליכע וויאערס.

דא האסטו א סקרין שאט פון די בעק ענד
Post reactions מיינט לייקס
Useres active מיינט אריינגעלאגט
(אזוי מיין איך)

1000072615.png


אגב. ס'וואלט געווען א שיינע זאך אויב די טעגליכע סטאטיסטיקס קומען אטומאטיש ארויף פאר יעדער צו זעהן.
ווי סאך הודעות, ווי סאך לייקס, ווי סאך איינגעשריבענע, ווי סאך נייער שנירלעך,
וכדו'.
אפשר קען מען טרעפן אן עדדאן דערפאר
 
@שעפטאל, דאס װאלט געװען א געװאלדיגע זאך; ספעציעל צו לוּרן אדװערטײזערס. אױב מ'קען טאקע װײזן װיפיהל יוּניק יוזערס, ארײנגעלאָגטע און געסט, באזוכן יעדן טאג װאלט דאס געװען גאָלד אין טערמס אָף װאס אַן אדװערטײזער װיל זעהן בעפאר ער מאכט א דעסיזשען. ס'איז אַן התחלה.
 
כאנישט געטראכט דערפון, ווייל כ'האב אלעמאל מורא פון 'בעלי בתים', די שרייבערס דארפן זיין באלעבאס אויף אלע קאסטן. איינמאל געלט קומט אריין איז ער דער מחליט. (יא, כ'געדענק דו האסט געהאלטן פארקערט אנהייב קרעמל. און אפשר ביסטו טאקע גערעכט.)

כ'רעד סתם פאר די בענעפיט פון די שרייבערס. ס'איז געשמאק צו וויסן ווי גרויס די שמועס איז.

כ'האב אליין נישט געוויסט ביז יעצט ווען כ'האב געטשעקט, ס'געט מיר א בוסט צו שרייבן וויסענדיג אז מ'רעדט פאר אסאך מענטשן!
 
בעצם נישט באט כ׳מיין די עולם האט דא שטארק מורא פאר ‏שידוכים.
 
סאיז דאך שוין אויסגעשמועסט געווארן ערגעץ אנדערש דא אויף קרעמל אז נוצן א סקרין אין שבת איז ווייט פון אמת'ע חילול שבת. ס'איז דא אויף וואס זיך צו פארלאזן אפי' פאר איינער וואס האלט יא שבת.

 
כאנישט געטראכט דערפון, ווייל כ'האב אלעמאל מורא פון 'בעלי בתים', די שרייבערס דארפן זיין באלעבאס אויף אלע קאסטן. איינמאל געלט קומט אריין איז ער דער מחליט. (יא, כ'געדענק דו האסט געהאלטן פארקערט אנהייב קרעמל. און אפשר ביסטו טאקע גערעכט.)

כ'רעד סתם פאר די בענעפיט פון די שרייבערס. ס'איז געשמאק צו וויסן ווי גרויס די שמועס איז.

כ'האב אליין נישט געוויסט ביז יעצט ווען כ'האב געטשעקט, ס'געט מיר א בוסט צו שרייבן וויסענדיג אז מ'רעדט פאר אסאך מענטשן!
הײנט אין די ענגליש טײמס, װעגן סוּבּסטאַק:
Screenshot 2025-07-31 154812resized.png
 
כאפענדיג א בליק אויף די "פארום סטאטיסטיקס", זעה איך אז עס איז שוין דא איבער 1,050 מעמבערס דא אויף קרעמל!
אבער ווען איך באטראכט די נייע שנירלעך, תגובות און ווער עס לייקט, זעהט מיך אויס ווי עס איז נישטא מער ווי הונדערט אקטיווע מעמבערס...
חוץ מזה וואס זייער אסאך פון די מעמבערס וואס זענען אקטיוו, זענען היבש ניי דא, ממילא בין איך נייגעריג צו זעהן וויפיל מענטשן דרייען זיך באמת דא, און וויפיל דערפון זענען שוין דא א לענגערע צייט.
אויב די מענטשן זענען דא און זיי לייענען אבער שרייבן נישט און לייקן נישט, פארוואס האלסטו אז וואוטן גייען זיי יא? פארוואס פונקט דא וועלן זיי זיך באווייזן?
 
אויב די מענטשן זענען דא און זיי לייענען אבער שרייבן נישט און לייקן נישט, פארוואס האלסטו אז וואוטן גייען זיי יא? פארוואס פונקט דא וועלן זיי זיך באווייזן?
פארוואס נישט? א טובה פארן כלל. (חוץ אויב איינער "וויל" זיך באהאלטן)
 
Back
Top