דעבאטירער
פרישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- אקט. 22, 2025
- מעסעדזשעס
- 8
- רעאקציע ראטע
- 127
- פונקטן
- 23
איך צווייפל, וואונדער, פרעג און שפעקוליר
אויב די נעכטיגע גדרים, זענען היינטיגע הלכות
אויב די נעכטיגע עצות, זענען היינטיגע גזירות
אויב די נעכטיגע לבושים, זענען היינטיגע ציצית
אויב די נעכטיגע געפילן, זענען היינטיגע השקפות
אויב די נעכטיגע מידות חסידות, זענען היינטיגע דינים
אויב די נעכטיגע חומרות, זענען היינטיגע לא תעשה'ס
אויב די נעכטיגע הידורים, זענען היינטיגע דאורייתא'ס
אויב די נעכטיגע מנהגים, זענען היינט יהרג ועל יעבור
אויב די נעכטיגע לכתחילה'ס, זענען היינטיגע בדיעבד'ס
אויב די נעכטיגע שמועות, זענען היינטיגע מעשיות
אויב די נעכטיגע חידושים, זענען היינטיגע מסורה
אויב די נעכטיגע ספרים, זענען היינט שולחן ערוך
אויב די נעכטיגע אגדות, זענען היינטיגע עיקרים
אויב די נעכטיגע דרושים, זענען היינט תורה שבכתב
אויב די נעכטיגע שיחות, זענען היינטיגע תורה
אויב די נעכטיגע גדולים, זענען היינט מלאכים
אויב די נעכטיגע ספיקות, זענען היינט אפיקורסות
צווייפל איך, וואונדער מיך, פרעג זיך און שפעקוליר
וואס היינט איז נאך עקסטרעם, צי וועט מארגן זיין מעסיג?
וואס היינט איז נאך אנערקענט, צי וועט מארגן זיין אויסגעשלאסן?
וואס היינט איז נאך ערלויבט, צי וועט מארגן זיין פארבאטן?
וואס היינט איז נאך מובן, צי וועט מארגן זיין רז?
וואס היינט איז נאך געמוטיגט, צי וועט מארגן זיין פארדאמט?
וואס היינט איז נאך שיין, צי וועט מארגן זיין מיאוס?
וואס היינט איז נאך נארמאל, צי וועט מארגן זיין משוגע?