אויס סומעטאכע? פרשת וועבערמאן

די ניו יארק טיימס ארטיקל אין אידיש:

חרדישער פירער וואס האט באקומען זעלטענע אורטייל פאר באלעסטיגונג קען מעגליך גיין פריי



נחמיה וועבערמאן, וועלכער איז געווארן פאראורטיילט פארן באלעסטיגן א 12-יעריג מיידל אין א פאליטיש-אנגעצויגענע קעיס און באקומען 103 יאר, זוכט א נייע, קערצערע אורטייל מיט די שטיצע פונעם ברוקלין דיסטריקט אטארני.

מיט דרייצן יאר צוריק, האט די פאראורטיילונג פון א ברוקלין מאן פאר קינדער-באלעסטיגונג דורכגעבראכן א שלייער פון שטילקייט ביים היימישן חרדישן ציבור, וואו פילע מענטשן וואס האבן זיך דערוואגט צו רעפארטן אזעלכע עבירות זענען דערווייטערט געווארן, ארויסגעווארפן פון די מוסדות און מען האט חרוב געמאכט זייערע פרנסות.

אצינד, קען דער מאן, נחמיה וועבערמאן, אן אומלייסענסירטער טעראפיסט וואס איז פאראורטיילט געווארן צו 103 יאר אין טורמע, זיין אויפן וועג צו פרייהייט.

מר. וועבערמאן, 67 יאר אלט, דארף ערשיינען אין געריכט קומענדיגן חודש, וואו א ריכטער וועט באשליסן צי מען זאל פארקלענערן זיין ארגינעלע אורטייל און ארויפשטעלן א נייע, קערצערע שטראף, אין א שריט וואס ווערט געשטיצט דורך עריק גאנזאלעס, דער דיסטריקט אטארני.

שטיצער פון די קרבנות פון באלעסטיגונג אינעם היימישן ציבור זענען אין אויפברויז. זיי זאגן אז מר. גאנזאלעס האט זיך געבויגן צו יארן פון נאכאנאנדע דרוק פון אן איינפלוסרייכן וואוטינג-בלאק, און אז אן אפיס וואס האט געוואונען א היסטארישע פאראורטיילונג, טוט יעצט נאכלאזן איר פליכט אינעם זעלבן קעיס.

"דאס שיקט א שרעקליכע מעסעדזש," זאגט בורי דייטש, 38, דער מאן פון דער פרוי וועמען מר. וועבערמאן איז געווארן פאראורטיילט פארן באלעסטיגן ווען זי איז געווען א מיידל. "פאליטיק איז וויכטיגער ווי צו שיצן קינדער."

מר. גאנזאלעס איז ערוויילט געווארן אין 2017 אלס טייל פון א כוואליע פון ליבעראל-געשטימטע פראסעקיוטארס און האט געוואונען ווידער-ערוויילונג דאס יאר נאכן לויפן אן קיין קעגנער. ער האט מערסטנס אויסגעמיטן די קריטיק וואס זיין קאלעגע אלווין בראג, דער מאנהעטן דיסטריקט אטארני, האט באקומען, טראץ דעם וואס ער פירט דורך פילע פון די זעלבע פאליסיס, אריינגערעכנט איבערקוקן קעיסעס וואס האבן געפירט צו לאנגע טורמע טערמינען און, טיילמאל, רעקאמענדירן רחמנות (clemency).

די דאזיגע מיסיע האט געמיינט צוריקצוקוקן אויף קעיסעס ווי די פון מר. וועבערמאן. מר. גאנזאלעס'ס שטעלונג איבער די קעיס איז פריער באריכטעט געווארן דורך 'דה סיטי' (The City).

איידערן גיין צום געריכט, איז פאר מר. וועבערמאן פארגעשלאגן געווארן א 'פלי בארגען' (plea agreement) אין וועלכע ער וואלט געווארן פאראורטיילט צו פינף יאר אין טורמע. ער האט דאס אפגעווארפן, איז געווארן געפינען שולדיג און באקומען דעם לאנגן אורטייל.

אין 2021, האט מר. גאנזאלעס געשריבן צו ענדרו קואמא, דער גאווערנער יענע צייט, און געבעטן אז ער זאל באטראכטן צו פארקלענערן מר. וועבערמאן'ס אורטייל. כאטש וואס א "באדייטנדע פעריאד פון טורמע איז געווען נויטיג," האט מר. גאנזאלעס געשריבן, איז מר. וועבערמאן "ארויסגענומען געווארן פאר אן אומגעווענליך הארבע שטראף ווייל זיין קעיס איז געווען א הויך-פראפיל קעיס." (מר. קואמא האט נישט רעאגירט אויף די בקשה).

מר. גאנזאלעס, אין אן אינטערוויו פרייטאג, האט געזאגט אז זיין אפיס שטייט הונטער די פאראורטיילונג און ער האט אנגערופן מר. וועבערמאן'ס פארברעכנס "שרעקליך". אבער ער האט אויך געזאגט אז די ארגינעלע אורטייל איז אומיושר'דיג אוועקגעפארן פונעם נארמאלן שטייגער און איז געווען אויסגעשטעלט צו מאכן א ביישפיל פון איין מאן.

ער האט צוגעלייגט אז וויקטימס (קרבנות) וועלן זיין ווייניגער גרייט צו רעפארטן אזעלכע פארברעכנס אויב זיי וועלן טראכטן אז מיטגלידער פונעם היימישן ציבור וועלן ווערן באהאנדלט אומיושר'דיג ביים אורטייל.

"די איבערגעטריבענע אורטיילן זענען געווארן א ערנסטע מאראלישע און פאליסי דורכפאל אין אונזער יוסטיץ סיסטעם," האט מר. גאנזאלעס געזאגט.

פאר שטיצער פון מר. וועבערמאן'ס קרבן, איז דער פאקט אז ער האלט ווייטער אן מיט זיין אומשולד און האט זיך קיינמאל נישט אנטשולדיגט, גענוג אים צו פסל'ן פון רחמנות.

"עס שיקט א שטארקע מעסעדזש פאר קרבנות פון, 'פרובירט אפילו נישט. איר האט נישט קיין טשאנס קעגן אונזער כוח,'" האט געזאגט אשר לעווי, דער דירעקטאר פון 'זעקה', אן ארגאניזאציע וואס פראמאטירט אויפמערקזאמקייט איבער באלעסטיגונג אין די אידישע קהילה.

מר. וועבערמאן'ס אורטייל איז אמאל געווען אומגלויבליך אינעם סאטמארן ציבור, וואו קרבנות פון סעקס-פארברעכנס זענען פאר לאנגע יארן געווארן איינגעשיכטערט. און עס האט אויפגערעגט די מענטשן אין קהילה וואס האבן געשטיצט מר. וועבערמאן, וועלכער איז געווען א רעספעקטירטע פיגור.

די ניו יארק טיימס דערמאנט נישט דעם נאמען פונעם קרבן צוליב די נאטור פון די באלעסטיגונג וואס זי איז אריבער.

די פראסעקיושן פון מר. וועבערמאן איז פארגעקומען אין א פאליטיש-אנגעצויגענע פעריאד. דער דיסטריקט אטארני יענע צייט, טשארלס היינס, איז אויסגעשטאנען הויכע קריטיק אז ער האט נישט פראסעקיוטעד סעקס-באלעסטיגונג אינעם פאליטיש-פארבינדענעם חרדישן ציבור גענוג אגרעסיוו.

אונטער שווערע קריטיק און שטייענדיג פאר ווידער-ערוויילונג, האט מר. היינס גענומען א הארטע ליניע קעגן מר. וועבערמאן נאכדעם וואס ער האט באשלאסן צו נעמען די טשאנס מיט א משפט.

אין געריכט, האט די וויקטים עדות געזאגט איבער "צניעות קאמיטעס" וואס האבן קאנטראלירט די אויפפירונג פון יונגע מיידלעך וואס מען האט געטראפן אז זיי האבן געבראכן די שטרענגע סאטמארע תקנות. עלטערן פון אזעלכע מיידלעך האבן זיי געמוזט שיקן צו "רעליגיעזע קאונסעלערס".

עס איז געווען אין דעם קאנטעקסט וואס די וויקטים האט צום ערשט באגעגנט מר. וועבערמאן. זי איז געווען 12 יאר אלט און איז געשיקט געווארן צו אים פאר קאונסעלינג דורך איר שולע אין וויליאמסבורג. פאר אירע עלטערן איז געזאגט געווארן אז אויב זיי צאלן נישט פאר מר. וועבערמאן $150 א שעה פאר זיינע סערוויסעס, וועט זי ווערן ארויסגעווארפן, לויט א נאענטער פאמיליע מיטגליד וואס האט גערעדט מיט די טיימס אין 2012.

פאר די קומענדיגע דריי יאר, האט מר. וועבערמאן איר סעקסואל באלעסטיגט און איר געזאגט אז זי וועט ווערן ארויסגעווארפן אויב זי דערציילט פאר איינעם, לויט דעם פאמיליע מיטגליד. די וויקטים האט פארציילט איבער די באלעסטיגונג פאר א לייסענסירטע טעראפיסט, וועלכער האט רעפארטעט די באשולדיגונגען צו די באהערדע.

ביים משפט, האט די וויקטים פון מר. וועבערמאן עדות געזאגט אז דורכאויס די קאונסעלינג סעסיעס וואס האבן געזאלט דינען איר צו מאכן מער פרומער, האט ער זי געצוואונגען צו טאן מיט אים מיאוס'ע מעשים.

"איר האט זיך געשפילט מיט און צעשטערט לעבנס ווי כאילו זיי וואלטן געווען אייערע שפילצייג," האט זי געזאגט צו מר. וועבערמאן ביי זיין אורטייל, "אן דעם מינדסטן ביסל רחמנות."

לויט מר. וועבערמאן און זיינע לאיערס, האט דאס מיידל אויסגעטראכט די באשולדיגונגען און אים רעפארטעט אלס אן אקט פון נקמה.

מר. וועבערמאן איז געפינען געווארן שולדיג אין דעצעמבער 2012. נאכדעם וואס פראסעקיוטארס האבן געבעטן די מאקסימום מעגליכע שטראף, האט ריכטער דזשאן דזשי. אינגראם פונעם סטעיט סופרים קארט אין ברוקלין געגעבן פאר מר. וועבערמאן דעם לענגסטן אורטייל וואס איז נאר אמאל ארויפגעלייגט געווארן אויף א מיטגליד פונעם חרדישן ציבור פארן סעקסואל באלעסטיגן א קינד.

פאר מר. וועבערמאן'ס לאיערס, איז די 103-יעריגע געזאמלטע אורטייל אויף 59 קלאגעס געווען א ווילדע אפנויגונג, און מר. גאנזאלעס שטימט צו.

ווען מר. וועבערמאן'ס אורטיילן וואלטן געלאפן פאראלעל (concurrently), האבן זיינע לאיערס געשריבן אין א געריכטליכע פיילינג אין יוני, וואלט זיין מינימום אורטייל געווען פינף יאר, אין ליניע מיט שטראפן פאר ענליכע פארברעכנס.

אנשטאט דעם, האט ריכטער אינגראם געגעבן פאר מר. וועבערמאן נאכאנאנדע (consecutive) אורטיילן. א סטעיט געזעץ וואס לייגט א 'קעפ' אויף טורמע טערמינען פאר אזעלכע פארברעכנס האט שוין געשניטן זיין אורטייל צו 50 יאר, וואס מיינט אז ער קען ווערן באפרייט ביי די 97. דאס איז נאך אלץ איבערגעטריבן, האבן זיינע לאיערס געטענה'ט.

אין א סטעיטמענט פרייטאג, האט דאנא אלדעא, א לאיער פאר מר. וועבערמאן, געזאגט אז זיין אורטייל איז געווען "אומקאנסטיטוציאנאל" און אז ער טאר נישט ווערן באשטראפט פשוט פארן אויסנוצן זיין רעכט צו א משפט.

מר. וועבערמאן האט אנגעהאלטן א געטרייע נאכפאלגערשאפט אין די סאטמארע קהילה. אין אידיש-שפראכיגע אויסגאבעס איז ער געווארן צוגעגליכן צו יוסף הצדיק, וואס איז פאלש באשולדיגט געווארן. ער איז באזוכט געווארן אין טורמע דורך פראמינענטע סאטמארע רבנים.

בערך א יאר צוריק, האבן מער ווי א טוץ פון ניו יארק'ס מאכטפולסטע אידישע פירער געשריבן צו גאווערנער קעטי האוקול, בעטנדיג מר. וועבערמאן'ס זאפארטיגע באפרייאונג.

בשעת'ן פארדאמען זיינע פארברעכנס, האבן די פירער געשריבן אז מר. וועבערמאן האט פארפאסט חתונות, בר מצוות און נאמען-געבן שמחות, און איז געווארן הארב באשטראפט "צו שטעלן א ביישפיל פאר די ארטאדאקסישע אידישע קהילה."

מיטוואך, האט דער ראש ישיבה פון ישיבה אוניווערסיטעט, הערשעל שעכטער, ארויסגעגעבן א ווידיאו אין וועלכע ער דרוקט אויס חרטה פארן אונטערשרייבן דעם בריוו, וועמענס עקזיסטענץ איז צום ערשט באריכטעט געווארן דורך די 'טיימס אוו איזראעל'. ער האט געזאגט אז ער איז געווען "מיסאינפארמירט" דערוועגן. ער האט אנגערופן מר. וועבערמאן א "פובליק סכנה" (public menace).

"איך בין געווארן פארפירט פון אנהייב," האט הרב שעכטער געזאגט.

כאטש וואס מר. וועבערמאן'ס קעיס דרייט זיך ארום איין וויקטים, האבן נאך באשולדיגער געזאגט אז ער האט זיי סעקסואל באלעסטיגט, לויט לעגאלע פיילינגס באקומען דורך די 'טיימס'.

אין אויגוסט 2012, פארן משפט, האט א ברוקלין פראסעקיוטאר געשריבן אז זעקס אנדערע וויקטימס האבן זיך פארבינדן מיטן דיסטריקט אטארני'ס אפיס צו רעפארטן אז מר. וועבערמאן האט זיי סעקסואל באלעסטיגט אין קאונסעלינג סעסיעס צוריק אין די 1990ער יארן. מר. וועבערמאן איז נישט געווארן אנגעקלאגט אין יענע קעיסעס.

פרוי אלדעא האט געזאגט אז מר. וועבערמאן'ס "עקסטרעמע" אורטייל איז נישט בארעכטיגט "דורך נישט-אנגעקלאגטע, אומבאוויזענע, און אנאנימע באשולדיגונגען."

פאר און ביי דעם משפט, איז די וויקטים אויסגעשטאנען נאכאנאנדע רדיפות פון מיטגלידער אין די קהילה. נאכדעם וואס מר. וועבערמאן איז ארעסטירט געווארן אין 2011, האבן הונדערטער חסידישע מענטשן אפגעהאלטן א פאנדרעיזער פאר זיין דעפענס און אויפגעהאנגען פלאקאטן באשולדיגנדיג דאס מיידל אין הוצאת שם רע (libel). פיר סאטמארע מענטשן זענען געווארן אנגעקלאגט פארן פרובירן אפצוקויפן די שטילקייט פון די וויקטים און פון מר. דייטש, וועלכער איז דעמאלט געווען איר בוי-פרענד, פאר $500,000.

מר. דייטש האט געזאגט אז ער און זיין פרוי האבן זיך ארויסגעצויגן פון וויליאמסבורג נאכן חתונה האבן כדי צו "שטיין ווייט פונעם קהילה."

פאר מר. דייטש, איז די פראגע צי מר. וועבערמאן'ס אורטייל איז געווען צו הארב, אומרעלעוואנט. ער זארגט זיך אז אויב ער ווערט באפרייט, וועט מר. וועבערמאן ווערן אויפגענומען ווי א העלד.

"יעדער קינדער-באלעסטיגער דארף גענוצט ווערן אלס א ביישפיל," האט מר. דייטש געזאגט.
 
איך גלייב נישט אז ס'איז דא אפילו איין מענטש וואס מען האט געטשעפעט זיין זון, און אנשטאט טון וואס מען דארף האט ער געזאגט, נע, דער צדיק האט טאקע קאליע געלייגט מיין זון, אבער, איך האב דאך אזוי רחמנות אויף דער מאלעסטער, ער קען ח"ו באקומען א הארבערע שטראף ווי עס פארדינט זיך אים, אויב אזוי וועל איך גארנישט טון.

אויב איז יא דא אזא איינער איז דמיו בראשו, דאס דארף ניטאמאל איינפאלן פאר א שופט.
פארדעם איז טאקע א קרוב פסול לעדות ולדין

פארדעם ברויך מען א זעלבסטשטענדיגער ריכטער, פארדעם פרעגט מען טאקע נישט דעם טאט'ן ווייל ער איז (מיט רעכט) איבערגענומען מיט זיינע געפילן
 
דאס הייסט נישט איבערגעבעטן ווען ער שטעלט נאכאלס אפעציעל אן א פנים אז ער איז אומשולדיג. די אפעציעלע שטעלונג ביים נאיוון המון איז אז די בריוו איז בלויז א טאקטיק און באמת איז ער אומשולדיג. איינע פון די וויכטיגסטע זאכן ביים איבערבעטן איז אז דער וויקטים זאל פילן וועלידעיטעד מיט זיינע טענות, און דאס איז בכלל נישט געשעהן.
ווען און וויאזוי שטעלט ער אן א פנים?
 
לדעתי דארף דער ריכטער זיין א קאמפליעט טפש אים צו באגענאדיגן אדער אראפ נעמן פון זיין טורמע.

נישט ווייל איך האב א מיינונג צו ער זאל יא צו נישט. נאר פשוט עס לוינט זיך בכלל נישט פאר א ריכטער דא צו טון. די קעגנער האבן די שופר, ווייל זיי קענן שרייען קליפ און קלאר וואס זיי ווילן. די שטיצערס קענן נישט זאגן 'וויילטס פאר פלוני ווייל ער האט באפרייט א מאלעסטער ווייל פופציג יאר איז איבערגעטריבן'.

די גאנצע טענהריי איז הבל וריק. טאמער ער טוט עס יא, וועט עס זיין פון שוחד וכדו', און די היציגע קאמפיין איז גארנישט ווערט.
 
די צד צי באפרייען האט א שטארקע טענה, כלומר 103 יאר איז א פרעצעדענטלאזער אורטייל, געב עם די זעלבע שטראף וואס אלע אנדערע מאלעסטערס באקומען דהיינו 10-15 יאר.
די שופט דארף גארנישט פארדינען, ער דארף פלעין זיין א נערמאלער מענטש צי גיין מיטן פרעצעדענט.
 
די צד צי באפרייען האט א שטארקע טענה, כלומר 103 יאר איז א פרעצעדענטלאזער אורטייל, געב עם די זעלבע שטראף וואס אלע אנדערע מאלעסטערס באקומען דהיינו 10-15 יאר.
די שופט דארף גארנישט פארדינען, ער דארף פלעין זיין א נערמאלער מענטש צי גיין מיטן פרעצעדענט.
אוודאי
דער שופט איז א צדיק, ער טוט נאר וואס איז ריכטיג, ער גייט נאך נארמאלער מענטשן. ממש אזוי.
 
While condemning his crimes, the leaders wrote that Mr. Weberman had missed weddings, bar mitzvahs and baby naming ceremonies, and had been harshly punished “to set an example to the Orthodox Jewish community.”
נאך אײנער כאפט װאס די טײמס האט דא געטוהן? די בריװ פון די רבנים זאגט נישט אז זײ קאנדעממען מר. װעבערמאן'ס קרײמס; עס זאגט אז זײ קאנדעמען "די קרײמס מיט װאס מר. װעבערמאן איז טשאַרדזשד". ס'איז א חילוק! ד.ה. די רבנים זענען נישט מודה אז זײ גלײבן אז װעבערמאן איז טאקע שולדיג.
 
לעצט רעדאגירט:
זאג וואס דו ווילסט, אבער ווען וועבערמאן באקומט ווען 10 יאר וואלט גארנישט געווען, ס'וואלט ווייטער נישט 'עגזעסטירט' אזא זאך ווי מאלעסטעישן ביי אונז, מאלעסטערס וואלטן זיך ווייטער געפילט ברום המעלה, געטון וואס זיי וואלטן געוואלט, אונזער קינדער וואלטן געווען אויף הפקר. די פסק האט אויפגעשטורעמט יעדער איינער, טאקע די מנהגים האבן עס גוט געספינט אז מען זאל פאוקעסן אויף די "רשעות" פון די שופט, אבער די מעסעדזש איז אנגעקומען, כאטש טיילווייז. מען רעדט פון מאלעסטעישן, מען אין דן "וויפיל" יאר עס קומט זיך יא, מעלעסטערס צוטערן אין די הויזן. הגם פון א תיקון השלם איז עס נאך ווייט, איז עס אבער יא אן התחלתא דגאולה.
שױן כאטש אױף 15 יאר האט עס אױפגעטוהן. איך הער אז די מאלעסטערס װאס האבן זיך אײנגעהאלטן די לעצטע 15 יאר אױל'ן זיך שױן די זיפערס הערענדיג פון זײן נאענטע ריליעס.
 
די צד צי באפרייען האט א שטארקע טענה, כלומר 103 יאר איז א פרעצעדענטלאזער אורטייל, געב עם די זעלבע שטראף וואס אלע אנדערע מאלעסטערס באקומען דהיינו 10-15 יאר.
די שופט דארף גארנישט פארדינען, ער דארף פלעין זיין א נערמאלער מענטש צי גיין מיטן פרעצעדענט.
אנדעדע באקומען ווייניגער ווי 10-15 יאר.
 
דער פאקט וועבערמאנס אדוואקאט איז א פרוי איז זיכער א פלאס פאר אים. אין קאנטראסט צו זיין פריערדיגע לויער וועלכע איז געווען א אלטער אונגארישער נער.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top