אויס סומעטאכע? פרשת וועבערמאן

די ניו יארק טיימס ארטיקל אין אידיש:

חרדישער פירער וואס האט באקומען זעלטענע אורטייל פאר באלעסטיגונג קען מעגליך גיין פריי



נחמיה וועבערמאן, וועלכער איז געווארן פאראורטיילט פארן באלעסטיגן א 12-יעריג מיידל אין א פאליטיש-אנגעצויגענע קעיס און באקומען 103 יאר, זוכט א נייע, קערצערע אורטייל מיט די שטיצע פונעם ברוקלין דיסטריקט אטארני.

מיט דרייצן יאר צוריק, האט די פאראורטיילונג פון א ברוקלין מאן פאר קינדער-באלעסטיגונג דורכגעבראכן א שלייער פון שטילקייט ביים היימישן חרדישן ציבור, וואו פילע מענטשן וואס האבן זיך דערוואגט צו רעפארטן אזעלכע עבירות זענען דערווייטערט געווארן, ארויסגעווארפן פון די מוסדות און מען האט חרוב געמאכט זייערע פרנסות.

אצינד, קען דער מאן, נחמיה וועבערמאן, אן אומלייסענסירטער טעראפיסט וואס איז פאראורטיילט געווארן צו 103 יאר אין טורמע, זיין אויפן וועג צו פרייהייט.

מר. וועבערמאן, 67 יאר אלט, דארף ערשיינען אין געריכט קומענדיגן חודש, וואו א ריכטער וועט באשליסן צי מען זאל פארקלענערן זיין ארגינעלע אורטייל און ארויפשטעלן א נייע, קערצערע שטראף, אין א שריט וואס ווערט געשטיצט דורך עריק גאנזאלעס, דער דיסטריקט אטארני.

שטיצער פון די קרבנות פון באלעסטיגונג אינעם היימישן ציבור זענען אין אויפברויז. זיי זאגן אז מר. גאנזאלעס האט זיך געבויגן צו יארן פון נאכאנאנדע דרוק פון אן איינפלוסרייכן וואוטינג-בלאק, און אז אן אפיס וואס האט געוואונען א היסטארישע פאראורטיילונג, טוט יעצט נאכלאזן איר פליכט אינעם זעלבן קעיס.

"דאס שיקט א שרעקליכע מעסעדזש," זאגט בורי דייטש, 38, דער מאן פון דער פרוי וועמען מר. וועבערמאן איז געווארן פאראורטיילט פארן באלעסטיגן ווען זי איז געווען א מיידל. "פאליטיק איז וויכטיגער ווי צו שיצן קינדער."

מר. גאנזאלעס איז ערוויילט געווארן אין 2017 אלס טייל פון א כוואליע פון ליבעראל-געשטימטע פראסעקיוטארס און האט געוואונען ווידער-ערוויילונג דאס יאר נאכן לויפן אן קיין קעגנער. ער האט מערסטנס אויסגעמיטן די קריטיק וואס זיין קאלעגע אלווין בראג, דער מאנהעטן דיסטריקט אטארני, האט באקומען, טראץ דעם וואס ער פירט דורך פילע פון די זעלבע פאליסיס, אריינגערעכנט איבערקוקן קעיסעס וואס האבן געפירט צו לאנגע טורמע טערמינען און, טיילמאל, רעקאמענדירן רחמנות (clemency).

די דאזיגע מיסיע האט געמיינט צוריקצוקוקן אויף קעיסעס ווי די פון מר. וועבערמאן. מר. גאנזאלעס'ס שטעלונג איבער די קעיס איז פריער באריכטעט געווארן דורך 'דה סיטי' (The City).

איידערן גיין צום געריכט, איז פאר מר. וועבערמאן פארגעשלאגן געווארן א 'פלי בארגען' (plea agreement) אין וועלכע ער וואלט געווארן פאראורטיילט צו פינף יאר אין טורמע. ער האט דאס אפגעווארפן, איז געווארן געפינען שולדיג און באקומען דעם לאנגן אורטייל.

אין 2021, האט מר. גאנזאלעס געשריבן צו ענדרו קואמא, דער גאווערנער יענע צייט, און געבעטן אז ער זאל באטראכטן צו פארקלענערן מר. וועבערמאן'ס אורטייל. כאטש וואס א "באדייטנדע פעריאד פון טורמע איז געווען נויטיג," האט מר. גאנזאלעס געשריבן, איז מר. וועבערמאן "ארויסגענומען געווארן פאר אן אומגעווענליך הארבע שטראף ווייל זיין קעיס איז געווען א הויך-פראפיל קעיס." (מר. קואמא האט נישט רעאגירט אויף די בקשה).

מר. גאנזאלעס, אין אן אינטערוויו פרייטאג, האט געזאגט אז זיין אפיס שטייט הונטער די פאראורטיילונג און ער האט אנגערופן מר. וועבערמאן'ס פארברעכנס "שרעקליך". אבער ער האט אויך געזאגט אז די ארגינעלע אורטייל איז אומיושר'דיג אוועקגעפארן פונעם נארמאלן שטייגער און איז געווען אויסגעשטעלט צו מאכן א ביישפיל פון איין מאן.

ער האט צוגעלייגט אז וויקטימס (קרבנות) וועלן זיין ווייניגער גרייט צו רעפארטן אזעלכע פארברעכנס אויב זיי וועלן טראכטן אז מיטגלידער פונעם היימישן ציבור וועלן ווערן באהאנדלט אומיושר'דיג ביים אורטייל.

"די איבערגעטריבענע אורטיילן זענען געווארן א ערנסטע מאראלישע און פאליסי דורכפאל אין אונזער יוסטיץ סיסטעם," האט מר. גאנזאלעס געזאגט.

פאר שטיצער פון מר. וועבערמאן'ס קרבן, איז דער פאקט אז ער האלט ווייטער אן מיט זיין אומשולד און האט זיך קיינמאל נישט אנטשולדיגט, גענוג אים צו פסל'ן פון רחמנות.

"עס שיקט א שטארקע מעסעדזש פאר קרבנות פון, 'פרובירט אפילו נישט. איר האט נישט קיין טשאנס קעגן אונזער כוח,'" האט געזאגט אשר לעווי, דער דירעקטאר פון 'זעקה', אן ארגאניזאציע וואס פראמאטירט אויפמערקזאמקייט איבער באלעסטיגונג אין די אידישע קהילה.

מר. וועבערמאן'ס אורטייל איז אמאל געווען אומגלויבליך אינעם סאטמארן ציבור, וואו קרבנות פון סעקס-פארברעכנס זענען פאר לאנגע יארן געווארן איינגעשיכטערט. און עס האט אויפגערעגט די מענטשן אין קהילה וואס האבן געשטיצט מר. וועבערמאן, וועלכער איז געווען א רעספעקטירטע פיגור.

די ניו יארק טיימס דערמאנט נישט דעם נאמען פונעם קרבן צוליב די נאטור פון די באלעסטיגונג וואס זי איז אריבער.

די פראסעקיושן פון מר. וועבערמאן איז פארגעקומען אין א פאליטיש-אנגעצויגענע פעריאד. דער דיסטריקט אטארני יענע צייט, טשארלס היינס, איז אויסגעשטאנען הויכע קריטיק אז ער האט נישט פראסעקיוטעד סעקס-באלעסטיגונג אינעם פאליטיש-פארבינדענעם חרדישן ציבור גענוג אגרעסיוו.

אונטער שווערע קריטיק און שטייענדיג פאר ווידער-ערוויילונג, האט מר. היינס גענומען א הארטע ליניע קעגן מר. וועבערמאן נאכדעם וואס ער האט באשלאסן צו נעמען די טשאנס מיט א משפט.

אין געריכט, האט די וויקטים עדות געזאגט איבער "צניעות קאמיטעס" וואס האבן קאנטראלירט די אויפפירונג פון יונגע מיידלעך וואס מען האט געטראפן אז זיי האבן געבראכן די שטרענגע סאטמארע תקנות. עלטערן פון אזעלכע מיידלעך האבן זיי געמוזט שיקן צו "רעליגיעזע קאונסעלערס".

עס איז געווען אין דעם קאנטעקסט וואס די וויקטים האט צום ערשט באגעגנט מר. וועבערמאן. זי איז געווען 12 יאר אלט און איז געשיקט געווארן צו אים פאר קאונסעלינג דורך איר שולע אין וויליאמסבורג. פאר אירע עלטערן איז געזאגט געווארן אז אויב זיי צאלן נישט פאר מר. וועבערמאן $150 א שעה פאר זיינע סערוויסעס, וועט זי ווערן ארויסגעווארפן, לויט א נאענטער פאמיליע מיטגליד וואס האט גערעדט מיט די טיימס אין 2012.

פאר די קומענדיגע דריי יאר, האט מר. וועבערמאן איר סעקסואל באלעסטיגט און איר געזאגט אז זי וועט ווערן ארויסגעווארפן אויב זי דערציילט פאר איינעם, לויט דעם פאמיליע מיטגליד. די וויקטים האט פארציילט איבער די באלעסטיגונג פאר א לייסענסירטע טעראפיסט, וועלכער האט רעפארטעט די באשולדיגונגען צו די באהערדע.

ביים משפט, האט די וויקטים פון מר. וועבערמאן עדות געזאגט אז דורכאויס די קאונסעלינג סעסיעס וואס האבן געזאלט דינען איר צו מאכן מער פרומער, האט ער זי געצוואונגען צו טאן מיט אים מיאוס'ע מעשים.

"איר האט זיך געשפילט מיט און צעשטערט לעבנס ווי כאילו זיי וואלטן געווען אייערע שפילצייג," האט זי געזאגט צו מר. וועבערמאן ביי זיין אורטייל, "אן דעם מינדסטן ביסל רחמנות."

לויט מר. וועבערמאן און זיינע לאיערס, האט דאס מיידל אויסגעטראכט די באשולדיגונגען און אים רעפארטעט אלס אן אקט פון נקמה.

מר. וועבערמאן איז געפינען געווארן שולדיג אין דעצעמבער 2012. נאכדעם וואס פראסעקיוטארס האבן געבעטן די מאקסימום מעגליכע שטראף, האט ריכטער דזשאן דזשי. אינגראם פונעם סטעיט סופרים קארט אין ברוקלין געגעבן פאר מר. וועבערמאן דעם לענגסטן אורטייל וואס איז נאר אמאל ארויפגעלייגט געווארן אויף א מיטגליד פונעם חרדישן ציבור פארן סעקסואל באלעסטיגן א קינד.

פאר מר. וועבערמאן'ס לאיערס, איז די 103-יעריגע געזאמלטע אורטייל אויף 59 קלאגעס געווען א ווילדע אפנויגונג, און מר. גאנזאלעס שטימט צו.

ווען מר. וועבערמאן'ס אורטיילן וואלטן געלאפן פאראלעל (concurrently), האבן זיינע לאיערס געשריבן אין א געריכטליכע פיילינג אין יוני, וואלט זיין מינימום אורטייל געווען פינף יאר, אין ליניע מיט שטראפן פאר ענליכע פארברעכנס.

אנשטאט דעם, האט ריכטער אינגראם געגעבן פאר מר. וועבערמאן נאכאנאנדע (consecutive) אורטיילן. א סטעיט געזעץ וואס לייגט א 'קעפ' אויף טורמע טערמינען פאר אזעלכע פארברעכנס האט שוין געשניטן זיין אורטייל צו 50 יאר, וואס מיינט אז ער קען ווערן באפרייט ביי די 97. דאס איז נאך אלץ איבערגעטריבן, האבן זיינע לאיערס געטענה'ט.

אין א סטעיטמענט פרייטאג, האט דאנא אלדעא, א לאיער פאר מר. וועבערמאן, געזאגט אז זיין אורטייל איז געווען "אומקאנסטיטוציאנאל" און אז ער טאר נישט ווערן באשטראפט פשוט פארן אויסנוצן זיין רעכט צו א משפט.

מר. וועבערמאן האט אנגעהאלטן א געטרייע נאכפאלגערשאפט אין די סאטמארע קהילה. אין אידיש-שפראכיגע אויסגאבעס איז ער געווארן צוגעגליכן צו יוסף הצדיק, וואס איז פאלש באשולדיגט געווארן. ער איז באזוכט געווארן אין טורמע דורך פראמינענטע סאטמארע רבנים.

בערך א יאר צוריק, האבן מער ווי א טוץ פון ניו יארק'ס מאכטפולסטע אידישע פירער געשריבן צו גאווערנער קעטי האוקול, בעטנדיג מר. וועבערמאן'ס זאפארטיגע באפרייאונג.

בשעת'ן פארדאמען זיינע פארברעכנס, האבן די פירער געשריבן אז מר. וועבערמאן האט פארפאסט חתונות, בר מצוות און נאמען-געבן שמחות, און איז געווארן הארב באשטראפט "צו שטעלן א ביישפיל פאר די ארטאדאקסישע אידישע קהילה."

מיטוואך, האט דער ראש ישיבה פון ישיבה אוניווערסיטעט, הערשעל שעכטער, ארויסגעגעבן א ווידיאו אין וועלכע ער דרוקט אויס חרטה פארן אונטערשרייבן דעם בריוו, וועמענס עקזיסטענץ איז צום ערשט באריכטעט געווארן דורך די 'טיימס אוו איזראעל'. ער האט געזאגט אז ער איז געווען "מיסאינפארמירט" דערוועגן. ער האט אנגערופן מר. וועבערמאן א "פובליק סכנה" (public menace).

"איך בין געווארן פארפירט פון אנהייב," האט הרב שעכטער געזאגט.

כאטש וואס מר. וועבערמאן'ס קעיס דרייט זיך ארום איין וויקטים, האבן נאך באשולדיגער געזאגט אז ער האט זיי סעקסואל באלעסטיגט, לויט לעגאלע פיילינגס באקומען דורך די 'טיימס'.

אין אויגוסט 2012, פארן משפט, האט א ברוקלין פראסעקיוטאר געשריבן אז זעקס אנדערע וויקטימס האבן זיך פארבינדן מיטן דיסטריקט אטארני'ס אפיס צו רעפארטן אז מר. וועבערמאן האט זיי סעקסואל באלעסטיגט אין קאונסעלינג סעסיעס צוריק אין די 1990ער יארן. מר. וועבערמאן איז נישט געווארן אנגעקלאגט אין יענע קעיסעס.

פרוי אלדעא האט געזאגט אז מר. וועבערמאן'ס "עקסטרעמע" אורטייל איז נישט בארעכטיגט "דורך נישט-אנגעקלאגטע, אומבאוויזענע, און אנאנימע באשולדיגונגען."

פאר און ביי דעם משפט, איז די וויקטים אויסגעשטאנען נאכאנאנדע רדיפות פון מיטגלידער אין די קהילה. נאכדעם וואס מר. וועבערמאן איז ארעסטירט געווארן אין 2011, האבן הונדערטער חסידישע מענטשן אפגעהאלטן א פאנדרעיזער פאר זיין דעפענס און אויפגעהאנגען פלאקאטן באשולדיגנדיג דאס מיידל אין הוצאת שם רע (libel). פיר סאטמארע מענטשן זענען געווארן אנגעקלאגט פארן פרובירן אפצוקויפן די שטילקייט פון די וויקטים און פון מר. דייטש, וועלכער איז דעמאלט געווען איר בוי-פרענד, פאר $500,000.

מר. דייטש האט געזאגט אז ער און זיין פרוי האבן זיך ארויסגעצויגן פון וויליאמסבורג נאכן חתונה האבן כדי צו "שטיין ווייט פונעם קהילה."

פאר מר. דייטש, איז די פראגע צי מר. וועבערמאן'ס אורטייל איז געווען צו הארב, אומרעלעוואנט. ער זארגט זיך אז אויב ער ווערט באפרייט, וועט מר. וועבערמאן ווערן אויפגענומען ווי א העלד.

"יעדער קינדער-באלעסטיגער דארף גענוצט ווערן אלס א ביישפיל," האט מר. דייטש געזאגט.
 
איך גלייב נישט אז ס'איז דא אפילו איין מענטש וואס מען האט געטשעפעט זיין זון, און אנשטאט טון וואס מען דארף האט ער געזאגט, נע, דער צדיק האט טאקע קאליע געלייגט מיין זון, אבער, איך האב דאך אזוי רחמנות אויף דער מאלעסטער, ער קען ח"ו באקומען א הארבערע שטראף ווי עס פארדינט זיך אים, אויב אזוי וועל איך גארנישט טון.

אויב איז יא דא אזא איינער איז דמיו בראשו, דאס דארף ניטאמאל איינפאלן פאר א שופט.
פארדעם איז טאקע א קרוב פסול לעדות ולדין

פארדעם ברויך מען א זעלבסטשטענדיגער ריכטער, פארדעם פרעגט מען טאקע נישט דעם טאט'ן ווייל ער איז (מיט רעכט) איבערגענומען מיט זיינע געפילן
 
דאס הייסט נישט איבערגעבעטן ווען ער שטעלט נאכאלס אפעציעל אן א פנים אז ער איז אומשולדיג. די אפעציעלע שטעלונג ביים נאיוון המון איז אז די בריוו איז בלויז א טאקטיק און באמת איז ער אומשולדיג. איינע פון די וויכטיגסטע זאכן ביים איבערבעטן איז אז דער וויקטים זאל פילן וועלידעיטעד מיט זיינע טענות, און דאס איז בכלל נישט געשעהן.
ווען און וויאזוי שטעלט ער אן א פנים?
 
לדעתי דארף דער ריכטער זיין א קאמפליעט טפש אים צו באגענאדיגן אדער אראפ נעמן פון זיין טורמע.

נישט ווייל איך האב א מיינונג צו ער זאל יא צו נישט. נאר פשוט עס לוינט זיך בכלל נישט פאר א ריכטער דא צו טון. די קעגנער האבן די שופר, ווייל זיי קענן שרייען קליפ און קלאר וואס זיי ווילן. די שטיצערס קענן נישט זאגן 'וויילטס פאר פלוני ווייל ער האט באפרייט א מאלעסטער ווייל פופציג יאר איז איבערגעטריבן'.

די גאנצע טענהריי איז הבל וריק. טאמער ער טוט עס יא, וועט עס זיין פון שוחד וכדו', און די היציגע קאמפיין איז גארנישט ווערט.
 
די צד צי באפרייען האט א שטארקע טענה, כלומר 103 יאר איז א פרעצעדענטלאזער אורטייל, געב עם די זעלבע שטראף וואס אלע אנדערע מאלעסטערס באקומען דהיינו 10-15 יאר.
די שופט דארף גארנישט פארדינען, ער דארף פלעין זיין א נערמאלער מענטש צי גיין מיטן פרעצעדענט.
 
די צד צי באפרייען האט א שטארקע טענה, כלומר 103 יאר איז א פרעצעדענטלאזער אורטייל, געב עם די זעלבע שטראף וואס אלע אנדערע מאלעסטערס באקומען דהיינו 10-15 יאר.
די שופט דארף גארנישט פארדינען, ער דארף פלעין זיין א נערמאלער מענטש צי גיין מיטן פרעצעדענט.
אוודאי
דער שופט איז א צדיק, ער טוט נאר וואס איז ריכטיג, ער גייט נאך נארמאלער מענטשן. ממש אזוי.
 
While condemning his crimes, the leaders wrote that Mr. Weberman had missed weddings, bar mitzvahs and baby naming ceremonies, and had been harshly punished “to set an example to the Orthodox Jewish community.”
נאך אײנער כאפט װאס די טײמס האט דא געטוהן? די בריװ פון די רבנים זאגט נישט אז זײ קאנדעממען מר. װעבערמאן'ס קרײמס; עס זאגט אז זײ קאנדעמען "די קרײמס מיט װאס מר. װעבערמאן איז טשאַרדזשד". ס'איז א חילוק! ד.ה. די רבנים זענען נישט מודה אז זײ גלײבן אז װעבערמאן איז טאקע שולדיג.
 
לעצט רעדאגירט:
זאג וואס דו ווילסט, אבער ווען וועבערמאן באקומט ווען 10 יאר וואלט גארנישט געווען, ס'וואלט ווייטער נישט 'עגזעסטירט' אזא זאך ווי מאלעסטעישן ביי אונז, מאלעסטערס וואלטן זיך ווייטער געפילט ברום המעלה, געטון וואס זיי וואלטן געוואלט, אונזער קינדער וואלטן געווען אויף הפקר. די פסק האט אויפגעשטורעמט יעדער איינער, טאקע די מנהגים האבן עס גוט געספינט אז מען זאל פאוקעסן אויף די "רשעות" פון די שופט, אבער די מעסעדזש איז אנגעקומען, כאטש טיילווייז. מען רעדט פון מאלעסטעישן, מען אין דן "וויפיל" יאר עס קומט זיך יא, מעלעסטערס צוטערן אין די הויזן. הגם פון א תיקון השלם איז עס נאך ווייט, איז עס אבער יא אן התחלתא דגאולה.
שױן כאטש אױף 15 יאר האט עס אױפגעטוהן. איך הער אז די מאלעסטערס װאס האבן זיך אײנגעהאלטן די לעצטע 15 יאר אױל'ן זיך שױן די זיפערס הערענדיג פון זײן נאענטע ריליעס.
 
די צד צי באפרייען האט א שטארקע טענה, כלומר 103 יאר איז א פרעצעדענטלאזער אורטייל, געב עם די זעלבע שטראף וואס אלע אנדערע מאלעסטערס באקומען דהיינו 10-15 יאר.
די שופט דארף גארנישט פארדינען, ער דארף פלעין זיין א נערמאלער מענטש צי גיין מיטן פרעצעדענט.
אנדעדע באקומען ווייניגער ווי 10-15 יאר.
 
דער פאקט וועבערמאנס אדוואקאט איז א פרוי איז זיכער א פלאס פאר אים. אין קאנטראסט צו זיין פריערדיגע לויער וועלכע איז געווען א אלטער אונגארישער נער.
 
לעצט רעדאגירט:
די פאלגענדע, א סאָמערי פון די נײעס אין דעם שנירל, איז נישט ארײן אין די לעצטע כװאליעס ממילא לײג איך עס דא.


א דעװעלאופמענט איז אנטשטאנען אין די נחמיה װעבערמאן קעיס.

די נ"י טײמס האט באריכטעט אז נחמיה װעבערמאן װעט ערשײנען אין געריכט קומענדיגע חודש װאו דער שופט װעט דן זײן אױב צו פארקורצערן זײן אורטייל פון 103 יאר, פון װעלכע ער איז שױן געזיצן 13 יאר, אדער עס לאזן װי עס איז יעצט. דער ברוקלין דִי. עי. עריק גאָנזאַלעס שטיצט דאס פארקורצערן נחמי'ס אורטייל.

גאנזאלעז, עלעקטעט אין 2017, האט שױן געשריבן אין 2021 צו דאַן גאװערנער ענדרוּ קאוׂמוׂ בעטענדיג אים ער זאל איבערקוקן װעבערמאן'ס קעיס. גאנזאלעז טענה'ט אז װעבערמאן איז געװארן א "שעיר לעזאזל" כדי אנצולערנען די ארטאדאקסישע קאמיוניטי און כדי צומאכן א ביישפיל פון נחמיה.

1765549796563.webp

די. עי. עריק גאָנזאַלעס

שטיצער פון װעבערמאן'ס קרבנות, װי למשל בּוּרי דײטש (38 יאר אלט), דער מאן פון דער הױפט קרבן, מרס קרױס, דיע אױף װעמענ'ס אנקלאגע נחמיה'ס אורטײל איז באזירט, טענה'ן אז עריק גאנזאלעס, דער די. עי., גיבט זיך אונטער צו פרעשור פון די "בלאָק װאוט" - א דערנידערונגס װארט פאר די קהילה אין די קאנטעקסט פון זײער געפירעכץ צו "ארײנװעלן פאליטיקאנטן װעלכע זענען גיסטיג פאר די צרכי ציבור מיט די כח פון א געמײנדע אין װעלכע אלע װאוטן פאר די זעלביגע קאנדידאט".

צו אױפפרישן די בעקגראונד פון די קעיס. נחמיה װעבערמאן, א אָנלײסענסד טעראפיסט און חסידישער איד, איז אין 2011 ארעסטירט געװארן נאך א אנקלאגע אז ער האט מאלעסטעד מרס קרױס װען זי איז געװען 12 יאר אלט, פאר א משך פון 3 יאר, װען זי איז געשיקט געװארן פון איר סקול און משפחה צו אים פאר "קאַוּנסלינג".

לכה"פ נאך 6 װיקטעמס זענען פאראױס געקומען און גערעדט פריװאט צו די דעמאלטיגע די. עי. טשארלס הײנס, כאטש נאר מרס קרױס האט אױפגעטרעטן אין געריכט, נאר אױף איר קלאגע איז װעבערמאן געטשאַרדזשד געװארן, און נאר אױף איר איז װעבערמאן'ס איצטיגע טורמע אורטײל געבױעט. די באשולדיגונגען פון די אנדערע 6 װעלכע האבן עפראוטשד די דיִ עי. זענען כולל מעשים פו אביוז דורך נחמיה װאס גײען צוריק צו די 1990ס אבער די זעקס האבן מורא געהאט צוקומען עדות זאגן אין געריכט צוליב פחד פון באשטראפענדע קאנסעקװענצן און נקמות, אין די קהילה, צוליב'ן פאראױס קומען מיט די אַלעגעישאָנס.

נחמיה, הײנט 67 יאר אלט, איז אין 2012 סענטענסד געװארן פאר 59 קאַוּנטס פון סעקשועל אביוז. דער אורטײל - ארױסגעגיבן בּײ דער שופט דזשאָן דזשי. אינגראם פון די סטעיט סופרים קארט אין ברוקלין - איז געװען סופפארטעד בײ דאַן די. עי. טשארלס הײנס װעלכער איז אַרגיוּבּלי דעמאלטס געװען אונטער מוראדיגע פרעשור אז ער טוהט נישט גענוג פאר װיקטעמס פון טשײלד סעקשועל אביוז.

נחמיה, װעלכער פלעגט טשארדזשן זײנע קליענטן 150 א שעה, פלעגט זעהן אינגע מײדלעך פון די סאטמערע מײדל שולעס אױף'ן תנאי אז אױב גײען זײ נישט צו אים פאר טעראַפי װעלן זײ ברױכן פעיסְן אױסשליסונג.

די געריכט האט געהערט אז ער פלעגט זיך אײנגעשפארן מיט זײנע אינגע, אָנדערעידזש קליענטן אין א צימער מיט דרײ שלעסער אױף די טיהר און פלעגט צװינגען זײנע קרבנות צו פערפאָרמען אױף אים אָרעל סעקס בשעת'ן אױסלעשן בריעדיגע ציגארעטלעך, און לאזן טראפן הײסע װאַקס, אױף זײערע ברוסט קאסטענס, כדי אזױ ארום צו באפרידיגן זײנע פּערװערטע סעקשועל פֿעטישעס.

1765549796590.webp

נחמיה אין ברוקלין סופרים קאורט אין 2013 (מקור: די ניו יארק טײמס)

ער פלעגט זײנע קרבנות סטראשען אז אױב װעלן זײ פארצײלן װעט מען זײ ארױסװארפן פון זײערע שולעס אױפ'ן גאס און אז אלס "שװאכע, מעססד אָפּ" מײדלעך פון צעבראכענע שטיבער װעט זײ קײנער ממילא נישט גלײבן אנטקעגן זײנ'ס א װארט. מרס קרױס' געשיכטע איז ארױסגעקומען װען זי האט פארצײלט, װאס זי איז אריבער, פאר א לײסענסד טעראפיסט װעלכע האט באריכטעט די אלעגעישאָנס צו די אױטאריטעטן.

װעבערמאן אין זײנע פארטײדיגונגען האט געטענה'ט אז דאס האט מרס קרױס אױפגעמאכט אלס נקמה נאכװאס ער האט אָפּגעכאפט אױף קאמערא, אלס חלק פון זײן ארבעט פאר די משמרת װעד הצניעות, װי מרס קרױס מיט איר פריערדיגע בױפרענד, אײנער מיט די לעצטע נאמען שאָלאָמאָן, האבן סעקס אײנער מיט'ן צװײטן.

בשעת װען דער שערוריה איז אָנגעגאנגען אין פולן ברען איז געװען געשילדערט אין די גױאישע מידיא װי די "סאטמער קהילה" טערארעזירט די עדות; געװען איז דאס װען פיהר פערזאנען, ארײגערעכנט אײנער אברמי רובין האבן פרובירט אונטערקױפן בורי דײטש, מרס קרױס'נס מאן, מיט א האלבע מיליאן דאלאר אז זײ זאלן דראָפּן די קעיס און אװעקפארן װױנען אין ארץ ישראל. בורי דױטש מיט זײן פרױ מרס קרױס װױנען שױן הײנט נישט אין װיליאמסבורג; דאס האבן זײ געטוהן זאגט בורי כדי "צו אװעק שטײן פון די קאמיוניטי".

נאך טאקטיקן צו אנטמוטיגן די עדות און זײ אזױ ארום צװינגען אפצוטרעטן פון די קלאגע איז געװען דאס אראפנעמען א הכשר פון א געשעפט פון אײנע פון דיע װאס האבן געהאלפן מרס קרױס עדות זאגן אנטקעגן נחמי', א איד מיט'ן נאמען איצאָ פריעד, א ברודער פון קראַסנע רב. אַנאַנדערס איז געװען דאס עפענען א קאנקורירנדע "אנשי שלומינו" טעלעפאן בוך צו דאס װאס מרס קרױס'נס טאטע פלעגט יענע צײט ארױסגיבן. אגב, עס איז דא א דעה אז װעבערמאן איז לפנים געװען א שותף מיט מר קרױס אין דעם אנשי שלומינו פראיעקט און ממילא האט די ארױספאַלוּנג געטראגן באזונדערע סיגניפיקענץ.

אױסער דעם האט די קהילה געהאט געמאכט א רעש מיט'ן אנפירן מיט א ברײט-באקאנטע געלט קאמפײן אדער פאנדרעיזינג איװענט אין די קאנטינענטל זאל אין װיליאמסבורג, באגלײט מיט פלאקאטן אין די גאסן װעגן דער אױסגעטראכטע "בלבול" װאס מרס קרױס מאכט אױף נ. װעבערמאן, א פאקט מיט װאס דער שופט האט זיך גערעכנט אין דעם פסק דין װען ער האט געזאגט דאס ער װיל אָנלערנען די סאטמארע קהילה א לעססאן. א באקאנטע דרשה פון יענער צײט איז דאס װאס ר' אהרן טײטלבױם, רבי פון סאטמאר קרית יואל, האט געגיבן אין װעלכער ער האט געזאגט דעם באקאנטן פראזע 'הכזונה יעשה את אחותינו', מײנענדיג דעם אנקלעגער מרס קרױס (?).

כאטש עס איז, נישט לאנג צוריק, ארומגעפארן א בריװ בשם א בי"ד װי זײ בעטן איבער מרס קרױס כלומרשט בשם נחמיה װעבערמאן איז די מציאות אבער אז ער האט זי קײנמאל נישט איבערגעבעטן דירעקט און ער האט קײנמאל נישט מודה געװען אין די באשולדיגונגען. אנשטאט שרײבט ער קאלומס, פון תפיסה, אין אידישע צײטונגען און מאגאזינען און מאָלט זיך אראפ אלס עמיצער װי יוסף הצדיק פון די תורה װעמען פוטיפר'ס פרױ האט באשולדיגט אין האבן איר מאנס געװען. פונקט אזױ טענה'ט נחמי' איז ער אומשולדיג.

נחמי'ס סענטענס איז שפעטער פארמינערט געװארן צו 50 יאר צוליב א סטעיט געזעץ װאס קעפּד די די מאקסימום צאל פון יארן װאס א שופט טאר געבן פאר אזױנע קרײמס. נאכאלס זאגן קריטיקירער פון דעם הארבן סענטענס, װי למשל דאָנאַ אלדיע - נחמי' װעבערמאן'ס לױערקע - איז דאס צופיהל, און אױכעט טענה'ט זי איז דאס נישט קאנסטיטוּשענעל גיװען אז די דזשאָדזש האט דעם הארבן שטראף געגיבן צוליב דעם אופן װי-אזױ נחמיה האט געקליבן זיך צו פארטײדיגן. אזױפיהל יארן באדײט אז װעברעמאן װעט ערשט גײן פרײ אין די עלטער פון 97.

אנדערע צײכענען אָן אבער אז עס איז נחמי'ן געגיבן געװארן די אפציע צונעמען א פּלי דיעל בעפאר די טרײעל װאס אױב װאלט ער עס גענומען װאלט ער נאר געזעןצ 5 יאר און װאלט שױן לאנג צוריק געװען אינדערהײם. אנשטאט האט ער עס צוריקגעװיזן און האט דערמיט גורם געװען אָהן א שיעור צער פאר זײנע װיקטעמס, װעלכע האבן זיך געדארפט לאזן פארשעמען ברבים און צוריק אױפװיקלען די אביוז װאס זײ זענען אריבער, און אױך האט דאס פאראורזאכט גרױסע אױסגאבן פאר קאורט און פאר די טעקס שטײער צאלער.

אין דעצעמבער 2024 איז נתפרסם געװארן א בריװ פון מער פון 12 רבנים, אינקלודינג בײדע סאטמערס, בײדע באבובס, װיזניץ, סקװער, מונקאטש, ליובאװיטש, און אױך פון דער ראש הכולל פון 'רײטס' פון ישיבה יוניװערסיטי און פוסק פון אי-יוּ, ר' הערשל שעכטער. אין די בריװ שרײבן די רבנים דאס כאטש זײ טוען קאנדעממען די "סארט קרײמס" מיט װאס װעבערמאן איז "באשולדיגט געװארן", טועהן זײ אבער בעטן גאװערנער האקול צו קאָמיוטן װעבערמאן'ס סענטענס כדי ער זאל זיך קענען באטײליגן בײ די חתונות, בר מצװת בריתן פון זײנע 10 קינדער'ס, אײניקלעך'ס און אפי' אור-אײניקלעך'ס שמחות. אױך לײגן זײ צו אז ער איז קראנק, טאקע פון זיצן דארט אין תפיסה אזױ לאנג, און אז זײ זענען בײ דער מײנונג ער איז שױן ביז אהער גענוג אפגעקומען.

אפאר טאג שפעטער איז אבער פארשפרײט געגאנגען א װידעאו פון ר' שעכטער װי ער איז חוזר פון זײן חתימה זאגענדיג אז מען האט אים אױסגענארט אז װעבערמאן האט באקומען מער טורמע װי למשל א קריסטליכער גײסטליכער װאלט באקומען פאר די זעלבע זינד און אױך רופט ר' הערשל אין דער װידאו אָן מר װעבערמאן - א פובליק נֶגַע.

ציװישן דיע װעלכע פאלױען די קעיס הערן זיך טענות לכאן ולכאן. ס'דא אזעלכע װאס טענה'ן אז פארקורצערן נחמי'ס סענטענס טראגט די געפאר פון אנטמוטיגן אנדערע איצטיגע אדער פאטענציעלע װיקטעמס פון קומען פארװערד מיט זײערע סיפורים פון אביוז. זײ טענה'ן אז באשטראפן א יחיד פאר די נאַכלעסיגקײט פון א רבים, נעמליך 'שיקן א מעסעדזש פאר די קהילה', װירקט. װידעראום אנדערע טענה'ן אז אזא לאנגער סענטענס, אדרבה טראגט די געפאר פון דיסקארעדזשן 'קהילה שטיצע' פאר װיקטעםס װײל מענטשן װעלן קומענדיגע מאל, צװײ מאל טראכטן פאר'ן איבערגעבן עמיצן צו די אױטאריטעטן װיסענדיג אז ס'טראגט מעגליך א שטראף פון לעבנסלענגליכע טורמע.
 
לעצט רעדאגירט:
מאלט זיך אראפ אלס יוסף הצדיק....

הוילע פראפעגאנדע באהאלטן אין פארעם פון א נייעס ארטיקל
 
אין דעצעמבער 2014 איז נתפרסם געװארן א בריװ פון מער פון 12 רבנים, אינקלודינג בײדע סאטמערס, בײדע באבובס, װיזניץ, סקװער, מונקאטש, ליובאװיטש, און אױך פון דער ראש הכולל פון 'רײטס' פון ישיבה יוניװערסיטי און פוסק פון אי-יוּ, ר' הערשל שעכטער. אין די בריװ שרײבן די רבנים דאס כאטש זײ טוען קאנדעממען די "סארט קרײמס" מיט װאס װעבערמאן איז "באשולדיגט געװארן", טועהן זײ אבער בעטן גאװערנער האקול צו קאָמיוטן װעבערמאן'ס סענטענס כדי ער זאל זיך קענען באטײליגן בײ די חתונות, בר מצװת בריתן פון זײנע 10 קינדער'ס, אײניקלעך'ס און אפי' אור-אײניקלעך'ס שמחות. אױך לײגן זײ צו אז ער איז קראנק, טאקע פון זיצן דארט אין תפיסה אזױ לאנג, און אז זײ זענען בײ דער מײנונג ער איז שױן ביז אהער גענוג אפגעקומען.
די בריוו איז פון 2024 נישט 2014
 
אנדערע צײכענען אָן אבער אז עס איז נחמי'ן געגיבן געװארן די אפציע צונעמען א פּלי דיעל בעפאר די טרײעל װאס אױב װאלט ער עס גענומען װאלט ער נאר געזעןצ 5 יאר און װאלט שױן לאנג צוריק געװען אינדערהײם. אנשטאט האט ער עס צוריקגעװיזן און האט דערמיט גורם געװען אָהן א שיעור צער פאר זײנע װיקטעמס, װעלכע האבן זיך געדארפט לאזן פארשעמען ברבים און צוריק אױפװיקלען די אביוז װאס זײ זענען אריבער, און אױך האט דאס פאראורזאכט גרױסע אױסגאבן פאר קאורט און פאר די טעקס שטײער צאלער.
אן אריינגיין אין די וועבערמאן קעיס, איז די דאזיגע ארגומענט נאנסענס, אבער איז ליידער היינט צוטאגס די אנגענומענענע מיינונג אין די אומ-יוסטיץ דעפארטמענט. יעדע באשולדיגטער דארף איינגיין אויף א פלי דיעל און אפזיצן אפאר יאר, יא שולדיג צו נישט שולדיג, ווייל אויב נישט וועט ער מעגליך דארפן אפזיצן פארן לעבן. און אויב שטייט ער יא אויף זיינע קאנסטיטוציאנעלע רעכטן און וויל פרובירן צו אויפווייזן זיין אומשולד ווערט ער שוין גאר באשולדיגט און פארטאכלעווען אומנויטיגע געלטער און פייניגן די וויקטעמס.
 
Back
Top