יא דו האסט די כוחות

  • לייק
רעאקציעס: Yesh
די ניגון פאנגט זיך אן אז ר' שמעון זאגט אז מען גייט באקימען שכר פארן היטן די אויגן , קען מיר איינער זאגן ווי ר' שמעון זאגט עס?
 
מקען אבער שפריצן ביינאכט 😱

כהאלט שוין לאנג אז 90% פון אינזער סיסטעם איז אלעס כדי צי פריווענטן דאס איינע שפריץ...
נישט 90 נאר הינדערט פערסענט די גאנצע סיסטעם דרייט זיך ארים דעם
 
קוקט אויס ווי נאך אלעם מאכט ער עס
פון די 10
1002052005.jpg
 
די ניגון פאנגט זיך אן אז ר' שמעון זאגט אז מען גייט באקימען שכר פארן היטן די אויגן , קען מיר איינער זאגן ווי ר' שמעון זאגט עס?
מסתם זאגט ער עס (נישט) אין זוהר
 
איך קוק יא אױף שיינע פרויען, כ'האלט אז עס איז פון די באשעפערס שיינע בריאה! פונקט ווי ער האט באשאפן שיינע פאנאראמעס מיט הערליכע בלומען פאר אונז מענטשן צו הנאה האבן, האט ער אויך באשאפן שיינע פרויען צו ערגענצן די הערליכע בריאה, איך גיי אסאך מאל ארויס אויפן גאס בלויז אויף זיך אביסל אויסלופטערן און הנאה האבן פון די שיינע ווייבלעך וואס שפאצירן געמיטליך, עס פרישט מיר אויף און גיט כל פאר ווייטער, שכח אייבערשטער פארן צושטעלן אזא שיינע וועלט...
 
די ניגון פאנגט זיך אן אז ר' שמעון זאגט אז מען גייט באקימען שכר פארן היטן די אויגן , קען מיר איינער זאגן ווי ר' שמעון זאגט עס?
אין עני קעיס איז עס נישט רבי שמעון נאר משה די ליאון 😉😂
 
איך קוק יא אױף שיינע פרויען, כ'האלט אז עס איז פון די באשעפערס שיינע בריאה! פונקט ווי ער האט באשאפן שיינע פאנאראמעס מיט הערליכע בלומען פאר אונז מענטשן צו הנאה האבן, האט ער אויך באשאפן שיינע פרויען צו ערגענצן די הערליכע בריאה, איך גיי אסאך מאל ארויס אויפן גאס בלויז אויף זיך אביסל אויסלופטערן און הנאה האבן פון די שיינע ווייבלעך וואס שפאצירן געמיטליך, עס פרישט מיר אויף און גיט כל פאר ווייטער, שכח אייבערשטער פארן צושטעלן אזא שיינע וועלט...
@יצחק לאווי האט צוגעברענגט אין ק"ש א מאמר פון החכם דר. תומר פרסיקו, ווי ער שרייבט אז ווען מ'האט הנאה פון א פרוי, מוז עס נישט זיין א מיניות'דיגע הנאה, ס'קען פונקט אזוי זיין א וויזואלע הנאה, פונקט ווי מ'האט הנאה צו זעהן שיינע פאנאראמעס וכו'.

איך בין נייגעריג צו דער עולם דא איז מסכים צו דעם.
 
איך מיטשע זיך צו פארשטיין דעם כל ישראל עריבים זה לזה. וואס איז מיין חלק אין די ערבות. איך בין ערב אז ? אויב האט ער געטוהן אן עבירה אין לאנדאן איך בין אין ניו יארק בין איך שילדיג אויף דעם ווייל ?

אויב האט איך געהערט אז ער וויל טוהן אן עבירה האב איך געדארפט טוהן וואס ?

מען דארף מאכן אן עינים ווייל איך בין אן ערב. אויב אזוי דארף מען מאכן 613 סארט ארגענעזאציעס פאר א יעדעס עשה און לא תעשה, פארוואס טוהט ער נאר עינים. איך וויל פשוט פארשטיין ווי אזוי לערנט מען דאס אף.
אז א חסידשע איד און בעלז עסט מיט א גאפל,

שמד זיך א איד און בערלין....

דאָס מיינט ערבות.
 
מקען אבער שפריצן ביינאכט 😱

כהאלט שוין לאנג אז 90% פון אינזער סיסטעם איז אלעס כדי צי פריווענטן דאס איינע שפריץ...
בד"וו: דאס אליינס אז מען מאכט א עסק דערפון דאס אליין ברענגט צו די נאסע חלומות...
ס׳איז באקאנט דאס טייטש אויף "אין מקרה יוצא מידי פשוטו" ווייל פשוט'ע מענטשן מאכן נישט קיין עסק פון אלע די ענינים....
 
מיין טעיק אין דעם דיסקוסיע:

די שאלה צי עס איז א מצוה אדער אן עבירה צו קוקן אויף פרויען, איז גענצליך אומרעלעוואנט, הגם מיט אן אויפריכטיגן בליק אריין אין גמרא און שו"ע איז קלאר אז עס איז נענטער צו אן עבירה. אבער ווי געזאגט, עס איז אומרעלעוואנט.
דא האנדלט זיך פון א חלק כלל ישראל וואס איז איבערצייגט, מיט רעכט צי אן, אז גאט לאזט נישט קוקן אויף פרויען. אלזא, אנשטאט אריינשליידערן גילט און יואש ווי דער מנהג איז געווען במשך די לעצטערע יארן, האט עינים גענומען א שארפן עקזיט. קיין ווארט איבער די הארבקייט, קיין ווארט איבער א דורכפאל, ניטאמאל קיין רמז דערצו. בלויז די זכיה וואס מען האט יעדעס מאל מען היט זיך די אויגן. קאמפלימענטן. חיזוק. און אזוי ווייטער.

אויב דאס איז קעגן וואס מאנכע פון דאהי רעגן זיך אויך, דאן וואס איז יא דער וועג?

(פאר די רעקארד, בין איך בכלל נישט מסכים מיט'ן מאטא פון 'יא דו האסט די כוחות'...)
 
די גיטע וועג איז אז מען זאל בכלל נישט רעדן פון דעי ענין פונקט ווי מען רעדט נישט א גאנצע טאג פון לשון הרע אדער אנדערע עבירות ווי זאגן ליגענט . די נקודה איז אז מען האט געמאכט דעי נושא ווי א בער און דאס איז די פראבלעם

רעד בכלל נישט דערפון!

איך האב נאכאלטס טראמא פון מיין כיתה ה' מלמד וואס האט מיר געזאגט נישט צוצירירן....

#מעשוגענער!
 
לעצט רעדאגירט:
די גיטע וועג איז אז מען זאל בכלל נישט רעדן פון דעי ענין פונקט ווי מען רעדט נישט א גאנצע טאג פון לשון הרע אדער אנדערע עבירות ווי זאגן ליגענט . די נקודה איז אז מען האט געמאכט דעי נושא ווי א בער און דאס איז די פראבלעם

רעד בכלל נישט דערפון!

איך האב נאכאלטס טראמא פון מיין כיתה ה' מלמד וואס האט מיר געזאגט נישט צוצירירן

#מעשוגענער
טראומא פון א כתה ה' מלמד וואס האט בלויז געזאגט נישט צורירן איז בכלל נישט די נארמע, און עס איז נישט אויסגעהאלטן פון א לאגישע שטאנדפונקט צו ברענגען א ראי' דערפון על הכלל כולו.
און אויב ווי געזאגט, האלט די דאזיגע גרופע אז גאט לאזט נישט טוהן דעם ספעציפישן זאך, איז דאס נישט רעדן דערפון בכלל נישט קיין אפציע. דער בעסטער אויסוואל בלייבט דעריבער צו רעדן דערפון אויף א פאזיטיווע אופן.
 
איך בין אויפגעוואקסן מיט די גרעסטע איבערצייגונגן און און די וועלט אז אז 'דאס' איז אידשקייט און גוים האבן רילעשנשיפס אפען גאס אידן זענען אזוי פריילך ווייל זיי היטן די אויגן און עס איז נישטא קיין ארעמעלייט וואס היטן די אויגן און די גוים האבן נישט קיין ברויט צו עסן ווייל זיי היטן נישט די אויגן... אוי אוי איך וויל ציפליקן מיינע רבי'ס אין חדר, אבער עס איז נישט זיין שולד מיינע חברים און חדר זענען נישט געווארן אזוי טראמעטייזד פון די נושא איך מיין איז מער Child hood טראמע פון מיין טאטע, אבער פון ווי האט ער עס גענומען ווייס איך נישט איך לייד נאך עד היום פון דעם, א דריי פערטל מוח איז ביזי מיט דעם א גאנצן טאג, קודם אז מען טאר נישט קוקן, און וואסערע חורבן מען מאכט זיך אן בזה ובבא, און דערנאך טוט עס בעקפייערן און מען קוקט וואטעווער...

באט פון די אנדערע זייט וויל איך זיין ערליך וויל נישט קוקן און נישט מוזל זיין באט איך וויל קענען מסיח דעת זיין און נישט טראכטן פון די צודרייטע נושא אז מען טאר נישט און מען מעג נישט און מען דארף נישט איך האלט אז די אלע עינים צעטלעך מאכן משוגע די מענטשהייט און פארדרייען אידישקייט, אידישקייט איז זייער גרויס מאכן אזא עסק פון איז איז קאקא!!
 
(פאר די רעקארד, בין איך בכלל נישט מסכים מיט'ן מאטא פון 'יא דו האסט די כוחות'...)
איך האב זייער ליב דעי מאטא.. איך זינג עס יעדע מאל מיין ווייב איז "נישט אין די מאד"

שכח עינים
 
Back
Top