- זיך איינגעשריבן
- מאי 10, 2024
- מעסעדזשעס
- 907
- רעאקציע ראטע
- 7,624
- פונקטן
- 923
ס'היינט דא גרויס אינטערעסע אין יענטישקייט.
טרעפסט עס אינטרעסאנט? אויב אזוי, ווען מ'האט אזא יענטישער טאג מיט גרויסע חידושים פאק עס ארויף. כ'גיי פתיחה מיט מיין סדר היום פון די לעצטע פאר שעה. צו אויסטרייען עפעס ניי אין א באורד מינוט.
סדר היום
פראבירט צו איינשלאפן 9:00 ביינאכט האבענדיג א פלייט צו כאפן, געבליבן אויף ביז 11:00 און גענומען צוויי מילגראם מעלעטאנען אבער נאכאלס געבליבן אויף ביז 12:45
אויפגעשטאנען 1:40 דורך א חבר וואס האט מיט רשות פון פאראויס אריין אין אונזער הויז און געקלאפט אויפן טיר פונעם שלאף ציממער ביז די צדיקות האט זיך אויפגעוועקט און מיר אויפגעוועקט.
געכאפט א שנעלער שאור, געגעבן א לאנגער קיש און האג פארן האלב שלאפנדיגן צדיקות, פארשפרעכנדיג צו אפדעיטן און מעסעדשן א גאנצער צייט.
מיטגענומען א באנענע, טמעיטע, און אביסל היימיש געמאכטע טחינה.
ויסעו מיטן חבר, צוויי שעה צום אירפארט.
אפגעשטעלט ביי א מיקדאונלדס געקויפט 4 בורגערס פאר אונז אהן קיין פלייש, נאר טשיז און וועג'טבולס, געטינקן אינעם טחינה צו שפירן אביסל היימישקייט.
נאכן ווארטן פארן שאטל, זעמער ענדליך אנגעקומען צום אירפארט 4:55, ס'געווען א לאנגער רייע ביי סעקיוריטי אבער אונז האבן געהאט א קריעת ים סוף 5:13 זעמער שוין געווען די אנדערע זייט! ב"ה!
זיך געקויפט א סמודי מיט א מין יאגערט געמישט מיט פרוכט ($26 טאטעל, רשעים! אקעי, א כפרה...)
ארויף אויפן עראפלאן און מ'איז נאך יעצט אין הימל.
געשלאפן אביסל, געליינט קרעמל אביסל, און געשריבן דאס.
-
אינטרעסאנט? באורינג?
אויב הייב איך אהן צו בלאגן וואס דארף איך טון בעסער?