איבערלייגן חברים לשם מצות חינוך

שעפטאל

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 10, 2024
מעסעדזשעס
987
רעאקציע ראטע
8,436
פונקטן
923
צדיקים האבן געזאגט אויף יענער וועלט וועט מען פארהאלטן פארוואס האסטו נישט מוחה געווען?!
דאס איז ביי אונז אלעמאל געווען דער דרך, אז מ'פארגינט נישט פליקט מען אריין.

סאו אפאר פון די שטערנס אין קרעמל וועלן באקומען א פליקל. שטייצעך ס'נישט חלילה אויף אן אמת, נאר מיטן אמת לאמיתו...
כ'האף מיט די צייט צו געבן א שריי אויף יעדער אקטיווע שרייבער
-

@אין הכי טאקע און @קאצקער האבן אזא מנהג אז מ'ווארפט צעהן בריליאנטן אין איין טאג און מ'ווערט צוריק פארשווינדן בעפאר דערעולם האט צייט צו ליינן.

האלאו איין קענדי א טאג, וועט עטץ באקומען מער לייקס און מ'וועט קענען געהעריג קאמענטירן, אז נישט קאמפיעט מען מיט זיך אליין.
-

@שמעקעדיג האט נישט קיין צייט, סארי כאנישט. זיין טאג באשטייט פון פופצן מינוט, נישט מער.

ווער געדענקט נאך ווען דער אינגער שמעקי האט נאך געהאט צייט זיך אהן רופן און מאכן א טויש אויפן וועלט. אבער נתקטנו הימים. והבצים.
-

@כספי האט זיך אנגעריקט אין ק"ש ווי דער תמימית'דיגער בחורל וואס ברענגט אויף אלטע אשכולות מיט קליינע פיצי הערות ווי די הגהות פונעם כולל יונגערמאן אינעם זייט פונעם ספר אזא עיין שם מיט א האלבע צושטעל וואס שטומט כמעט.

קומט אבער א צייט און דער יונגער דוד'ל געדענקט ימים מקדם. נאך אביסל האט זיין אוועיטאר גאר געווארן געלט און ניצוצי כסף איז געקומען. ויצא הכספי הזה דער לוחם וועגן די חטופים.
-

דער @שושני פירט זיך ווי זיין נאמען, ער קאווערט אלעס, קען אלעס, זאגט אלעמאל פארקערט. מיטן געשליפן צינגל און כאריזמע נעמט ער איין וועלטן.
חקר המקרא איז זיין אישפיזין.
זיך אננעמען פאר קרעמל איז זיין האבי.
שלום עליכם שנירל איז זיין מצוה.
-

ווי נאר @מרחשון האט געכאפט אז ער לייקט מענטשן וואס ווייסן נישט וואס זיי רעדן - האט ער זיך אפגעקילט.
און יעצט זאג דו מיר וואס האט @אלפא געטון ווען ער האט געכאפט אז ער ווייסט נישט וואס ער רעדט?

אבער @קהל׳ס נער הערט אויף שרייבן ביי זיבן טויזענט לייקס?! וואס האסטע יעצט געכאפט?! איי געסס א נאר כאפט שפעהט.
-

@אפטימיסטיש קענסט מיר זאגן וויפיהל יואלי לאנדא צאהלט דיר צו פאוסטן זיינע זאכן?
-

דער @כלבין דחציפין - קיין כלב איז ער ניט אבער א חצוף יא

-
דער @אפענער איז מיר א חידוש עצום. וואס געט אים חיות צו רעדן מיט מענטשן וואס ווייסן נישט ווי אזוי צו טראכטן און זיי קלארשטעלן איין מאל און נאכאמאל אז זייערע רייד האבן נישט מיט כללי לאגיק און זייערע טעאריעס שטומען נישט מיטן מאטאמאטישן חשבון?

וואס דרייווד אים צו שרייבן און ענטפערן?

אויב ס'איז סייווי נישטא קיין ראיות אויף גאט דאן וואס מאכט אויס אויב די מענטשהייט ווייסט די אמת?

חוץ אויב שכל איז זיין גאט...
-

דער @blender האט זיך אזוי אריינגעריקט ווי אן אלטער לייב פון די בראשית קאווע שטיבל. אויש כאנאכנישט קיין פליק, געב אונז נאך אן ארטיקל, האפנטליך דאן וועסטו באקומען א פליקל.
-

@תרמב דארף ערענסטע טעראפי, וואס פארא געפלויגנאכטץ פון אייוועלט און טאקע צוליב קרעמל... לעצטענס איז ער ביזי אז קרעמל וויילן איז ריגד, אדער מאכט זיך ווי דעמאקראטיע און איז עכט דיקטאטורשאפט.

די שורש האט לכאו' צעטוהן מיטן זיין א חסיד פונעם טראמפער רבי'ן וואס האט שוין פארפירט אז מ'האט געפעלשט די וואלן און אז די דעמאקראטן האבן מיט די דיעפ סטעיט, סאו קרעמל איז לכאו' די זעלבע.
-

און דאס איז א שפיל קעגן אונזער @מסתת הרים האלאו @חבקוק זיי זיך מודה, ביסטו א דיקטאטור צו נישט? הא? דו ענטפערסט נישט? ווייל דו ביסט! ענטפערסט יא? ווייל דו ביסט!

די פארשלאג איז עכט צו מאכן קרעמל א דיקטאטורשאפט. ס'שוין דיקטאטורשאפט. היימישע סענסערשיפ. מ'ווארט פאר ריבוי אוסרים...
החינם קרא שמו @מסתת הרים?...
-

שטייצעך ס'איז נאר לשם א 'שמייכל' אין א פארכמארעטן ציונית'דיגער מינוט.

לחיים לחיים!
 
וואס הייסט? וואס איז פארגעקומען דארט.
אלטע פאליטיק געווען (ער האט געלייגט דעם קרעמל לינק אין א פריוואטער פארום אויף אייוועלט, ווען איינער האט געבעהטן דערפאר. עפעס אזוי...)
ער איז שוין לאנג צוריק
 
@שעפטאל , א דאנק פארן מיך נישט איבערלייגן🤣. איי געס איך שרייב נאכנישט גענוג אויף קרעמל צו ווערן ראוסטעד... (איך נעם פאר זיך צו פארבעסערן, גענוג אויף די לעוועל אז דו זאלסט מיך ווילן ראוסטען)
 
דער @הויעך ברייט איז דער נייער לייקער ער מאכט זיכער יעדע הודעה גייט אריבער מיט א לייק.
ווי אין קראון הייטס? לייק
יא. לייק
כ'האב געמיינט אז אין מאנסי. לייק
ניין קראון הייטס. לייק
 
דיין ווערד האט גארנישט מיט קרעמל צעטוהן
און גארנישט אויב שעפטי האט פונקט א פליק אויף דיר
ס'האט נישט צעטוהן מיט קיין מעלות אדער חסרונות

דיין ווערד איז דיין זיך
קיינער (אינקלודינג דיר) קען דאס נישט אפ שאצן אדער אפי' פארשטיין
 
דער שעפטאל שרייבט און שרייבט, זארגט זיך פאר יעדנס געפילן

א געפערליכער אינג

איך האב נישט געטראפן א געהעריגע פליק, זאג איך דאס, א הארץ פול אוו לאוו און לייקס...
 
אויב דאס הייסט איבערגעלייגט, דעמאלט וויאזוי הייסט דאס וואס מיין רבי פלעגט טוהן צו מיר?

באמת קען איך דיר נישט בלעימען... האסט מיר נאכנישט געטראפן אין ריעל לייף. אויב יא וואלסטו שוין איינמאל געהאט וואס צו זאגן.

איך פלעג זיין די יונגל וואס פלעגט ביי יעדע סיום טאנצן אין מיטן רינג, איינס ווייל איך האב מיר איינגערעדט איך קען מאכן א גוטע קעדאטשקע, און צוויי ווייל קיינער פון דרויסענדיגער רינג האט מיר נישט געוואלט אריינלאזן צווישן זיי. פארוואס פרעגסטו? דאס איז אויך צוטיילט אין צוויי; איינס ווייל איך האב אייביג געהאט שוויציגע הענט, און צוויי ווייל מיין ריטם איז אייביג געווען אָאף מיט א האלבע ביהט. אויב האב איך זיך אויף עפעס אן אופן באוויזן אריינצוקוועטשן צווישן צוויי אנדערע קינדער, איז די גאנצע רינג געווארן מיד פונקט יענע מינוט, און געדארפט וויכטיג גיין טרינקען וואסער.

אין ישיבה האט מען מיר אייביג געגעבן אלס חברותא די ראציגער נאז, נאר ווען ער איז געווען פריי פון זיין פריוואטע יונגערמאן, ווייל איך האב דאך א גוטע קאפּ, און איך קען נישט זאגן ניין. בין איך געבליבן אויסהערן פאר א שעה צייט וועלכע זינגער ס'האט געזונגען ביי זיין עלטערע שוועסטער'ס חתונה.

היינט בין איך א גאנצע וויכטיג מאכער אין מיין אייגענע מח, ווייל איך שרייב אויף קרעמל.

ווען איינער כאפט אויס מיין פארקינג ספאַט, פשוט ווייל איך בין געווען צו פארקלאצט, טראכט איך, 'ווען ער ווייסט ווען'...

ווען איינער גיבט מיר א געזונטע שמוץ מיט'ן טלית ביי ברכי נפשי, טראכט איך 'הא, ווען ער ווייסט ווען'...

ווען מיין קרעדיט קארד ווערט דעקליינט, פונקט ווען מיין שכנ'ס פרוי שטייט אונטער מיר, גיב איך מיר א שטיקל נחמה, 'ווען זי ווייסט ווען'...

סארי איך דארף גיין... די קאר אונטער מיר איז ארויסקומען זאגן אז ער פייפט שוין פאר צען מינוט.... איך בין ביי א סטאפּ סיין... ער וויל רופן פאליס... 'ווען ער ווייסט ווען'...
 
@קאצקער האבן אזא מנהג אז מ'ווארפט צעהן בריליאנטן אין איין טאג און מ'ווערט צוריק פארשווינדן בעפאר דערעולם האט צייט צו ליינן.
אדרבא, טרעף מיר א וועג ווי צו עפענען קרעמל אויף א "כשרע" כלי............
סתם ככה, כ'בין נישט קיין כולל אינגערמאן, כ'בין א ישיבה בחור, אין ישיבה לערנט מען...........
 
היינט בין איך א גאנצע וויכטיג מאכער אין מיין אייגענע מח, ווייל איך שרייב אויף קרעמל.
איך קען גראדע א אנדערע וויכטיג מאכער, אבער יענער שרייבט אויף אייוועלט 😏
 
איך קען גראדע א אנדערע וויכטיג מאכער, אבער יענער שרייבט אויף אייוועלט 😏
ער העט מאכן דיינע ביצים נאך קלענער אויב ווערט ער געווארן אז שמעקי האט דערמאנט זיין נאמען אויף די ציונישטישע קרעמל
 
אין ישיבה האט מען מיר אייביג געגעבן אלס חברותא די ראציגער נאז, נאר ווען ער איז געווען פריי פון זיין פריוואטע יונגערמאן, ווייל איך האב דאך א גוטע קאפּ
משוגע איך פלעג אויך ליידן אויף דעם, ווייל יענעםס טאטע וויל נישט באצאלן א אינגערמאן זאל לערנען מיט עם דארף איך ליידן, געהעריגע טשיילד לעיבער!
אויב האסטו נישט וואס צי טין מיט עם שיק עם ארבייטן אין קאך אדער מאך עם חק״ס און לאז מיר צוריה.
 
@איש מבקש דערמאנט מיר פון שעפטי אין די אינגע יארן ווען מ'איז נאך געוועהן אזוי געפיהליש און וואולנערבול.
-

דער עלטערער איד האט זיך געשלעפט צעהן גאסן פרייטאג צו נאכטס צום מונקאטשער שוהל נאר צו הערן אז ס'נישטא קיין טיש דעם וואך. און ער ענטפערט נאך 'כ'האב געוויסט'. אז דו ווייסט וואס קומסטע?

דער @איש פשוט וועט צולייגן 'כ'האב געוויסט אז דו גייסט דעס ענטפערן'.
אז דו ווייסט וואס פרעגסטע?
-

ס'דא די חברים וואס זענען מומחים אין בלייבן אונטער די ראדאר. למשל @Yesh

דו ווייסט ער האט איבער דריי הונדערט מעסעדשעס, איבער טויזענט לייקס, שוין געפענט 15 שנירלעך?

קענסט מיר נאכזאגן איין זאך, א שיטה? א הודעה? עניטינג?! - בלענק. כאנישט קיינאנונג.

זעלבע מיט @מדריגה, קענסט עפעס נאכזאגן? האלאו דשעף בעיזאס חתונה שנירל איז זיינס. סאם האו באווייזן זיי צו שרייבן און באקומען לייקס און זיך האלטן שטיל.

און דערנאך צווייפלן נאך די אפיקורסים אין די מעשה פון ר' צבי דער אייניקעל פונעם בעש"ט וואס איז פארגעסן געווארן בחיים חיותו.

אויב ווילסט עטץ איין טאג ארויפגיין אויפן ראדאר שרייבט עפעס גאר קאנטרעווירסול, וכדו'.
-

דער @כוכבים פלעגט שרייבן ווי דער לץ פונעם שטיבל, לויז, זארגלאז, אהן געבן א דעקל. שמועות צירקלן אז ער האט פארלוירן זיין פּען. אדער ער האט זיך געכאפט אז מ'דארף געלט. אזוי צו אזוי העמער זאגן דעם אמר ר' בנימין לזכותו.
-

@יענקל פאדראשיק קומט אקעגן ווי דער שטילער אינגערמאן וואס איז אפן אבער איידל, א שטיקל טריפער מיט א גוט הארץ. ער קומט יעצט אהער צו ווערן טראומאטעזירט פון דערמאנט ווערן אומגעראכטענערהייט.

@מארלי געט ארויס ענערגיע פון פרייהייט, ער האט א שטארקע ריקנביין אבער קען ווארפן שארפע אויגן. ווען דער באקומט אן השראה גייט עס פול פארס.

@Reb Yid האט א געוויסער אייגנקייט אהן זיך פאַליש'ן פאר אנדערע, נאר ענדערש ווי דער לייב וואס שטייט קאמפס גרייט.
אבער נישט קיין פארגלייך צום וועג ווי אזוי דער @טעלעפאן וועט זיך טענהן. אזא גישה ווי גיי דיר אינדער ערד...
 
Back
Top