אידישע סאשעל גרופעס

תיקון ברענגער

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
אוג. 30, 2024
מעסעדזשעס
21
רעאקציע ראטע
38
עס איז דא אסאך היימישע סאציאלע מידיע גרופעס, עפן איך דא אן אשכול (סארי, שנירל) איבער זיי אלע.

קומט אריין מיט אייערע טעלעגראם, וואטסעפפ, און אלע פלאטפארמעס וואס איר טראכט אז קרעמער קענען זיין אינטערעסירט דערין.
א שטיקל נוגע בדבר בין איך פארן עפענען די שנירל, ווייל איך פראביר שוין לאנג צו טרעפן א טעלעגראם טשענעל מיטן נאמען "טאאאקע" אויב איינער ווייסט דערפון ביטע מיטטיילן.
 
א פלאץ זיך צו באקענען און עקספרעסן…

געאייגענט פאר ווער ס׳וויל זיך באקענען מיט לייק מיינדעד פיפל וואס פיהלן זיך געצוימט אין זייער סיסטעם/סאסייעטי און שעפן חיזוק און אימאשענעל סופארט:

Kehillah OTP
 
מלחמה סודות - טעלעגראם טשענעל אידיש.

ער פאקט ארויף נייעס און ווידעאס (אמאל גראפיש אויך) פון ארץ ישראל.

אפדעיט זייער אפט. טייל מאָל ממש מינוטן אדער אפילו בשעת עפעס פאסירט.

מלחמה סודות אין אידיש
 
דער יאסי גאלדשטיין פאדקעסט.

דער באקאנטער שרייבער און מויל מאכער יאסי גאלדשטיין אדער ווי ער האט זיך גערופן אויף קול מבשר גדליה מערינג, האט געעפנט א פאדקעסט.

טייל מאָל איז עס גאר אינהאלטסרייך, ער קריכט אריין אין א טעמע אדער היסטאריע. געווענליך בערך 20 מינוט.

טייל מאָל גייט ער בלויז איבער די לעצטע נייעס, טאקע מיט דעטאלן, אבער אויב מען האט גוט געליינט אדער צוגעהערט די נייעס פון פריער דאן איז ער דיר גארנישט מחדש.

ער איז פארנומען אסאך צו רעדן אלעס ארום דעם פאדקעסט, ווי למשל אז עס גייט קומען גוטע שמעוסן אדער רעדן ווי יא אדער נישט קאנסיסטענט ער איז.

לעצטענס איז ער דאכצעך געווארן מער פראפעסיאנאל און האלט זיך צום טעמע.

דער יאסי גאלדשטיין פאדקעסט
 
א פלאץ זיך צו באקענען און עקספרעסן…

געאייגענט פאר ווער ס׳וויל זיך באקענען מיט לייק מיינדעד פיפל וואס פיהלן זיך געצוימט אין זייער סיסטעם/סאסייעטי און שעפן חיזוק און אימאשענעל סופארט:

Kehillah OTP
קען איינער פארציילן מער וועגן די גרופע? איז עס סעיף וכדומה?
 
קען איינער פארציילן מער וועגן די גרופע? איז עס סעיף וכדומה?
ס׳איז א פלאץ ווי מ׳טרעפט נאך ׳לייק-מיינדעד׳ מענטשן און מ׳קען דיסקאסירן וואס מען וויל [ע״ד התורה] אָן צו ווערן א שייגץ - פארקערט, מ׳זעט אז ס׳דא נאך אסאך מענטשן וואס טראכטן פינקט אזוי כאטש אין גאס האבן זיי מורא צו רעדן.

בערך איזעס די זעלבע געדאנק ווי ׳קרעמל׳, נאר די ציל איז צו ווערן עכטע ריעל-לייף חברים און נישט בלויז א ניק אויפן סקרין.

דערווייל איזעס א קליינע הייפעלע פון לערך א מנין אידן.. כ׳אב געלינקט צו דיין שאלה אויפן גרופ און אויב איינער פון זיי איז אויך א ׳קרעמלער׳ וועט ער האפענטליך אויך ענטפערן.
 
א פלאץ זיך צו באקענען און עקספרעסן…

געאייגענט פאר ווער ס׳וויל זיך באקענען מיט לייק מיינדעד פיפל וואס פיהלן זיך געצוימט אין זייער סיסטעם/סאסייעטי און שעפן חיזוק און אימאשענעל סופארט:

Kehillah OTP
אבער דאס איז נאר פאר איינער וואס וויל טון רצון השם, ע"ד התורה, ס'געט נישט פאר איינער וואס זוכט א אמת'ע אפענע פלאץ
 
אבער דאס איז נאר פאר איינער וואס וויל טון רצון השם, ע"ד התורה, ס'געט נישט פאר איינער וואס זוכט א אמת'ע אפענע פלאץ
ריכטיג. רוב מעמבערס דארט ווילן זיין שומרי תומ״צ אבער זענען צו אויפגעקלערט צו פארליידן די סיסטעמאטישע באצווינגענע so called אידישקייט
 
ריכטיג. רוב מעמבערס דארט ווילן זיין שומרי תומ״צ אבער זענען צו אויפגעקלערט צו פארליידן די סיסטעמאטישע באצווינגענע so called אידישקייט
נישט רוב כדי אריינצוקומען דארפסטו זאגן אז דו ווילסט זיין א שומר תו"מ
 
נישט רוב כדי אריינצוקומען דארפסטו זאגן אז דו ווילסט זיין א שומר תו"מ
אקעי, אקעי… כאפסט מיר ביים ווארט 🥹

To be exact לייג איך דא די מעסעדזש וואס כ׳האב באקומען ביים זיך איינשרייבן:
פאר די הצלחה פונעם גרופ און אז יעדער זאל שפירן אז ס׳איז א סעיף פלאץ צו זיין אפען און זיך עקספרעסן אן קיין פחד פון סיסטעם קאנסעקווענסן, בעטן אונז יעדע נייע מעמבער צו שערן כאטש איין נקודה מיט וואס זיין סיסטעם/סאסייעטי מאכט אים אומבאקוועם.
און וואס דו שערסט מיט מיר וועט אויך ווערן געשערט מיטן גרופ תיכף ווען דו ווערסט אריינגענומען.
_
ווי אויך איז וויכטיג צו וויסן אז די פלאץ איז געאייגענט בלויז פאר ערליכע אידן מיט א רצון (אדער כאטש א רצון צו האבן א רצון) זיך צו פירן ע״ד התורה.
 
קוקענדיג אויפ'ן לינק טראכט איך צו מיר
אוי ווי מ'דארף אזא שמועס
אבער איבער אידישע סאושעל גרופעס לייוו
עכט, מיט מענטשן, נישט טעכנעלאגיע געשטימט
הלואי!!
 
קוקענדיג אויפ'ן לינק טראכט איך צו מיר
אוי ווי מ'דארף אזא שמועס
אבער איבער אידישע סאושעל גרופעס לייוו
עכט, מיט מענטשן, נישט טעכנעלאגיע געשטימט
הלואי!!
אן עס. עי SA (סיסטעם אנאנעמיס) גרופע.
 
קוקענדיג אויפ'ן לינק טראכט איך צו מיר
אוי ווי מ'דארף אזא שמועס
אבער איבער אידישע סאושעל גרופעס לייוו
עכט, מיט מענטשן, נישט טעכנעלאגיע געשטימט
הלואי!!
מ׳ארבייט אויף א לייוו פארברענג. מער ווייניגער פונעם עולם דארט וויל עס, ס׳דארף פשוט זיך אויסארבייטן די טעקניקעלס
 
Back
Top