אידישע ווערטער אויסלייג

פארוואס איז יאקבאוויטש יאראסלאוויטש געספעלט מיט א j?
 
ווייל אין מזרח אייראפע שרייבט מען א J אנשטאט א Y פאר די אות יוד׳. מילא איז עס שוין מיטגעקומען קיין אמעריקא.
 
פארוואס איז יאקבאוויטש יאראסלאוויטש געספעלט מיט א j?
וואס איז די פראגע?

און דייטש/ענגליש זענען פילע י'ס געשריבן מיט א J.

Joel = יואל
Jeremiah = ירמי'
Jacob = יעקב
וכו'

יעקב'אוויטש = (בן יעקב) = Jacobowitz

היסטאריש זענען יוד און J די זעלבע אות.
ביידע זענען די צענטע אות אין די אלפאבעט.
 
וואס איז די פראגע?

און דייטש/ענגליש זענען פילע י'ס געשריבן מיט א J.

Joel = יואל
Jeremiah = ירמי'
Jacob = יעקב
וכו'

יעקב'אוויטש = (בן יעקב) = Jacobowitz

היסטאריש זענען יוד און J די זעלבע אות.
ביידע זענען די צענטע אות אין די אלפאבעט.
איך בין נישט זיכער אבער איך מיין אז ערשט איז i געווען פאר ביידע, שפעטער האט מען צוגעלייגט J צו צוטיילן די צוויי סאונדס.

***

עדיט:
Here you go
View: https://youtube.com/shorts/AzrG27RGXWw?si=ycMt2xhjL03eapee
 
וואס איז די פראגע?

און דייטש/ענגליש זענען פילע י'ס געשריבן מיט א J.

Joel = יואל
Jeremiah = ירמי'
Jacob = יעקב
וכו'

יעקב'אוויטש = (בן יעקב) = Jacobowitz

היסטאריש זענען יוד און J די זעלבע אות.
ביידע זענען די צענטע אות אין די אלפאבעט.
פארוואס טאקע? אונטערסאנט
 
היסטאריש זענען יוד און J די זעלבע אות.
ביידע זענען די צענטע אות אין די אלפאבעט.
א גוטע ביישפיל דערצו איז Jehovah’s Witnesses וואס די ערשטע ווארט באדייט די י-ה-ו-ה
 
וויאזוי זאגט מען זעלנער (אפיציר) בלשון יחיד?
אויב די לשון יחיד פון קינדער איז קינד, דעמאלט די לשון יחיד פון זעלנער איז זעלן? זאָלן?
אפשר גאר איז זעלנער א לשון יחיד? איז וויאזוי זאגט מען זעלנער בלשון רבים?
זעלנערן? זאַלנאַרן?
 
לעצט רעדאגירט:
למעשה האב איך מיך איבערגעטראכט.
זעלנער איז זיכער א לשון יחיד פונקט ווי לערנער.
אויב איינער וואס לערנט איז א לערנ-ער, דעמאלט איינער וואס זעלנט (וואטעווער דאס דארף צי מיינען) איז א זעלנ-ער.
און אויב לערנער בלשון רבים = לערנערס, דעמאלט זעלנער בלשון רבים = זעלנערס.
למעשה מנחם מענדל פלעגט שרייבן זעלנער אפילו אויף א רבים. און איך האב נאך קיינמאל נישט געזען ערגעץ שטיין זעלנערס.

א אינטערעסאנטע היכא תימצי אז מען פאלגט אפציעל נישט די כללים.
אדער ווי מען וואלט געזאגט אין בריסק ״על כרחך איז דא דא א נייע כלל, אז א ווארט וואס באשטייט פון די אותיות ז׳ ע׳ ל׳ נ׳ ע׳ ר׳ און איז אויסגעלייגט מיט אט די סדר, שרייבט מען די לשון רבים פונקט ווי די לשון יחיד.״
 
cleardot.gif
וויאזוי זאגט מען זעלנער (אפיציר) בלשון יחיד?
זעלן? זעל? זאָלן? זאָל?
אפשר גאר איז זעלנער א לשון יחיד? איז וויאזוי זאגט מען זעלנער בלשון רבים?
זעלנערן? זאַלנאַרן?
'סאלדאט' קומט פון דייטש (Soldat)

זעלנער' קומט פון פויליש.
איין סאלדאט = żołnierz
סאלדאטן= żołnierski

במילא איז די ווארט זעלנער (די ז צום סוף האט זיך אוועקגעגליטשט) די עצם ווארט. די לשון רבים איז נישט אריבער צו אידיש (קען טאקע זיין וויבאלד אין אידיש (ווי דייטש) הערט זיך עס ווי א לשון רבים, אזוי ווי קעלנער)
 
בשעת׳ן איבערטייטשן די XenForo פלאטפארמע האט זיך געמאכט פארשידענע ספיקות און מיינונגס פארשידענהייטן איבער די אויסלייג פון געוויסע אידישע און פאראידישטע ווערטער, אלזא עפן איך אויף דעם שנירל אויסצושמועסן די ענינים, נישט ווייל גרויסע עקספערט בינעך, ווי שלמה׳לע זאגט אין על נהרות בבל, נאר פשוט כדי די גרויסע פראפעסארן דא זאלן האבן וואו צו לייגן זייערע מיינונגען.
איז לאמיר אנהייבן מיט א ספק וואס האט אנגעזייעט אזא שרעקליכע מחלוקה; אז עס האט געהאלטן ממש ביים צוגרינד לייגן דאס גאנצע פראיעקט.
אדמיניסטראטאר אדער אדמיניסטראטור?
מאדעראטאר אדער מאדעראטור?
במשכל ראשון האט מיר תיכף בעסער געשמעקט אדמיניסטראטאר און מאדעראטאר, פארוואס פרעגסטו? א גוטע קשיא!
דאס איז אמאל קלאר ווי א גלאז אז אדמיניסטראטור איז טאקע נישט עק וועלט, נאר וואס א טעם האט עס דען? ווי א גלוז זויערע ארענדזש דזשאס! אדער ווי א גאמענע פינאט טשא! עס קוקט אויס ווי איינער מאכט זיך מילוי ווין אן א צאל, פון שטאָל - שטול, און פון לאל - לול, עס קוקט פשוט נישט אויס קאאל, אריינצושטעקן דעם וו איבעראל.
אבער איין מינוט, אויב איז דער וואס פירט אן די סייט אן אדמיניסטראטאר דאן וואס טוט פריידא וויזעל? זי פירט אן א טאר? מען נוצט יעדע מינוט אנדערע טולס פאר די זעלבע סקרו? וואס גייט דא פאר? זענען אלע כללים געפארן קיין מאריענבאד אויף קור?
היות אז משום איזה סיבה האב איך נישט געליינט די שנירל ביז היינט, און היינט האב איך זיך אנגעשטויסן אין דעם, וועל איך מגיב זיין, מיט מיין מיינונג, אפי' איך זעה אז מ'האט שוין געשריבן אזוי, און מן הסתם עס איז שוין אויך נישט אזוי נוגע. (אפשר דארף איך טאקע איבער גיין דאס קרעמל און אנהייבן צו זאגן א מיינונג אויך יעדע זאך וואס זאגט איר?)

אין אמת'ן אריין האלט איך אז מ'דארף שרייבן מיט א ו [כזה: אדמיניסטראטור, מאדעראטור], און נישט מיט א א [כזה: אדמיניסטראטאר, מאדעראטאר], און אזוי אויך יעדע אינטערנאציאנאלער ווארט, מ'דארף עס שרייבן אזוי ווי מ'הערט עס.

אבער, היות אז כבר נתקבל בתפוצות ישראל צו יא שרייבן מיט א א, מילא שרייב איך אויך אזוי, וכיון שנתקבל נתקבל קדושה ראשונה עומדת במקומה.
 
נאך א שווערע מחלוקה האט אויסגעבראכן, אזש ס׳כמעט געגאנגען הענט און פוס נאר פונקט האט זיך געפונען דארט א פיפיגער אינגערמאנטשיק מיט די ריכטיגע כלים און האט פארמיטן א פולע קריג, ומעשה שהיה כך היה:

די שאלה איז געווען וויאזוי מען שרייבט עס, אלטגעזעצענער אדער אלטגעזעסענער, איינער שרייט מיט א צדיק, שרייט צוריק א צווייטער מיט א סמך, יעדער איז געקומען מיט שווערע הוכחות הין און צוריק, וויינרייך און האַרקאַווי האבן ניטאמאל דאס ווארט אינם ווערטערבוך, נו וואס טוט מען?

איינער, א ברייטביינערדיגער אינגערמאן מיט שווערע מוסקלען וואס האט געשריגן ״צדיק צדיק״ האט פארגעשלאגן אז מען זאל זיך גוט אויספראסקענען און דער וואס קנאקט צום ערשט ארויס דעם אפאנענט דער האט דאס לעצטע ווארט, און אז איר פרעגט מיר איז דאס איז גארנישט אזא שלעכטע געדאנק - אז מען טראכט גוט אריין - דער וואס ליגט אויפן ערד מיט די ציינער אין די זייט און בלוט רינט פון די נאניע, וואס איז דען שייך? אוודאי כל מאן דאלים גבר, פשוט פראקטיש גערעדט. עניוועיס, דער בר פלוגתא זיינער, אויך נישט קיין קטלא קניא האט פארפירט ווי טראצקי אויפן פאדיום און די געמיטער האבן זיך אנגעהיצט.

למעשה איז געווען דארט עטליכע רואיגע געמיטער אויכעט און איינער ווער מיט א גרויסן ממזר׳ישע טעלעפאן האט ארויפגעצויגן זיין טשעט דזשי פי טי און ס׳איז געווארן שטיל אין צימער, ויאמר לאמר, און ער האט פארגעליינט אזוי צו זאגן:
פראגע:
אלטגעזעצענער אדער אלטגעזעסענער?

ענטפער:
דער ריכטיקער אויסדרוק איז **אלטגעזעסענער**.

דאס קומט פֿון דעם וואָרט "געזעסן," וואָס מיינט עמעצער אָדער עפּעס וואָס איז שוין לאנג באַזעצט אין אַ געוויסן אָרט. "אלטגעזעסענער" קען מען ניצן, צום בייַשפּיל, צו באַשרייבן עמעצער וואָס וואוינט שוין א לענגערע צײַט אין אַ שטאָט: "ער איז אַן אַלטגעזעסענער פֿון דער געגנט."

אלטגעזעצענער וואָלט געווען נישט ריכטיק אין דעם קאָנטעקסט.
פראגע:
אלטגעזעצן אדער אלטגעזעסן?

ענטפער:
די צוויי ווערטער זענען ריכטיק, אבער זיי מיינען אַנדערש:
  • אלטגעזעצן איז אַ וואָרט וואָס ווערט גענוצט צו באַשרייבן עפּעס וואָס איז געגרינדעט און האָט א צייַטיקע עקזיסטענץ אָדער אָרט. צום בייַשפּיל: "די קהילה איז אַלטגעזעצן."
  • אלטגעזעסן מיינט עמעצער וואָס האָט זיך שוין לאנג באַזעצט אין אַ געוויסן אָרט, ווי אַ משפּחה אָדער יחיד וואָס וואוינט שוין לאנג אין אַ שטאָט אָדער געגנט.
טאמער איר מיינט צו זאָגן עמעצער אָדער עפּעס וואָס איז באַקוועם און באַזעצט פֿאַר אַ לאַנגער צײַט, וואָלט דער ריכטיקער אויסדרוק געווען אלטגעזעסן.
אין צימער האט געהערשט א שטילקייט פאר עטליכע לאנגע סעקונדען, און דערנאך האבן זיך ביידע - דער ברייטביינערדיגער אינגערמאן מיט זיין בר פלוגתא דער גרויסער רעדנער - ארומגעכאפט ווי גוטע ברודער און דער עולם האט זיך א לאז געטון צום קנאקיאנקעל.
און די מחלוקה האב איך נישט קיין קלארע באשלוס.
 
Back
Top