אידישקייט, א קולטור אדער א גלויבונג?

גרויסע צילייגער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 19, 2025
מעסעדזשעס
131
רעאקציע ראטע
565
פונקטן
113
מען רעדט גאר אסאך ארום דא בין כותלי קרעמל וועגן אידישקייט און היימישקייט, איך וויל דא אין די פרישע שנירל באציען צו בעיקר איין נקודה פון דאס אלעס, אין איין ווארט איז עס "קולטור"
מער ווי סיי וואס גייט פאר געוויסע מענטשן אין קאפ ווען מ'טויש א מנהג שטות, אדער א נארישקייט וואס מען האט זיך איינגערעדט אז עס מיינט אידישקייט, לדוגמא, דעם ראש השנה אין בית מדרש נאך קריאת התורה האט די שמש געהאקט אויפן בימה און מיט א שטייפע קול אויסגערופן " פויזע פאר א שעה, עס איז דא לקח מיט לחיים און קידוש צימער פארן עולם" , יעצט איך געדענק נישט די לעצטע מאל חוץ פאריגע ראש השנה ווען מען האט געניצט די ווארט "פויזע", און צו גלייַך די ווארט "לקח", וואס וואלט געשעהן אויב ער וואלט אויסגערופן "עס איז א שעה ברעיק ,עס איז דא קעיק פארן עולם צוגעשטעלט"?!? איך ווייס וואס וואלט געשעהן די מענטשן וואס מיינען אז עס מוז זיין א היימישע מצב אין בית מדרש, און דאס מיינט אידישקייט, האב איך לשטותם אוועק גענומען און גע'הרג'ט די היימישקייט, איז דא האסטו א דוגמא פון א נארישקייט וואס קען נישט ווערן געטוישט פון אינזער היימישע קולטור אויס מורא פון אראפרייסן אידישקייט, און מיינע אויגן איז דעס שקר און בלאף, אויב מען פארשטייט וואס אידישקייט מיינט, גייט גארנישט געשען ווייל מען טוישט אפאר נארישע זאכען, אלא מאי די מענטשן וואס שרייען און פארפירן וועגן היימישקייט האבן נישט די מינדעסטע אהנונג וואס אידישקייט מיינט, און ווער איז זייער גאט וואס זיי נעמען זיך אזוי שטארק אן פאר, זיי מיינען סאך הכל זייערע אייגענע קולטור וואס האט נישט קיין שייכות צו אידישקייט אדער סיי וואס מיטן אויבערשטער.
 
אויב איז דא א מנהג ווי אזוי אויס צירופן די ברעיק מיט א לשון ״פויזע״, הגם עס איז ארקאאיק און נישט לשון המדובר, איז עס א לשון המיוחד פאר דעם, איז עס דומה צו א לשון וואס ווערט גענוצט ביי געוויסע אוקעישנס, פונקט אזוי ווי מען רופט אויס צו פארקויפן עליות א סערטן מאדנעם וועג, און מען פארשטייט דאס קומט אזוי, אזוי ווי יעדע אוקשן האט זיין שפראך ,אין א קאורט האט יעדע קאורט זיין נוסח, ווי ער ווערט קאנדאקטעט, עס גיט צו א געוויסע ספעשלקייט און א רעספעקט, איז אזוי קען זיין אז געוויסע ווערטער וואס זענען מיוחד פאר א באנוץ האט א טראדישן וועליו.
אין מסכת תמיד זאגט ער ווען עס איז געקומען דער זמן תמיד הרואה אומר ברקאי בן שמואל אומר האיר פני כל המזרח עד שהוא בחברון מען האט גענוצט א באשטימטן לשון
 
איך האב נישט קיין פראבלעם אז געוויסע זאכן ווערן אנגערופן אויף א ספעציפישער וועג, דאס איז נארמאל אזוי אין קאורט וכו', די פראבלעם איז נאר אין די מיינדסעט פון די מענטשן, אז עס גייט זיך נישט שפורן היימיש, סא וואַט! מהיכי תיתי אז דאס איז אידישקייט, נישט נאר דעם קוק אביסל ארום אינדרויסן פון די בארא פארק וויליאמסבורג וכדו' סאסייעטי, וויאזוי פארקויפט מען דארט די עליות? וויאזוי רופט מען דארט אויס די הפסקה? זיי זענען אַזוי עהרליך ווי גענוג פון די אידיש רעדענדע אידנטום, און האבן נישט די היימישע קולטור, וואס ביי געוויסע איז דאס גאַנץ אידישקייט, מען מוז נישט כליפערען ביי שמע קולנו אדער אראפצולאזן דעם טלית אויפן געזוכט בשעת ונתנה תוקף צו זיין א איד. אידישקייט מיינט נישט קולטור.
 
דברים של טעם וודאי יידישקייט מיינט נישט קולטור, אבער עס קומט נאטירליך מיט דעוועלאפמענט פון א קולטור, אין די יידישע ספרים ווערט עס אהנגירופן מנהגים - כח פון מנהג - איז פאר המון עם, די יסוד פון קיום יידישקייט, און ביי מנהג איז טאקע דא די נהרא נהרא ופשטיה, מדינה ומדינה כמנהגה, ועם ועם כלשונו,נ ישט נאר די חילוקים צווישן די יידן פון מוסלעמענער ארצות (ספרדים) און די פון קריסטליכע לענדער (אשכנזים) נאר אפילו צווישן אויבערלענדער (מערביים) און אונטער לענדער (מזרחיים) איז דא דיפערענצן אין פארשידענע ענינים, און די וואס ווילען אנהאלטן טראדיציע, איז תבא עליהם ברכה, עס לאנג אז זיי פארשטייען, אז דאס איז פאר קאמפארטעביליטי פון יעדע קהל, מיט געבן פול רעספעקט, פאר אנדערע
ווי דער לשון איז, ומשם יפרד והיה לארבעה ראשים
והכל יבא בשלום
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
מער ווי סיי וואס גייט פאר געוויסע מענטשן אין קאפ ווען מ'טויש א מנהג שטות, אדער א נארישקייט וואס מען האט זיך איינגערעדט אז עס מיינט אידישקייט, לדוגמא, דעם ראש השנה אין בית מדרש נאך קריאת התורה האט די שמש געהאקט אויפן בימה און מיט א שטייפע קול אויסגערופן " פויזע פאר א שעה, עס איז דא לקח מיט לחיים און קידוש צימער פארן עולם" , יעצט איך געדענק נישט די לעצטע מאל חוץ פאריגע ראש השנה ווען מען האט געניצט די ווארט "פויזע", און צו גלייַך די ווארט "לקח", וואס וואלט געשעהן אויב ער וואלט אויסגערופן "עס איז א שעה ברעיק ,עס איז דא קעיק פארן עולם צוגעשטעלט"?!?
יו ביסטו אן @גרויסע צילייגער. דו האלטסט טאקע אז עס ווערט געטוהן מיט אדורך געטראכטע וויזיע איך וועל יעצט זאגן פויזע אנשטאט ברעיק ווייל עס איז ר"ה ? טאמער יא ביסטו 100% גערעכט.

אין מיין מיינונג זעה איך עס אזוי. דער ר"ה מצב ברענגט צוריק צו נאסטאלגישע זכרונות דער מח ווערט צוריק געפירט צו די עפאכע ווען מען האט נאך יא געזאגט פויזע אנשטאט ברעיק. אונטער די נאסטאלגישע צוריקקעיר זאגט זיך עס אזוי אוטאמאטיש סובקאנשעסלי. אזא פיצי סארט פון היפנאסיס צוריק אין צייט אריין. און די ריעקשאן קומט שוין פון זיך אליינס.

ניתן להאמור ?
 
לעצט רעדאגירט:
יו ביסטו אן @גרויסע צילייגער. דו האלטסט טאקע אז עס ווערט געטוהן מיט אדורך געטראכטע וויזיע איך וועל יעצט זאגן פויזע אנשטאט ברעיק ווייל עס איז ר"ה ? טאמער יא ביסטו 100% גערעכט.

אין מיין מיינונג זעה איך עס אזוי. דער ר"ה מצב ברענגט צוריק צו נאסטאלגישע זכרונות דער מח ווערט צוריק געפירט צו די עפאכע ווען מען האט נאך יא געזאגט פויזע אנשטאט ברעיק. אונטער די נאסטאלגישע צוריקקעיר זאגט זיך עס אזוי אוטאמאטיש סובקאנשעסלי. אזא פיצי סארט פון היפנאסיס צוריק אין צייט אריין. און די ריעקשאן קומט שוין פון זיך אליינס.

ניתן להאמור ?
ממש געוואלדיג ארויסגעברענגט די נקודה, אז אידישקייט היינט אין זייער אסאך זאכן האט מיט אידישקייט גארנישט; זילטש, אך ורק מיטן קולטור, און געוויסע עלעמענטן גייען ווערן ווילד אויב גייט מען טוישן די מנהג, ס'מיינט נישט אז מען טאר נישט זאגן פויזע ח"ו.. צו איך ווייס וואס, נאר סאך הכל געברענגט א דוגמה פון א נארישקייט וואס קען גיין פאר געוויסע מענטשן אין קאפ אויב מען רירט זיך אוועק פון דעם, וואס במהותו האט נישט קיין אמת'ע פירוש.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אריינגייענדיג אין די ימי סוכות וויל איך דא ארויפברענגען א נקודה.
ס'איז דא צומאל וואס מען טרעפט געוויסע מענטשן בשעת יום טוב אדער אין חול המועד מיד; אדער נישט אין די בעסטע גיסטע, פרעגטסו זיי וואס גייט פאר?
זאגט ער דיר מיט א פשטות "וואס הייסט ס'איז געווען נעכטן גאר הייס כ'האב נישט געקענט איינשלאפן ווייסט דאך מ'שלאפט אין סוכה", אדער זאגט ער דיר גאר "כ'האב נישט געקענט געהעריג עסן די סעודה ס'האט דאך גערעגנט און מ'עסט נישט חוץ לסוכה",
וויל איך די מענטשן לאזן וויסן, די תורה איז נישט געגעבן געווארן פאר מצרים, און איז נישט מחייב קיינעם ארומצוגיין אנגעזעצט און מיד, אויב עפעס פארקערט, פריילעך רואיג עס שטייט ושמחת בחגך דאס איז וואס די תורה פארלאנגט, די קענסט רואיג גיין אין שטוב שלאפן און עסן דארט, אויב ביסטו בוחר צו בלייבן אין סוכה קום נישט אריין אנגעזעצט און באבלאזן, ס'איז דיין אייגענע טשאויס, די מוזט זיך נישט פייניגן פאר דיין געפיל,
ס'איז דא הלכה און ס'איז דא געפיל ביטע נישט אויסמישן
 
Back
Top