- זיך איינגעשריבן
- דעצ. 31, 2024
- מעסעדזשעס
- 119
- רעאקציע ראטע
- 652
וועלוול קירשענבוים הנקרא בלשון חיבה "וועלווא" האט לכבוד חול המועד אפגעהאלטן עטליכע שמועסן מיט 3 היימישע,
פון די סמעטענע...וואס האבן געמאכט א עליה קיין אר"י,
איך האב נאכנישט אנגעיאגט צו ענדיגן אלע 3, אבער איינס האט מיר גלייך געכאפט, שוין ביים אנהייב שמועס, אז איך האב עס אויסגעהערט אין איין אטעם ביזן סוף...
די יהושע לאנדא איז א כאראקטער....
געבוירן אינעם ירושלים ד'אמעריקא, געהייראט א פרוי פון מאנרא, נישט סתם פון מאנרא נאר פון די סמעטענע רעבעזעכרוינע אידן...
זיך אריבער געצויגן קיין ארץ ישראל, און זיך גענצליך געטוישט דארט,
אריין אין פראיעקט צו אויסלערנען כהנים טון די עבודה, און עס גענומען צו א נעקסט לעוועל, מיטן אויפשטעלן א מזבח בגדי כהונה, וכו'
די מענטש האט א פייער אין זיך צו טון און אויספירן וואס ער זעט פאר ריכטיג....
דער האט א פייער און ענערגיע אין זיך...ער רעדט מיט א קאך, מיט א שטארקייט,
די מערסטע וואס איך בין געווארן אינספערירט פון אים, איז זיין שטארקייט און קוראדזש צו טון וואס ער האלט,
אן זיך רעכענען מיט וואס דער-יענער וועט זאגן/טראכטן,
עס לאזט זיך זאגן אז ער איז אנגעקומען, ער האט דערגרייכט!
מיט זיין שטארקע רצון איז ער אנגעקומען צו די פלאץ וואס ער האט געוואלט מיט זיין וויב און קינדער...
וויניג האבן גענומען די כוחות צו אנקומען און דערגרייכן צו ווי זיי האבן זיך געוואונטשן,
(חוץ געציילטע ווי למשל @שפרה לאווען ...) אבער ער האט עס געמאכט....