איך האב ליב חזיר פלייש

על זה אנו דנין, אויב האלטסטו אז די מציאות איז אזוי, פארוואס איז עס נאט די רייט וועי?...

אויב האלסטו אז זיי זענען עכט פרייליך און צופרידן, דאן זאג עס נישט פאר דיין קינד, אבער וואס האט דיין מאמע דיר געזאגט ראונג?
מארגן אי"ה, איך בון זייער מיד
איך זעה איך בין נכשל געווארן אין א ליגנט... אין מיי דיפענס, איך האב נישט געזאגט מארגן פון ווען, איך האב געמיינט מארגן פון נעכטן...

צום ענין: ביזט 100% גערעכט, מיין מאמע האט די פולסטע רעכט מיר צי מחנך זיין אויף אירע ווערדן, אין יעדע מאמע האט רעכט..

אבער אז די קוקסט איבער מיין ערשטע מעסעדזש איז מיין שאלה דאס ⬇️
פארוואס דארף מען אזוי פארקויפן אידישקייט?

אזוי שלעכט איז עס? אז יעדע מאל איך זעה מענטשן האקן א לעבן זאל זיך גלייך אויפוועקן אריינגעבאקענע סענסערס אז
נעה.. יענער איז נישט עכט פרייליך.. יענער האט עכט נישט קיין פאן.. יענער איז סתם א גוי, סא ווי פרייליך קען ער שוין זיין?

וואס איז געווען זייער פלען B, ווען ס'גייט קומען די טאג וואס איך גיי געוואר ווערן אז יא, מענטשן האבן פאן מיט באלס, קישן איז נישט גרויליג, און בחורים וואס טאנצן זענען נישט דיפרעסט,

זייער גאנצע חינוך הענגט אויף א האר...
דעטס אל וואס איך זאג ווילסט מחנך זיין דיינע קינדער זאלן ליב האבן אידישקייט? דארפסט זיי עס מאכן גלאנצן!

אוועקמאכן יעדע עולם הזה וואס די קינד זעהט, אז ס'ברענגט מרה שחורה, די ליטווישע בחורים וואס שפילן בעסקוט בול ביי 18 עוועניו פארק? נעה.. זיי האבן נישט די נשמת וואס די האסט.. ס'פעלט זיי עפעס..
ס'זייער א גוטע חינוך אבער ס'הענגט אויף א האר.. ער דארף איינמאל האבן א גוט שטיקל עולם הזה.. אין די גאנצע חינוך גייט אין מיסט.
 
איך האב לעצטענס געכאפט אז זייער אסאך זאכן וואס איך בון אויפגעוואקסן מיט, איז געווען זייער אויף א נעגעטיוו וועג.

כ'וועל ענק מסביר זיין וואס איך מיין........

@איש מבקש זייער שטארק!! און עכטע פוינט, דאס איז אויך א גרויסע פראבלעם היינט, די מענטשן וואס גלייבן נישט וואס זיי טוען, און זיי זיכן זיך און יענעם אריינצורעדן, און דאס איז א גרויסע טעות וואס זיי מאכן, ווייל ווען א קינד ווערט עלטער זעהט ער אז מ'האט אים איינגערעדט, גלייבט ער שוין גארנישט, און ער לאזט אלעס אפ.

איך פירעיסנל האב זיך זייער נישט ליב אליינס צו פאפן, אסאך מאל דארף מען פריזן די פילינגס צו קענען זעהן די אמת
 
דו האסט אויסגעמושט צוויי אנדערע זאכן.
לגבי וואס איז שיין איז אביסל גערעכט און אביסל נישט דהיינו אוודאי א לאנגע שייטל איז הערליך שיין און קיוט אבער ס'איז נישט די אמת'ע שיינקייט "שקר החן והבל היפי" שלמה המלך איז מסכים אז ס'איז חן ס'איז יופי אבער ס'איז נישט דע ריעל סטאף ס'איז שקר און הבל
לגבי שמחה כ'קען זאגן פון עקספיריענס זיי זענען נישט קיין ברעקל פרייליך. טראסט מי

לכוארה מעסטו די שמחה דורך די מענטשן וואס די קענסט וואס זענען אהינגעגאנגען,

אבער סאיז נישט ריכטיג ווייל רוב מאל זענען די מענטשן וואס זיי האבן געהאט א ערנסטע אישו/טראמע וואס האט זיי ארויסגעשטופ און אוודאי זענען די מענטשן צובראכן,

מעסט ענדערשט פון די מענטשן וואס קומען פון דארט וועסטו זעהן אז זיי זענען יא באמת בשמחה.


 
Back
Top