איך האב נאר געוואלט זאגן ...

@שמייכל, כ'מיין זאלסט טוישן נאמען, זאלסט נישט באקומען קיין העיט ווען ס'קומט זיך דיר נישט. ❤️
(כאטשיג דו האסט זיך איינגעשריבן איבער א יאר פאר @שמייכעל, אבער דאך, די קרעמלער טוישן דיר אויף)
 
@שמייכל, כ'מיין זאלסט טוישן נאמען, זאלסט נישט באקומען קיין העיט ווען ס'קומט זיך דיר נישט. ❤️
(כאטשיג דו האסט זיך איינגעשריבן איבער א יאר פאר @שמייכעל, אבער דאך, די קרעמלער טוישן דיר אויף)
אה ענדליך נעמט זיך איינער אן פאר מיר, איך האב שוןי באמערקט דעם פראבלעם, איך ווייס נאר נישט וואס צו טוהן, צו קען מען טוישן א ניק?
 
אה ענדליך נעמט זיך איינער אן פאר מיר, איך האב שוןי באמערקט דעם פראבלעם, איך ווייס נאר נישט וואס צו טוהן, צו קען מען טוישן א ניק?
גיי צו דיין אקאונט, דרוק "טויש" אויף דיין ניק, א עדמין וועט עס אפראוון.
 
לעצט רעדאגירט:
אה ענדליך נעמט זיך איינער אן פאר מיר, איך האב שוןי באמערקט דעם פראבלעם, איך ווייס נאר נישט וואס צו טוהן, צו קען מען טוישן א ניק?
אה מיי, איך האב דיר נישט געמיינט, איך האב עס געפיקסט, איך האב מיך געווינדערט פארוואס אפאר מאל קען ער יא רעדן נארמאל… יעצט זעה איך סאיז דיר 😂😂
 
איך דריי מיך קרעמל פאר א לאנגע צייט אבער איך האב נישט וואס צו שרייבן
דער שטיקל איז א גרויסע סיבה צום פראבלעם. מען דארף מער שרייבער! דער יעניגער זאל בטל ווערן בששים....
 
אויב איך מעג וויל איך זאגן מיין צוויי סענט
איך האלט זייער נישט פון דעם צו אראפרייסן א ניק ברבים💔
דעיס אליין מאכט די פלאץ זייער אומבאקוועם און נישט געשמאק ווען יעדער איז פארנומען אראפצורייסן א מיטגליד.
פאר נישט צו לאנג צוריק איז שוין געוועהן דא א ענליכע מעשה מיט לייביש הכהן, ווי א שיינע פאר ניקים האבו איהם געפערליך אראפגעריסן און פארשריגן ווי איך געדענק האב איך דעמאלטס אביסעל מוחה געוועהן, איך האב עס ממש נישט אויסגעהאלטן, איך קען נישט צוקוקן אזא זאך! די תוצאה איז געוועהן אז ער איז טאקע אוועק געגאנגען פאר א לאנגע צייט ביז מ'האט זיך שוין געבענקט נאך זיין גוטע שנירלעך וואס ער פלעגט אלץ עפענען
לענינינו האסט נישט נישט ליב א ניק, קלאפ איהם נישט אראפ ברבים, אויב דו ווילסט'עך ארויסגעבן דאן שרייב באישי צו איינעם [איך וואלט רעקאמענדעט @שעפטאל ער וועט דיך בארואיגן מיט אביסעל לאוו...] און די עיקר וואס מ'זאגט אייביג איז צו דריקן די איגנאריר קנעפל און גיין ווייטער, בכלל קען זיין אז מיט די צייט וועט ער זיך אוועקשטעלן\אדער וועסטו הנאה האבן פון א אנדערע שנירל פון איהם!
א גרויסן שכח פאר אלע קרעמלער אן אויסנאם❤️❤️
 
דריקן די איגנאריר קנעפל
נישט אייביג איז שייך עס צו טון, ווייל מ'קען נישט פארזעצן א שמועס אזוי.
איך האלט זייער נישט פון דעם צו אראפרייסן א ניק ברבים💔
גערעכט, נישט קיין שיינע זאך, האסט א אנדערע עצה וויאזוי זאכן זאלן ווערן מסודר? (אן דארפן איגנארירן, ווי גערעדט)
א ענליכע מעשה מיט @לייביש הכהן
איך בענק מיך טאקע נאך אים. א שאד ער איז מער נישטא. 🥀
א גרויסן שכח פאר אלע קרעמלער אן אויסנאם❤️❤️
❤️❤️❤️❤️❤️
 
אויב אזוי סאך רעדן זיך אפ מיין איך אז מ'דארף מאכן א שטילע וואוט אין א פארמאכטע פארום נאר פאר וועטעראנען וואס מ'זאל טון.

מ'דארף טאקע נישט רעדן ברבים אבער מ'דארף אויך נישט לאזן ער זאל טון וואס ער טוט. שטאטוטן זענען אויך דא פאר א סיבה.
 
סאיז מיר היינט בייגעפאלן א היתר צו נעמען שאוערס אין די 9 טעג, פונקט ווי מען מעג גיין אין מקוה לשם טהרה, קען מען אינזין האבן אז די שאוער זאל זיין פאר טהרת תשעה קבין (וואס איז כידוע במקום א מקוה).
 
סאיז מיר היינט בייגעפאלן א היתר צו נעמען שאוערס אין די 9 טעג, פונקט ווי מען מעג גיין אין מקוה לשם טהרה, קען מען אינזין האבן אז די שאוער זאל זיין פאר טהרת תשעה קבין (וואס איז כידוע במקום א מקוה).
מקוה הייסט סתם אזוי נישט 'רחיצה' ווייל מ'קומט ארויס שמוציגער ווי מ'איז אריינגעגאנגען...
 
אזויווי מ'האט דא אין דעם שנירל ארום גערעדט אביסל איבער אונזער קאלעגע אונטער די ניק נאמען @שמייכעל, וויל איך צולייגן מיינע צוויי צענט.

דאס וואס געוויסע האבן געשריבן אז ס'איז נישט פאסיג אראפצורייסן איינעם ברבים, איז שלש תשובות בדבר:
די ערשטע, ביסט גערעכט, אבער פונקט ווי דו קענסט דא זאגן דיין מיינונג וואס דו האלטסט אז ס'איז יא אדער נישט ריכטיג, קענען אנדערע זאגן זייער מיינונג בנוגע אנדערע וכו'...
דאס איז דאך די אויסשטעל פון קרעמל.

צווייטנס, מיין איך אז דא איז אביסל אנדערש, והא ראי' אז ס'זענען דא צענדליגע אקטיווע ניקס דא אויף קרעמל, און קיינעם רייסט מען נישט אראפ אזוי אים, במילא עפעס א סיבה איז יא דא, וואס דא איז אנדערש.

דריטענס, און דאס איז אויך די חילוק צווישן @שמייכעל און @לייביש הכהן,
אינדערצייט וואס אסאך זענען נישט געווען צופרידן וויאזוי לייביש האט געשריבן, אבער למעשה האט ער נישט אראפגעריסן פערזענליך סיי די היגע חברים, און סיי ווער, זיין פראבלעם איז נישט געווען אז ער האט אין יעדע סענטענס אראפגעריסן מיט כל מיני נעמען וכו' יעדן איינעם,
משא''כ בנידן דידן, וואס אין כמעט יעדע הודעה איז דא א זלזול אויף איינעם, אראפרייסן און שפעטן אויף יעדע וועג מעגליך, אפגעזען צו ס'האט עפעס אמת אין דעם,

אזא איינעם איז נישט אזא פראבלעם אראפצורייסן, ווייל לכאורה אויף דעם רעכנט ער זיך, ער רייסט דאך אראפ יעדע מענטש אויף דעם כדור הארץ (חוץ ווער ס'האלט פון די שקר אז ס'איז דא דזשענעסייד), סא לכאורה גייט אים עס נישט אזוי אהן בכלל.

צום ענין אליין, מוז איך זאגן, אז ע"פ רוב די תוכן וואס ער זאגט דארף געזאגט ווערן, הגם אין רוב פעלער בין איך נישט מסכים מיט אים, אבער קרעמל איז דאך נישט געמאכט בלויז פאר מיין מיינונג, און ס'גוט אז ס'ווערט געזאגט די פארקערטע מיינונג אויך,
די פראבלעם איז אויסדריקליך זיין שפראך, די וועג וויאזוי ער זאגט עס, און די וועג וויאזוי ער באציט זיך צו אנדערע, (איך האב שוין ערגעץ געשריבן דא אין קרעמל אין די ערשטע וואך וואס ער האט אנגעהויבן שרייבן, אז די אופן וואס ער שרייבט איז די פראבלעם),
ס'גוט אז ס'ווערט ארויס געברענגט אלע מיינונגען, אבער ס'איז דא א וועג "וויאזוי", באצייכענען יעדן וואס האט סיי וועלכע אנדערע מיינונגען, מיט כל מיני ערליי טיטלען וואס קומען נישט אריין און זענען סתם שקר, וואס האט ארויני שוואנץ מיט יעדער וואס שטיצט טראמפ אדער ציונים??

אבער פון די אנדערע זייט, האט ער שוין לעצטנס געשריבן אז ער אליינס האט חרטה אויף אסאך זאכן וואס ער האט געשריבן דא אין קרעמל! ער טענה'ט אז ער וואלט אסאך געמעקט נאר ער האט נישט די מעגליכקייטן, עכ"פ אז אפי' ער אליינס פארשטייט אז ער ציעט איבער די שטריקל...

און צו @שמייכעל אליינס האב איך א קשיא, איך פארשטיי נאך נישט דיין ציל אין שיטה.

אנהייב האב איך פארשטאנען, אז דו ביסט א שטארקע סאטמארע חסיד, בעיקר פון די שיטה פון רבינו הקדוש והטהור מ'סאטמאר זי"ע בעל ויואל משה - אין די נושא פון ציונות, סיי מיט'ן שטעלן זיין הייליגע צורה פאר דיין אוואטאר און פראפייל בילד, און סיי מיט'ן שימפן אויף די ציונים טאג און נאכט.

איך האב געמיינט אז דו ביסט אזויווי די עקסטרעמע סאטמארע, וואס האלטן אז די היינטיגע סאטמארע זענען אויך פארכאפט אין ציונות אזויווי די גאנצע וועלט וכו', אבער דאס איז עכ"פ קלאר אז דו האסט א אמת'ע שטארקע פראבלעם מיט ציונות, און די שיטה פון די הייליגע רבי ז"ל איז ביי דיר דער קלארער מהלך.

למעשה בין איך איבערצייגט געווארן אז דאס איז נישט ריכטיג, נישט איין מאל און נישט צוויי, ווי דו רימסט אויס גרױסע ציונים, דו בא'טיטל'סט זיי מיט די שענסטע טיטלען וכו' אויב זיי זענען אויך מסכים צום טרויעריג-בארימטע שקר ווי ס'איז כאילו דא א דזשענעסייד אין עזה...

לאמיר א רגע פארשטיין. ציונות, אויף וואס דער רבי ז"ל האט געוויינט, אויף וואס ער האט געשריבן זיין הייליג ספר ויואל משה, אויף וואס ער האט געזאגט אז ס'איז ביהרג ואל יעבור, ס'איז די ג' חמורות צוזאמען מיט די ג' שבועות, דאס איז נישט געזאגט געווארן אויף דזשענעסייד אדער אויף סיי וואספארא רעכטע ציונים, דארט אויף די עצם רעיון, אויף דעם אז ס'עקזיסטירט א אידיש לאנד אין ארץ ישראל.

אפי' ס'זאל זיין שלום מיט די אראבער, ס'זאל בכלל נישט זיין קיין מלחמות, אפי' ווען די פאלעסטינער אראבער זאלן אויך האבן א לאנד אין ארץ ישראל, זייט ביי זייט מיט די ציונים און זאלן לעבן בשלום, וואלט די גאנצע שיטות הויואל משה געווען פונקט אזוי אויפן האר!

לאמיר זיך א מינוט דערמאנען, די ערשטע דור ציונים זענען געפירט געווארן דורך די לינקע לאגער!
די גרינדער פון די לאנד, האבן מסכים געווען אויף די צוויי שטאטן לעזונג פון די יו.ען., אויב האסטו אמאל געזען די מאפע, האבן זיי געדארפט באקומען אסאך קלענער ווי זיי האבן, די פלאן איז געווען צו געבן פאר די אראבער ביי די עזה זייט מער ווי דאפעלט, און אין די געגנט פון די מערב ברעג אויך סאך מער, און א גרויס חלק אויף צפון האט אויך געדארפט גיין צו די אראבערס,

ווען די דעמאלסדיגע אראבער וואלטן נישט מלחמה געהאלטן מיט ישראל, און איינגעגאנגען תש"ח אויף די דעמאלסדיגע יו-ען פלענער, וואלטן זיי געהאט א ריזיגע חלק פון מד"י, כמעט נישט קיין פליטים (מ'האט עס בעיקר צעטיילט לויט די וואוינארט ווי זיי האבן געוואוינט) און געלעבט בשלום,
דעמאלט וואלט די סאטמארע שיטה געווען די זעלבע!
אפי' די קליינע חלקים וואס די ציונים וואלטן געהאט (וואס זיי האבן מסכים געווען פאר אזא קליינע חלק - און ווען נישט די אראבישע מלחמה וואלטן זיי נאר יענץ געהאט), די קליינע חלק וואלט פונקט אזוי געווען ביהרג ואל יעבור!
די ג' שבועות מיט די ג' חמורות, אלעס וואלט אנגעגאנגען!
די ויואל משה וואלט געשריבן געווארן די זעלבע!

סא יעצט, אפי' די היינטיגע ממשלה איז רעכט, און לויט געוויסע לינקע ליגנערס פירן זיי כלומר'שט אהן אן א.ג. דזשענעסייד, אבער די לינקע וואס אפי' זיי האלטן נישט פון דעם, האלטן זיי אבער אז ס'מעג זיין א מדינה, זיי האלטן אז מ'מעג אריין גיין אין כנסת ישראל, און אויב אזוי זענען זיי פונקט אזוי ציונים רח"ל,
סא וויאזוי לויבסטו זיי אויס?
וויאזוי קען זיין אז א סאטמארע חסיד, וואס גייט מיט די שיטת הויואל משה, זאל לויבן אזעלכע ציונים אויף וואס זענען עובר אויף די ג' חמורות?

איך ווייס אז לכאורה גייסטו מיך איגנארירן, אבער דער אמת מוז געזאגט ווערן!

און צום עולם, סארי פאר די אריכות, למעשה איז עס איז די שנירל "איך האב נאר געוואלט זאגן"... און דאס איז וואס כ'האב געוואלט זאגן...
 
איך בין א סאטמערער אנטי ציוני חסיד מכח דעם וואס איך בין געבוירן אין סאטמאר. ניט ווייל איך בין געווען א ציוני בעפאר דעם, און איינגעזעהן אז סאטמאר רבי דער ויואל משה זי"ע איז גערעכט.

און איצט צו די אלע קרעמלער וואס שרייען אז מ'זאל מיך בלאקירן גענצליך, פון "דעי וואן" ווייל איך בין א טראלל, ווייל איך האלט אנדערש ווי אייך כלפי טראמפיזם אהרוניזם וציוניזם "בי מיי געסט!" איך בעט אייך שוין פון דעי וואן מיך צו בלאקירן.

איך בין נאר מחויב צו שרייבן דא ווילאנג איר לאזט מיך שרייבן, איינמאל איר בלאקירט מיך גענצליך פון דא, האב איך נישט קיין שום חוב דא צו שרייבן דעם אמת וואס איר ווילט נישט הערן.

איך לעב נישט אויף די וועלט זיך צו שלאגן מיט קיין אהרונים קיין ציונים און קיין טראמפיסטן, איך זאג וואס איך האלט און דעטס איט!
 
און צו @שמייכעל אליינס האב איך א קשיא, איך פארשטיי נאך נישט דיין ציל אין שיטה.

אנהייב האב איך פארשטאנען, אז די ביסט א שטארקע סאטמארע חסיד, בעיקר פון די שיטה פון רבינו הקדוש והטהור מ'סאטמאר זי''ע בעל ויואל משה - אין די נושא פון ציונות,
סיי מיטן שטעלן זיין הייליגע צורה פאר דיין אוועטער, און פראפייל בילד, און מיט'ן שימפען אויף די ציונים טאג און נאכט.

איך האב געמיינט אז דו ביסט אזויווי די עקסטרעמע סאטמארע, וואס האלטן אז די היינטיגע סאטמארע זענען אויך פארכאפט אין ציונות אזויווי די גאנצע וועלט וכו',
אבער דאס עכ''פ קלאר אז דו האסט א אמת'ע שטארקע פראבלעם מיט ציונות, און די שיטה פון די הייליגע רבי ז''ל איז ביי דיך די קלארע מהלך.

למעשה בין איך איבערצייגט געווארן אז דא איז נישט ריכטיג, נישט איין מאל און נישט צוויי, ווי דו רוימסט אויס גרױסע ציונים, די באטיטלט זיי מיט די שענסטע טיטלן וכו' אויב זיי זענען אויך מסכים צום טרויעריג בארימטע שקר ווי ס'איז כאילו דא א טשענעסייד אין עזה...
א הודעה אין שנירל 'ציונים פירן דורך פעלקער-מארד "דזשענאסייד"' https://kraimel.community.forum/threads/zywnym-pyrn-dwrk-p-lq-r-mrd-dzs-nsyyd.1965/post-57930
 
איך בין א סאטמערער אנטי ציוני חסיד מכח דעם וואס איך בין געבוירן אין סאטמאר. ניט ווייל איך בין געווען א ציוני בעפאר דעם, און איינגעזעהן אז סאטמאר רבי דער ויואל משה זי"ע איז גערעכט.

און איצט צו די אלע קרעמלער וואס שרייען אז מ'זאל מיך בלאקירן גענצליך, פון "דעי וואן" ווייל איך בין א טראלל, ווייל איך האלט אנדערש ווי אייך כלפי טראמפיזם אהרוניזם וציוניזם "בי מיי געסט!" איך בעט אייך שוין פון דעי וואן מיך צו בלאקירן.

איך בין נאר מחויב צו שרייבן דא ווילאנג איר לאזט מיך שרייבן, איינמאל איר בלאקירט מיך גענצליך פון דא, האב איך נישט קיין שום חוב דא צו שרייבן דעם אמת וואס איר ווילט נישט הערן.
טוה מיר א טובה באט דו האסט נישט קיין שום חיוב צו שרייבן דא, אויב רבינו יואל וואלט געוואוסט פון קרעמל ווי ס'דרייען זיך פילע ציונים וואלט ער עס אנגערופן א אינטערנעט כנסת המינים און דיר געזאגט נישט צי לאודען די סייט בכלל. וואס כ'מיין דו האסט זייער ליב צו שרייבן גראב און אויפפאלנד ווייל ס'ברענגט אסאך עטענשען, איך האב אלס אינגל אויך ליב געהאט ווען כ'האב געהאט א טענה'ריי מיט איינעם צו דוקא זאגן פונקט פארקערט צו באקומען אטענטשן, ענדערש ווי פירן א נארמאלע שמועס. קיין חיוב האסטו נישט, ס'פאן צו ווארפע גראבע לשונות באט ס'קען מאכן גוט נערוועז געוויסע מענטשן וואס ענדשויען א נארמאלע שמועס.
 
איך ווייס אז לכאורה גייסטו מיך איגנארירן, אבער די אמת מוז געזאגט ווערן!
ס'קוקט אויס ווי @שמייכעל האט יעדעם אויף איגנאריר, ממש אזוי ווי די דברי יואל, בעת וואס קיינער האט אים נישט,

ווען ס'וואלט געווען פארקערט וואלט געווען א פערפעקט וועלט..
 
איך בין א סאטמערער אנטי ציוני חסיד מכח דעם וואס איך בין געבוירן אין סאטמאר. ניט ווייל איך בין געווען א ציוני בעפאר דעם, און איינגעזעהן אז סאטמאר רבי דער ויואל משה זי"ע איז גערעכט.

און איצט צו די אלע קרעמלער וואס שרייען אז מ'זאל מיך בלאקירן גענצליך, פון "דעי וואן" ווייל איך בין א טראלל, ווייל איך האלט אנדערש ווי אייך כלפי טראמפיזם אהרוניזם וציוניזם "בי מיי געסט!" איך בעט אייך שוין פון דעי וואן מיך צו בלאקירן.

איך בין נאר מחויב צו שרייבן דא ווילאנג איר לאזט מיך שרייבן, איינמאל איר בלאקירט מיך גענצליך פון דא, האב איך נישט קיין שום חוב דא צו שרייבן דעם אמת וואס איר ווילט נישט הערן.
דאס האט עפעס מיט מיין הודעה איינס פאר דיינס, אדער האסט סתם געשריבן....?
ווייל איך זעה נישט זאלסט אפי' ענטפערן איין ווארט?!

איך האב נישט געפרעגט פאר וועלכע כח דו ביסט אנטי ציוני, נישט קיין חילוק אויב מ'זעהט איין די שיטה אדער מ'ווערט געבוירן צו די שיטה, מיין טענה איז געווען אז דו פירסט זיך בכלל נישט ווי די שיטה!
דו ביסט ממש פארקערט פון די שיטה פון סאטמאר רב!

איך האב קיינמאל נישט געשריבן אז מ'זאל דיך גענצליך בלאקירן, סא וואס רעדסטו דא פון דעם?

יעדער פארשטייט אז מ'דארף לאזן הערן די אנדערע זייט פון טראמפיזם אהרוניזם וציוניזם, נאר ס'איז דא א וועג וויאזוי
(דיין צאמשטעלן איז עפעס מאדנע... קעגן טראמפיזם איז דא עטליכע ניקס וואס פירן א שווערע קאמף און שוין דא עטליכע שנירלעך קעגן דעם, סאו איר זענט ווייט נישט די איינציגסטע, קעגן אהרוניזם... פעלט עכט כמעט נישט אויס צו שרייען... רוב עולם דא האלט בכלל נישט פון די מנהיג זייערע, ביסט נישט דער יחיד אין דעם, פארקערט, רוב עולם איז לכאורה דא קעגן אים, און מ'דארף אפשר האבן איינער וואס זאל יא מסביר זיין זיין צד און מהלך, און ציוניזם ביסטו אויך נישט דער יחיד ומיוחד - בעסער געזאגט איך האב שוין אויפגעוויזן אז דו האסט דאך בכלל נישט קיין פראבלעם מיט ציונות נאר מיט די יעצטיגע ממשלה - און לינקע קעגן די יעצטיגע ממשלה האבן מיר דא עטליכע, סא ווערי סארי, דו האלסט נישט קעגן אונז אלע ווייל ביי יעדע זאך זענען דא וואס האלטן די זעלבע, נאר די וועג "וויאזוי" דו שרייבסט - דאס איז מען נישט סובל)

און אפי' מ'בלאקירט דיך נישט אינגאנצן, האסטו נישט קיין שום חיוב צו זאגן גארנישט!
און אז דו ווילסט שרייבן, דארפסטו זיין גרייט פאר אפענטפערס, און נישט סתם שיסן לאטקעס

פארשטייסט?....
 
דאס אז נאך חברה האקן דא אויף טראמפיזם אהרוניזם וציוניזם באפרייט מיך נאך נישט פון מיין חוב אלץ ערבות צו זאגן דעם אמת ווען אימער די טעמעס קומען ארויף אויפ'ן אויבערפלאך. און דו האסט יא געהעצט קעגן מיר פון מיין ערשטן טאג דא אויף קרעמל, אפשר נישט געבעטן מען זאל מיך בלאקירן. אבער דו האסט געשימפט און געשפיגן שנאה פונקט ווי איצט גארנישט האט זיך נישט געטוישט איבער דיר.


ביטע פועל אויס ביי קרעמל מיך גענצליך צו בלאקירן וועל איך דיר מער נישט נערווירן מיט דיינע אנדערע ניקס אויך נישט...
 
Back
Top