- זיך איינגעשריבן
- אוג. 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 1,072
- רעאקציע ראטע
- 4,207
- פונקטן
- 443
אבער ס'איז פשוט נאך א יום טוב, מ'סעלברעיט נישט די נייע יאר.. נאר אנשטאטס דעם זאגט מען "היום הרת עולם, היום יעמיד במשפט.."איך קען דיר נאר אויסשמועסן איין צד ווייל די אנדערע ווייס איך נישט. צדדים לכאן ולכאן מיין איך צו זאגן אז טאקע ווייל איך ווייס נישט וואס דארט גייט פאר קען זיין ס'איז בעסער, קען זיין ס'איז נישט. איך ווייס נישט.
פון איין זייט איז נישט דא קיין געשמאקערע זאך פון א אידישע יום טוב. די הכנה פארדעים, די רואיגקייט איינמאל די יום טוב קומט אריין, די שיינע דאווענען, סיי די שיינע שטיקלעך, נוסחאות, ניגונים, און ווארעמע עטמאספער, א פייערדיגע לדוד מזמור , און סיי די סאשעל לייף אין בית מדרש , מטרעפט זיך, מרעדט א ווארט, מווינטש לשנה טובה , משמועס'ט געשמאק אויפן וועג אהיים, א הערליכע געשמאקע סעודה, די קאמבינעשן פון א קאלטע גלאז גרעיפ דזשוס נאך א לאנגע דאווענען און געשמאקע ווארעמע חלה, עפל און האניג , עגעין רוחניות מיט גשמיות, מענדזשויט לייף און מפילט גוט אויך, א סעודת מצוה , גוטע פיש גוטע פלייש גוטע אייז קרום, שיינע ניגונים, געשמאק און דערהויבן.
יעצט זיי דיר מיר מסביר וויאזוי נוי יער אין טיימס סקווער זעט אויס אז מ'זאל קענען פארגלייכן- אדער בכלל נישט קיין פארגלייך ווי אדלער וויל זאגן.
מ'פרייט זיך בכלל נישט מיט די פרישקייט פון "ניי", און די התחדשות".
אה! מ'וואונטשט אויך און לשנה טובה.
לעצט רעדאגירט: