או יאמר אז די וואס האקן אויף טראמפ זענען ציונים. און די וואס האקן אויף אהרן זענען בעד טראמפ און די וואס זענען קעגן טראמפ און אהרן ביינאזאם זענען ציונים. וכו'
איך בין לכוארה דער איינציגסטער וואס האקט אויף אלע דריי ביינאזאם דער אהרוני מקרי טראמפיזם און ציונות
און וועגן דעם געפעלט אייך נישט מיין אנוועזנהייט דא אין קרעמל.
איך בין שוין בלאקירט פון דא גענצליך פון דעי וואן, דהיינו אז איך קען נישט לייגן דא גארנישט פאר עס גייט דורך אפאר עדיטס פון קענייע הארע מיט אפענער און נאך מאדערעיטערס, זיי נעמען ארויס מיינע ווערטער פון קאנטעקסט אייביג.
און איצט קען איך מיך נישט אליינס עדיטען סא
@קעניינע הארע מיט זיינע אנדערע מאדערעיטערס קענען טרעפן א שלעכט ווארט צו טשעפענען און מאכן זייער אשכולות ליידיג מיט אסך קאמענטס ווי דיר אז איך בין אליינס א ציוני...
עניוועיס, איך בין נישטא זיך צו טענהנען ווי קליינע קינדער מיט ענק, נאר ווילאנג מ'לאזט דורך מיינע תגובות למחצה לשליש ולרביע וועל אי''ה האקן אויף אלע 3 עבודה זרות בדורינו אלו. אהרוניזם ציוניזם וטראמפיזם צוזאמן.
א געוואלדיגע חידוש זאגסטו,
אז קיינער האט נישט קיין פראבלעם אז מ'האקט אויף טראמפיזם אהרוניזם וציוניזם, ס''ה די פראבלעם איז אז דו האקסט אויף אלע דריי....
אבער ס'איז נישט פינקט ווי די זאגסט, ס'זענען דא דא געוויסע וואס האלטן בעצם אויך אז ס'איז דא אן א.ג. טשענעסייד אין עזה (דאס מיינט דאך ביי דיך די האקן אויף ציוניזם), און זענען קעגן טראמפיזם און אהרוניזם, (אפשר האקן זיי נישט, אבער יעדער פארשטייט אז זיי זענען קעגן) און קיינער פארפירט נישט קעגן זיי,
און איך מיין דו ווייסט אויך זייער גוט, אז דיין איינציגסטע פראבלעם, איז דיין שפראך!
יעדער מעג האבן פארשידענע מיינונגען, און קרעמל לאזט אפי' ארויפברענגען עקסטרעמע מיינונגען סיי קעגן טראמפיזם סיי קעגן אהרוניזם און סיי קעגן ציוניזם!
נאר כדאי יעדער זאל פילען באקוועם, דארף עס געזאגט ווערן בדרכי נועם, מיט אן איידעלע שיינע שפראך וכדו',
און זיכער נישט מיט ווילדע אנפַאלן און צאמשמעלצן כל מיני לויזינגען און שפעט נעמען וואס קומען בכלל נישט אריין, און סתם צאמשמעלצן אלע מינע מעשיות אויף יעדעם וכו'.
און וועגן דעם געפעלט אייך נישט מיין אנוועזנהייט דא אין קרעמל.
שוין אויסגעשמועסט, אז דיין אנוועזענהייט געפעלט מיך דייקא יא,
נאר דיין שפראך דארף פשוט אז תיקון, און איך גלייב אז אויב מיט די צייט וועסטו זיך אויסלערנען וויאזוי מ'רעדט מיט מענטשן וואס האבן אנדערע דעות ווי דיך, וועט מען דיך לאזן שרייבן געהעריג דא.
אבער הרב
@שמייכעל , האסט נאך נישט געענטפערט, וויאזוי א תלמיד פון די הייליגע רבי ז''ל, וואס לייגט זיין הייליגע צורה אין די פראפייל, און פאריפט זיך ווי איינער וואס גייט אין זיין הייליגע שיטה, פון זיינע הייליגע ספרים, וויאזוי קען אזא איינער משבח זיין אפיקורסים - ציונים גמורים וואס האלטן אז ס'מעג זיין א אידישע מדינה אין ארץ ישראל?
די רבי איז דאך מבאר באריכות אין על הגאולה די הארבקייט פון משבח זיין רשעים, אפי' ווען געוויסע זאכן שטומען מיט די אגענדע, דאס איז דאך לשיטתו הק' געהעריגע מינות ואפיקורסת, וויאזוי קענט איר טוהן אזא זאך?