- זיך איינגעשריבן
- אוג. 11, 2024
- מעסעדזשעס
- 288
- רעאקציע ראטע
- 1,103
- פונקטן
- 223
שוין די דריטע מאל די יאר קלינגט מען מיר פאר געלט פון מיין אלטע ישיבה, יעדע מאל מיט די זעלבע דרשה, וואספארא געוואלדיגע זכיה עס איז צו שטיצן א ישיבה וואס נעמט אריין עלטערע בחורים און שטעלט זיי צו א געשמאקע אטמאספערע צו פארברענגען, און ווי אייביג קומט די פאון קאל באגלייט מיט אן אימעיל מיט אלע הוצאות וואס די ישיבה מיטשעט זיך מיט, געלט פאר די דירות, עסן, די בנין הישיבה און אזוי ווייטער
און פונקט ווי די לעצטע 6 קאמפיינען קליק איך אויף דעם לינק, איך ליין דורך די אויסוואל פון זכותים ווי אן עמעזאן שאפינג בלאט, עלעקטעריסיטי פאר א חודש, רענט פאר א וואך, סעודות שבת, א נסיעה צו קברי צדיקים, די ליסטע וואקסט מיט יעדע קאמפיין, איך ליין און פרוביר צו אפמאכן ווי מיין געלט באלאנגט, אבער ווי מער איך ליין פילט די ליסטע עפעס באקאנט
עס האט מיר גענומען ביז קאווע פאר די יאר צו כאפן ווי איך האב דאס געזען, דאס איז מיין באנק סטעיטמענט, רענט, עסן, נסיעות, און פארשטייט זיך קאווע
איך האב נאך נישט געסווייפט דעם קארטל, איך פרוביר קודם צו פארשטיין פארוואס געזונטע ערוואקסענע מענטשן ערווארטן איך זאל זיי צאלן פאר זייער נאכטמאל, איך האב א שטוב צו אויסהאלטען, רענט צו צאלן, און מיילער צו שפייזן, און פארדעם ארבעט איך 60 שעה א וואך, די לעצטע קאמפיין איז פאר סעודות פורים,באגלייט מיט די ריכטיגע לשונות, שמחת יום טוב, כל הפושט יד, וכו... צען אלפים פאר א קבוצה בחורים צו האקן מיעט באורדס אין איך ווי א נאר צאל נאך פארדעם
הפנים אנשטאט זיך רעגן האב איך מחליט געווען צו טון למעשה, איך עפן א ישיבה פאר בעלי בתים, מען גייט לערנען בערך וויפיל איך האב געלערנט אין די ישיבה למציונים, די איינציגסטע זאך וואס איך בעט איז דריי מאל א יאר דריי אראפ די קאפ פאר אלע דיינע באקאנטע ביז אונז האבן גענוג געלט פאר א דערהויבענע נסיעה צו די קברי צדיקים און בתי זונות און אוקריינא
און איך וועל דא מסיים זיין ווייל מיין באלעבאס קוקט שוין אויף מיר און קיינער גייט מיר נישט צאלן פאר מיין שמחת יום טוב

לעצט רעדאגירט: