אין הדבר תלוי אלא....

צוקער

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יאנ. 18, 2026
מעסעדזשעס
11
רעאקציע ראטע
64
פונקטן
13
א גוטן אלע טייערע קרעמלער
איך געפין מיך נישט דא צו לאנג אין שוין האב איך אסאך הנאה געהאט
איך וויל עפענען די שנירל איבער א געוויסע עקספיריענס אין מיין לעבן וואס איז נאך אנגאואינג אין איך קען באשטיין מיט צוטיילן מיטן עם קדוש
איך בין זיכער אז מ'רעדט דא אסאך ארום וועגן שלום בית אין יעדער איינער האט זיך זיין געשיכטע אין זיין דשערני עס איז דא וואס האבן שוין אויפגעגעבן אין עס איז דא וואס ארבעטען נאך
איך בין טאקע נישט חתונה געהאט פאר א יובל יארן אבער עקספיריענס האב איך אין איך מיין אז דער עולם וועט הנאה האבן
איך קען זייער באשטיין צו הערן פונעם ציבור קאמענטס
ובשם ה' נעשה ונצליח
 
ובזה החלי
קודם כל נאך א קליינע הקדמה איך דארף קיינעם נישט מסביר זיין אז עס זענען פאראן אלע ערליי מענטשן פון אלע מיני שטובער בעל בעתישע זייער אהערגעשטעלט פרום אין כאניאקיש כדי מ'זאל זיין קלאר פון פאראויס דארף איך זאגן מיין בעגראונד
איך בין אויפגעוואקסן אין א עוורעדזש שטוב(וואס מיינט עוורעדזש?.....) איך גיי געבן נארישע משלים מסביר צו זיין אונז גיימיר מיט א שטאפן היט מיין מאמע איז געגאנגען מיט א שייטל אונז האמיר אייביג געפילט אז אונז וואוינען אין א לופטיגע שטוב עס איז נישט געווען קיין פרעשור אז איינמאל מ'האט באקומען פיאות אז מ'גייט אין שול יעדע וואך מיין טאטע האט קיינמאל נישט פארלאנגט פון אונז פרומקייט אוודאי האט ער געוואלט אונז זאלן לערנען פלייסיג אין ער פלעגט אונז קארידשן צו לערנען אין אונז פלעגן פילן אז כדי צו מאכן פרייליך מיין טאטע איז זיין בעסטע זאך אז מ'האט געענדיגט דאס אין יענץ אבער אלעס אן קיין לחץ אין פרעשור
מיין מאמע פון די אנדערע זייט איז גאר אן ווארעמע פרוי מיט גאר אסאך ליבשאפט צו די קינדער זי פלעגט זיך זארגן פאר אונז וויינען מיט אונז אין לאכן מיט אונז
אין א געוויסע זין קען מען זאגן אז זי איז עקסטרעם ווייעך אין ווארעם אין טאקע וועגן דעם פלעג איך איר נישט מיטטיילן אלעס איבער מיר ווייל זי פלעגט נישט קענען הענדלען צו הערן אז די קינדער גייען דורך א פראבלעם אא"וו
משא"כ מיט מיין טאטע פלעג איך רעד סאך מער זאכן ווייל ער איז דאך א מאן מיט שטארקע נאטורן אין אויך זייער ווארעם מיט אסאך קלוגשאפט אין נאך עד היום רעד איך זיך דורך מיט אים גאר אסאך נושאים אין ער העלפט מיר באמת אסאך ארויס אין מיין לעבן אין דער אויבערשטער זאל העלפן ווייטער
דאס איז מער ווייניגער פון ווי איך קום
 
Back
Top